בלאט 16 פון 21

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:22 pm
דורך געפילטע פיש
אה, כ'האב געטראכט אז אפשר איז עפעס געווארן קאראפטירט און ארויסנעמען און צוריק אריינלייגן די SD קארטל האט עס געפיקסט. אז נישט וועט מען מוזן זאגן אז ס'טאקע א מופת. זכותו יגן עלינו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:51 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז די גרינגסטע וועג אין ענדרויד צו טוישן פון סיילענט צו ווייברעיט אדער געהעריגע רינגער?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:25 am
דורך געפילטע פיש
די וואליום באטאן?

קען זיין יעדע פאון איז אנדערש, אבער ביי אסאך פאונס מאכט מען עס ביים אראפ רוקן די וואליום ביז אונטען, אויב ווילסטו מער וואליום סעטינגס קענסטו קוועטשען די gear אייקאן בשעת'ן רוקן די וואליום.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:48 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין ענדראיד קיובארד איז נעלם געווארן איבערנאכט, במקומו איז דא א שרייב באקס וואס פארשטטייט נישט צווישן א o מיט א e ועוד. שוין געשפילט מיט אלע סעטינגס, נאדא. העלפ!!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:55 am
דורך שמעקעדיג
וואס הייסט דאס נעלם געווארן? און קענסט נישט דאונלאודן אן אנדערע קיעבארד? עס זענען פאראן אזויפיל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:57 am
דורך רויטע וואנצעס
איך וויל צוריקהאבן די אלטע סטענדירד ענדרויד קיבארד. ווי קען איך עס טרעפן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:25 am
דורך געפילטע פיש
וועלכע ווערסיע פון ענדרויד? אין די נייערע איז עס ווי פאלגענד:
Settings, Language and Input, Default
און וועל אויס די גוגל קיבאורד אדער וואטעווער דו האסט געהאט פריער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:01 pm
דורך דעת תורה
משום אל תמנע טוב מבעליו,

מסתמא האבן זיך שוין פילע געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, נעמליך, מען האט אלע מוזיק אויף גוגל פלעי, וואס טוט זיך ווען מען וויל דאונלאודן אויפן ענדרויד א אלבום און ארויפלייגן אויף א SD קארטל? (אויף דעם זעלבן ענדרויד מאשינקע קען מען עס אייביג סעיוון צו קענען הערן אפפליין, סאו די עיקר וואו ס'איז נוגע איז אויב וויל מען עס לייגן אויפן קארטל).

אויפן קאמפיוטער, דאונלאודט מען דעם אלבום און מען האט עס כמות שהוא, אויפן אנדרויד איז עס מער קאמפליצירט, אבער עס איז דא א וועג. אויב האט איר es file explorer, אדער לכאורה די זעלבע איז מיט סיי וועלכע אנדערע פייל עקספלארער, דאן גייט צו האום - ענדרויד - דאטא - קאם.גוגל.ענדרויד.מוזיק וועט איר טרעפן אלע אייערע טרעקס וואס איר האט געהאט געסעיווט פאר אפפליין, לא זו אף זו געווענליך וועט דער עפפ מדעת עצמו סעיוון פיל מיט קעטשי'ס, א ים מיט ניגונים וואס דו האסט לעצטנס געהערט.

דער עיקר שוועריגקייט איז אז עס איז נישט געסעיוודט על הסדר לויטן אלבום, ווי אויך האט עס נישט קיין טרעק אינפא און מען דארף אלעס אליין מעניועלי רינעימען. אויב אבער ווילט איר יעצט דאונלאודן א ספעציפישע אלבום, איז דאס דער וועג. (גרינגער צו מאכן, מעקט אויס אלע קעטשי'ס און געסעיווטע אלבום'ס, - דאס דארפט איר טון אין דעם גוגל פלעי עפפ ביי די סעטינגס, לאזט איבער נאר דעם אלבום וואס איר ווילט איצט ארבעטן מיט). רינעימען ארבעט, אז מען דרוקט שטארק אויף א טרעק וועט ארויפקומען אונטן א מעניו מיט זאכן וואס איר קענט אויסקלויבן.

דערנאך (אדער אויב ווילט איר זיך ארום שפילן דערמיט שפעטער - ערגעץ אנדערש - קענט איר לאזן די רינעימען פאר שפעטער) דרוקט שטארק אויף עני טרעק, וועט ארויפקומען די מעגליכקייט צו סעלעקטן די טרעקס, סעלעקט אלע טרעקס, דאן גייט צו move to אדער copy to און וועלט אויס ווי - אין וועלכע פעטה - איר ווילט סעיוון דעם אלבום, דרוקט new און גיט דעם נייעם פאלדער א נאמען וויאזוי איר ווילט רופן דעם אלבום, מופט אדער קאפיט אריין די טרעקס אין דעם נייעם פאלדער, און איר זענט גוט צו גיין...

איך שרייב עס אראפ ווייל איך האב זיך געמוטשעט און געסוירטשט ווילאנג איך האב עס אויסגעפיגורט, אפשר קען עס זיין א העלפ פאר אנדערע. בכלל ברויך מען וויסן אז מיט פייל עקספלארער אויפן ענדרויד קען מען זיך ארום שפילן מיט אלע פיילס כמעט ווי אויפן קאמפיוטער, קאפיען פעיסטן רוקן, משא"כ באייפאון / IOS.

אדרבה, אויב איינער האט א גרינגערע וועג, זאל ער לאזן וויסן. א זייטן בענעפיט האט דער מהלך, ווייל געווענליך וועט גוגל נישט לאזן דאונלאודן א איינצלנעם אלבום מער ווי צוויי מאל, אבער דא, וויבאלד דו קאפי'סט אוועק די טרעקס פון דעם פאלדער ווי עס סעיווד זיך אויפן דעווייס, קענסטו נאכדעם צוריק גיין צום גוגל פלעי עפפ און פשוט סעלעקטן עס זאל זיך מער נישט סעיוון אויפן דעווייס, און עס רעכנט זיך נישט ווי א דאונלאוד (ווייל די עיקר אויפטו פון דעם פיטשער איז דאך אז מען קען טוישן און צוריקלייגן אלבום'ס וויאזוי די הארץ באגערט. דער עפפ כאפט נישט אז במחתרת האסטו שוין געקאפי'ט די טרעקס און געסעיווד ערגעץ אנדערש).

איין פראבלעם בין איך געבליבן אחרי ככלות, נאכן רינעימען אלע טרעקס און אפילו צולייגן ציפערן בעפאר כדי די טרעקס זאלן זיין אין א רייע, ווען איך צינד אבער אן די רעגולערע מוזיק עפפ הייבט עס אן שפילן דעם אלבום פונעם 8'טן טרעק. (עס איז נישט אויף שאפל). גיי פארשטיי. ווידעראום, אין א אנדערן דיווייס וואס כ'האב עס אריין געלייגט, קומט נישט ארויף בשום אופן די נאמען פונעם אלבום, נאר עס ווערט נכלל די קאטעגאריע פון "no album".

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר קען אזא עפפ דיר העלפן פארן רינעימען די פיילס:
https://play.google.com/store/apps/deta ... itag&hl=en

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:05 am
דורך petergrifin
װי אזוי קען איך עפענען נאך א טעב אויף מײן בראוזאר (סמארטפאון/טעבלעט)?
אויף װינדאוס דריקט מען קאנטראל און מען לעפט קליקט די לינק למשל, סאו װאס טוט מען אויף ענפרויד?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:12 am
דורך שמעקעדיג
וועלכע בראוזער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:12 am
דורך רויטע וואנצעס
גיי צו א וועבסייט, נישט קיין חילוק וועלכע, קלאפ אויף דיין menu קנעפל (געווענדליך אויף די לינקע זייט פון די פאן אינטן, נישט אויפן סקרין) די ערשטע option איז new window.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:13 am
דורך petergrifin
בעיקר די סטאק בראוזער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:14 am
דורך שמעקעדיג
New tab and new window are 2 different things

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:18 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:New tab and new window are 2 different things


ביסט גערעכט, אבער אויף ענדרויד איז עס די זעלבע זאך. די אלטע ווינדא בלייבט אזוי ווי ביי א tab.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:20 am
דורך petergrifin
רוב לינקס מײן איך עפענען זיך אין א נײע טעב אויטעמאטיש אבער נישט אלעמאל בכלל די גאנצע סעלעקטען און מאכן ק/פ איז
דאך עפעס א מין אפקימעניש..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:41 pm
דורך אליצפן
[tag]petergrifin[/tag] Two things. First of all to open a new tab on the computer you don't have to press Ctrl + left click, you can either right click the link and click on open new tab, or you can click the scroll button on the mouse, (most computer mouses have one) if you click on the link with the scroll button it opens on the link in a new tab.
Second, on an Android phone to open a new tab, you just have to click and hold down the link for a few seconds, and then an a menu pops up, and one of the options is to open the link in a new window, which on Android is the same as new tab.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
זה מה שאמרתי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:59 pm
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זה מה שאמרתי.

רק השורה האחרונה היא מה שאמרת. יש בתגובה שלי הרבה חידושים שלא אמרת ומן הסתם גם לא ידעת.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:02 pm
דורך petergrifin
איך האב געזען דער ארטיקעל װי איעדער ענדרויד פאון װערט אויס גערעכנט אין ראַנג.
איך לײג עס ארויף נאר װעגן זײנע הגהות..

http://gizmodo.com/every-android-phone- ... 1468382693

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:41 am
דורך chosen people
איך האב אפדעידטיד מיין פאון צו 4.3 אבער איך זעה צוויי חסרונות איינס איז איך האב שוין נישט קיין mobile data toggle אין די drop down screen. צווייטענס די בעטערי גייט זייער שנעל אויס..
עני העלפ פליז?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטנס ווער איך משוגע פון עפעס א ID פיטשער אויף מיין פאון.
יעדעס מאל איינער קלינגט מיר אריין, גיט ער מיר עפעס א מאדנע איי.די. פון וואו דער קאלל קומט, עפעס א שטאט אין ניו יארק. עס מאכט מיר זייער פרייליך צו וויסן....
אבער דער פראבלעם איז אז די געוואלדיגע פיעטשור האט נישט געפינען קיין בעסערע פלאץ אויפן סקרין נאר העכער דעם נאמען פונעם קאלער!! ד.ה. אז דער נאמען פונעם קאלער (וועלכע ליגט אין מיינע קאנטאקטס) ווערט געבלאקט!!
קען מיר איינער ביטע העלפן ווי אזוי ווער איך פטור פון די אנשיקעניש? (זעה בילד פאר א דוגמא):
.
Blocked ID.jpg

.
.

למען האמת, איך האב עפעס א נארישע עפפ אויף מיין פאון וואס רופט זיך "Caller Name ID" (זעה בילד), אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז דער קאלפריט.
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:29 pm
דורך געפילטע פיש
פארוואס נישט? ס'מאכט דייקא סענס אז דאס איז די קאלפריט, דיסעיבעל אדער אנאינסטאל יענע עפפ און זע אויב ס'געשעהט נאכאלס.