בלאט 16 פון 43
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 1:43 pm
דורך שושן פורים
הקטן האט געשריבן:טעלעפאן פעדעמער טאקע נישט
אבער וויי-פיי אדער פאן דאטע פארוואס מיינסטו אז מען קען נישט? מען קען זיכער יא
אט האסטו א לינק צו א פארטעבל דיווייס וואס דזשעמט, 3g, 4G, ווייפיי און בלוטוט
http://www.jammerfromchina.com/products ... ocker.html
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 2:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דארט רעדט מען פון אינטערנעט אין שטאט, נישט סמארטפאונ'ס.
ס'איז א spoof
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:34 pm
דורך מור וקציעה
אוודאי איז עס נישט אמת, ווייל עס איז קעגען דעמאקראטיע און פרידאם אוו ספּיטש, אבער עס איז עפעס וואס זיי וועלען טוהן ווי נאר זיי וועלן האבען די מעגליכקייט צו טשעינזשען די געזעץ, למשל, די ישיבה אין מאנרא איז הארט נעבען א סעלל פאון טאוער, אבער עס איז נישט געווען קיין אינטענעט סערוויס אין קיין איינע פון די ישיבה בנינים פאר אפאר יאהר [חוץ ניסן און תשרי ווען עס איז בין הזמנים] ווייל זיי האבען אריינגעלייגט סאפיסקירטע זשעמערס, ביז ספּרינט וואס האט געהאט די טאוער דארטען האט געזעהן אז זיי האבען צופיל מעינטענענס פראבלעמס צילוב זשעמינג זענען זיי נאכגעגאנגען די פראבלעם און געטראפען אז די ישיבה על קברו [וואס איז אפיציעל א קאלעזש, וואס נעמט e-rate עיין ערכו] האט אילעגאל ארייגעלייגט זשעמערס, האבען זיי אייגעמאלדען פאר סופר/עקשטיין אז זיי גייען זיך ווענדען צו די FCC
איבעריג צו זאגען אז די מוראה של מלכות האט זיך געטוהן זיינס,
אבער אין ארץ ישראל וואס איז א געזעצלאזע מדינה מיט דריטע וועלט סטאנדארטען איז נישט דא קיין סך וואס מקען טוהן איינמאהל יענקל ליצמן ווערט ''שר התקשורת'' און באשליסט צו פארקוקען אויף אינטערנעט פרייהייט אין חרדישע געגענטער
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 7:41 pm
דורך גר ותושב
לכבוד פורים
400-1111
רופט די נומער און האט הנאה
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 10:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Area code?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 10:57 pm
דורך גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:Area code?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Probably 845
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 5:39 pm
דורך פרייוויליג
[justify]עס באדערט מיך נישט די תוכן הדברים, ווייל ראבינאוויטש אליין ווייסט אויך אז דאס איז הבל רוח. וואס עס קען באדערן איז וויאזוי מיר לעבן ביי לעבעדיג וויאזוי א רעוואלאציע אנטוויקעלט זיך. צענדליגער מערכות אינערהאלב די יהדות האט זיך אנגעהויבן מיט אזאנע אומשולדיגע קארטאנס אא"וו - אין א זמן וואס יעדער זעט אז מיר זענען אין ימות המשיח. ווען די ארענדזש דזשוס ליידיגט זיך אויס אינעם פרידזש קען א געוויסע עפפ סענסערן די כמעט ליידיגע באטל, און עס באשטעלט גראד א פרישע באטל, איז דאס נישט די קליידער אויף די ביימער? אנשטאט אויסנוצן די געלעגענהייט וואס ג-ט האט אונז ברוב טובו געשאנקן, נוצט מען עס אויס צו קים דזשאנג אן'נען די קינדער. היטלער האט געוואלט אויסמעקן די זכר יהודי פונעם ערד קוגל, ער האט זיי נישט געוואלט אויס'שמד'ן, ער האט זיי געוואלט אויסרייסן פונעם וועלט מיט די שיך. א סמארטפאון פארקערפערט היטלערס אזוי ווי ראבינאוויטש'ס אונטערהויזן פארקערפערט א מאניאק. זיין הויזן איז גארנישט שולדיג אז עס הענגט אויף ראבינאוויטש. עס איז ווי צו בלעמען ריטשערד געטלינג יעדעס מאל א רעוואלווער ברענגט אום א מענטש. א מעסער קען מען נוצן צו שניידל די חלה, אדער הרג'נען א איד אין מאה שערים. עס איז אזוי ווי ראבינאוויטץ זאל שרייבן: יעדער פרוי פארקערפערט אין זיך מיליאנען זונות![/justify]
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 8:42 pm
דורך mevakesh
מיין יונגעל קומט היינט אהיים פון חדר און זינגט א ניגון
מי שיש לו ספארטפאן יש לו המן בכיסו
וואס דארף איך טוען?
זאל איך עס אוועקמאכן אז איז נאריש?
איך וויל דאך נישט אז ער זאל זיין אנדערש
פון די אנדערע זייט וויל איך נישט ער זאל מיינען אז עס א גוטע זאך
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 8:09 am
דורך שצם_חנכל
אז די גאנצע שטאט איז משוגע, זאל שוין מיין אינגעל אויך זיין? וואס איז די חסרון פון זיין אנדערש? אוודאי בשעת מען איז אנגעצויגען פון דעם נארישן ניגונ׳דעל איז שווער זיך צו מצמצם זיין מיט א גוטע הסברה, אבער מארגען, איבערמארגען, קומענדיגע וואך, ווען אימער זאלסטו אים מסביר זיין דיין שטעלונג אויף דעם נושא.
זיי אים מסביר בטוב טעם אז טעכנעלאגיע שטעלט צו אסאך גאר נוצליכע זאכן פאר דעם טאג טעגליכן לעבן אריינגערעכענט טולס זיך צו בייהיטן פון די שלעכטע חלקים אויף די געוועב. זיי אים מסביר א waze, א PayPal, א über, געזונטהייט עפפס, זמנים, מוזיק, קאלענדערס, file sharing, וכו׳.
אויב דו האסט מורא ער וועט אריינפאלן אין שארפע ארגומענטען מיט חברים אדער רביים; קענסטו אים מסביר זיין אז אפילו מען האלט אנדערש ווי א צוויייטען איז אסאך מאל כדאי זיך צו האלטען שטיל.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 8:33 am
דורך mevakesh
גערעכט הרב שצם איך זיך דער ריכטיגער נוסח וויאזוי דאס קלאר צו מאכן און גוט אראפלייגען פאר די קינדער
אפשר פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול פאר דעם איך האב נאר נישט דער רייכע שפראך צו צולייגען אלע צדדים
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 11:06 am
דורך דעת תורה
זאג אים אז יא טאקע דער מיסטריעזער טמא'נער המן סמארט פאון איז געפערליך, אבער אסאך טאטעס און דו בתוכם האבן א געהעריגע מרדכי סמארט פאון, לאו דוקא דער זיגל פון א היימישע פילטער נאר די אקטיוויטעטן איז מרדכי סטיל.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 2:29 pm
דורך יעלה ויבא
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 3:29 pm
דורך פרייוויליג
ראו מה בין בני לבן חמי..
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 5:38 am
דורך גר ותושב
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 12:19 pm
דורך פרייוויליג
עמיצער וואס קען זיך נישט ערפארדן א סמארטפאון פראקלאמירט:
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז קאמיש צו זעהן ווי די סיקריקים גיבן זיך אויס אויפן פאפיר, דער פאפיר פארנעמט דאך אלעס, דרוקט מען אלע מאדנע און קוריאזע קאריקאטורן און קונטרסים,
זיי זעהען דאך שוין (אדער נישט?) אז 98% כלל ישראל פארמאגט סמארטפאונ'ס, אבער זיי פרובירן נאך פארט זייער פארצווייפעלטע לעצטע רופן כקול קורא במדבר, אפשר דאך וועט עס העלפן...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 1:05 pm
דורך mevakesh
הרב שמעקעדיג איך האב הנאה פון דיין אפטאמיזם אבער לדעתי זענען די חברה מצליח אסאך מער ווי דו מיינסט
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 1:10 pm
דורך מור וקציעה
mevakesh האט געשריבן:הרב שמעקעדיג איך האב הנאה פון דיין אפטאמיזם אבער לדעתי זענען די חברה מצליח אסאך מער ווי דו מיינסט
שמעקעדיג - כאפט אייך אריבער קיין בני ברק, אלעד, מודיעין עלית, אשדוד רובע ז' ג' וכו' און זאגט מיר וויפיל סמארט פאונס איר טרעפט, אוודאי איז דא פלענטי, אבער די גרויסע מאיאריטעט האט נישט, די זעלבע זאך איז אין שיכון סקווירא, כתר אין מאנסי ודומיהם [מן הסתם איז אויכעט אזוי ביי די א''ג בני תורה אין לייקוואוד וואס זיצען אין כולל, ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסען, למשל ביי ר' אלי' בער אין שטאט קענסטו נישט טרעפען קיין סמארט-פאונס]
ממילה מצדם איז די מערכה ווייט פון פארלוירען, והא ראיה עס האט געארבעט ביז יעצט אין מערערע פלעצער
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 1:32 pm
דורך mevakesh
און אפילו אין קרית יואל ווי רוב עולם האט מן הסתם יא סמארטפון אבער און ביהמ"ד הגדול כאפט מען א נזיפה פארן ארויסנעמען
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
אמת אין א"י איז די מערכה שטארק, אבער אין אמעריקע? רעד זיך נישט איין. לעיקוואד, סקווירא, אא"וו, א ריזיגע עולם האט, און די נומערן פון די סמארטפאון באנוצער וואקסט כסדר לפי הצורך, שטייצעך מיט פילטערס, און אסאך באהאלטן אויך, זיי זענען נישט באקוועם זיך צו דרייען אין סמעדרעש מיט המנ'ס און עמלק'ס, אבער ביודעי ומכירי, מיין (ביסעלע) ריסערטש ווייזט מיר אז עס איז אזוי,
אודאי אין ביהמ"ד איבעראל קוקט אויס ווי די "מגיפה" פון די המנ'ס זענען אויסגעראטן, ווייל די רבנים וואס האקן דערויף קענען אסר'ן בתוך שלהם, און מען נעמט צו הילף די פרומע מתפללים וואס זאלן מוחה זיין (בדרכי נועם... וואטעווער), אבער גיי גיב א קוק ביי סיי וועלכע אידישע מסיבה אינדרויסן פון ביהמ"ד, צב"ש שמחות, דינערס, און אפילו רבי'שע חתונות, און גיב א קוק וויפיל פראצענט פארמאגט מאושר פליפ-פאונס אן טעקסט און וויפיל האבן סמארטפאונ'ס.
ס'איז קלאר ווי די טאג אז די חברה טראכטן נישט שכל'דיג, זיי אליינס זענען דאס מודה, זיי ווייסן אז מען דארף עס לצורך פרנסה (כאטש לדעתי מיט א פילטער מעג מען אויך שלא לצורך פרנסה, ואכמ"ל), אבער זיי זאגן אז פרנסה איז פון הימל ממילא זאל מען אוועקווארפן דעם פאון, און די וואס דארפן דעם אינטערנעט זאלן נוצן "שבת גויים"... עס איז אן אבסורד, דער פראבלעם איז וויבאלד נאר זיי מעגן לייגן זייערע פלאקאטן אויף די ווענט און ליפלעטן אין די בתי מדרשים קען זיך דאכטן אז זיי האבן די אויבערהאנט, און ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז נאר 2-3 פראצענט פון כלל ישראל האט גענומט די כלים פון המן, אבער די איבריגע זענען געווען מופרש פון די אלע זאכן... אבער צו די מערכה האט עפעס מיט רעאליטעט? זייער שוואך.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 2:38 pm
דורך יעלה ויבא
C/P
פאראן א נייע אודיאו קליפ וואס פארט ארום און מאכט די רונדעס אויף וואטס אפפ און אויף טעלעגראם, דער ניגון איז באזירט אויפן גלות ניגון וואס דער הייליגער קאלובער האט אפגעקויפט פון א אונגארישען פאסטוך און די ווערטער גייען וואו פאלגענד:
סעלפאון, סעלפאון, וואו גרויס ביסטו, טאטי מאמי וואו ווייט ביסטו, וואלט דער סעלפאון קלענער געווען, וואלט טאטי מאמי נענטער געווען.
איז אזוי:
יא! אונז האב מיר גרויסע סעלפאונס מיט היי דעפענישען סקרינס.
יא! אונז זעמיר אנגעבינדען מיט אימעיל, פעיסבוק, וואטס אפפ און טעלעגראם.
אבער אונז זעמיר נענטער מיט אונזערע קינדער און מיט זייערע געפילן וואו די פריערדיגע גענעראציעס, אונז זעמיר מער אין איינקלאנג מיט זייערע געברויכן און באדערפענישן.
און קום מיר נישט מיט די בולשי"ט, אה! דו האלטסט אז דו ביסט בעסער וואו דיין טאטע און דיין זיידע...
ווייל מיין ענטפער איז א הילכיגען יא!, רוב פון אונז זענען בעסער.
און קיינער באשולדיגט זיי נישט פערזענליך, ס'איז קלאר אז היטלער איז שולדיג דערינען.
די פאקט איז אז צוואנציג יאר צוריק ווען א מלמד וואס האט געהאט א שווערע טאג און האט אנגעהאקט קינד פארן נישט טייטלען, האט ער נישט געהאט וואס מורא צו האבן, א גרויסע טייל פון קינדער האבן אפילו מורא געהאט צו דערציילן אינדערהיים, זיי האבן מורא געהאט פון כאפן נאך...
היינט צוטאגס טראכט א מלמד צוויי מאל פאר ער טוט עפעס.
און ווען ס'קומט צו מאלעסטאציע דארף איך ניטאמאל ערקלערן, אמאל ווען א קינד האט אפילו אויפגעברענגט אזא געדאנק אפילו נאנט צו דעם ענין איז ער גלייך פארשריגען, אראפגעקלאפט און פארשוויגן געווארן, היינט אדאנק די "טריפענע" אינטערנעט מיט שפרודעלדיגע קוועלער פון אינפארמאציע ווייסן מיר וויאזוי צו באהאנדלען דעם נושא.
קלאפט אייך אין די פלייצע! אונז זעמיר אלע ערשטקלאסיגע אויסערגעווענליכע גוטע עלטערן.
א פרייליכען פורים.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 3:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לויט וואס איך זעי. אין לעיקוואוד איז א סמארטפאון א טריט אראפ אין אידישקייט, אבער נישט גע'אסר'ט. אז מ'נעמט עס ארויס אין בית המדרש, סיי ווי, וועט מען גארנישט טוהן. ב.מ.ג., ד.ה. ר' מתתיהו סלומון, פראבירט צו באקעמפען דורכ'ן רודפ'ן בחורים (מ'רעדט פון דריי און צוואנציג און העכער) נאר צו האבען מאושר אנע טעקסט, אבער ביי פארהייראטע איז עס מותר. צום אויסשטעל פון א חשוב'ער יונגערמאן איז עס א סתירה, אבער נישט גע'אסר'ט. מער ווי איין רב/פוסק האט עס, און איך קען א וועלט'ס ת"ח אויך (ער פרעגט מיר וויאזוי עס צו נוצען, ער איז א טאטאלע ע"ה אין די זאכען, אזש איך האב איהם מסביר געווען וויאזוי מ'נוצט א מאו"ס און ס'איז איהם נישט אריין אין קאפ).
אין סאוטה פאלסבערג איז עס גאר אנדעריש. ס'איז א פארקוועטשטע שטאט, און אלס דעם אויס וועט מען דאס ווייניגער טרעפען דארט. איך גלויב אבער נישט אז מ'עט איינער עפעס זאגען צו טוהן ווען ער האט עס יא.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 2:47 pm
דורך יהושע חיים
Matzah.jpg
לאמיר נאכאמאל ברענגען פון דער אדמו"ר וואס באזוכט אין מצה בעקעריי (ווערט געזען אן אשת איש מיט א סמארטפאון ר"ל)