בלאט 16 פון 28

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:13 am
דורך איחוד פעלד
קרני צבי האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האב איך געהערט אז איינער פין זייערע מעמבער'ס האט עפעס ג'גנבעט, אלץ שטראף האט מען עים געצווינגען צי גט'ן זיין ווייב אין נאכדען האבען זיי אים ארויס געווארפען פין די "קהילה", זיין ווייב גייט גיין צי א צווייטע "קהילה מעמבער" ......


געצווינגען א גט? וואס איז מכח גט מעושה?
דאס איז דאך אסאך הארבער פון גניבה!
איום ונורא!
וואלט איך געגלייבט אלעס וואס מ'זאגט וואלט איך געבליבן אן הערנער...
איך האב מברר געווען אז די מעשה איז כלל נישט געווען אזוי ווי דו לייגסט דאס אראפף. גניבה איז געווען לחוד (דאכט זיך מיר ס'געווען נאר א חשד) און די גט לחוד וועגן שלום בית ענינים, און לפי מיטב ידיעתי האט מען אים בכלל נישט ארויסגעווארפן ער ארבעט פשוט פאר זיין פרנסה און באלאנגט צו די קהילה. נעקסט טיים זיי מברר זאכן פאר דו שרייבסט עורבא פרח.

וואס איז די "אסמכתא" פאר איש עברי אז איך בין אן איזראלי בעל תשובה?
און טאמער יא, איז איש עברי אן אמעריקאנער בעל עבירה? און וועגן דעם איז זיין אוסלייג אין אידיש "מצויין"...?



ווי איז דיין שכל צו זיין א מודה במקצת, זיי ליבערשט א כופר הכל, שוין, איז יא געוועהן א מעשה מיט א גט און א גניבה, די שאלה איז נאר אויב ס'איז פארבינדען אדער נישט, צו פארוואס נישט?

איי גט מעושה? צו שרייבט מען דאך אונטער לכתחלה אז אלעס איז לפי דעתו ורצונו פין אדמו"ר שליט"א און ממילא איז דאך אינגאנצען נישט דא קיין דעת פאר די מענטש זאל זאגען יא אדער ניין.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 6:04 pm
דורך outspoken

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 6:52 pm
דורך חזקיהו המלך
די אגענטורען זענען אויף מיט די נייעס אז א אונטעריאו דזשאדזש האט היינט געאורטיילט אז מען זאל יא לייגען די 14 קינדער אין פאסטער קעיר אזוי ווי א קוויבעק קאורט האט געאורטיילט,

די דזשאדזש האט אבער געלייגט א 30 טאג סטעי, צי געבען צייט פאר די לב טהור קולט צי אפעלירען דעם אורטייל, אין לויט ווי אזוי לב טהור רעדט פאר די פרעסע, קוקט אויס אז זיי פלאנען צי אפעלירען,

לויט ווי אנאליסטען זאגען, האט לב טהור שוואכע שאנצען צי געווינען אן אפיעל, אבער זיי פלאנירען עס סייווי צי טוהן,

מומחים געבען איבער, אז מען קען ערווארטען אז לב טהור וועט אינטערנעמען נאך א אנטלויף אקציע ארויס פין לאנד ציזאמען מיט די קינדער, אנאליסטען געבען שוואכע שאנצען אז עס זאל מצליח זיין, אבער דער לב טהור רעקארד האט א היסטאריע פין אנטלויף אקציעס, אין געוויסע היסטאריע פראפעסארען האבען זיי אנגעריפען "די אנטלויפענדע קולט", ציניקער זאגען אבער, אז זיי זענען נישט אזאלכע פראפעסיאנאלע אנטלויפער, אין מען קען ערווארטען אז דאס מאל וועלען זיי פארשטיין אז די אנטלויפעריי איז אפגעלאפען,

בלייבט צי בעטען דעם באשעפער, אז טאמער די לב טהור קולט איז קעגען דעם רצון ה' זאל עס אונטערגיין ווי א זייפען בלאז,

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:37 am
דורך I'm back
[tag]חזקיהו המלך[/tag], אפשר רעדטסטו צו בלומבערג?
די האסט עם דאך פארכאפט. אפשר קען ער עפעס טון??

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:54 am
דורך איחוד פעלד
טאמער גייען זיי אין פאסטער קעיר, איז עס ביי אידען אדער גוים?

איך מיין אז מען רעדט פין זיביצען יעריגער מיידעל מיט איר קינד.

בכלל איז דארט געוועהן איינגעפירט צו לייגען קינדער אין אנדערע היימען. שטיקעל מדה כנגד מדה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:12 am
דורך חזקיהו המלך
איחוד פעלד האט געשריבן:טאמער גייען זיי אין פאסטער קעיר, איז עס ביי אידען אדער גוים?


זיי האבען געשריבען אין די נייעס אז זיי האבען ציגעגרייט היימישע היימען אין די מאנטריאל אידישע קאמיוניטי,

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:14 am
דורך חזקיהו המלך
א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער,

סארא טראגע, הוסטע קוטשע פייעט נעקי, באלאנד נעקעש קאקאש,

מען קען באמערקען אז ווי עלטער זיי זענען, אלץ מער דיפרעסט קוקען זיי אויס, די יונגע ווייסען נעבעך נישט וואס עס ווארט זיי אפ, :(

זיי ווייסען אליינס נישט וואס זייערע אויגען פארציילען אלץ, אבער ווער ס'קען ליינען, קען זעהן אין די אויגען גרויסע פיין אין לייד, די אויגען פארציילען אלע סודות וואס זיי טארען נישט אויסזאגען,

נעקעש פעקעש קאקאש נעקי, :x

בילד

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 5:13 pm
דורך קרני צבי
חזקיהו המלך האט געשריבן:זיי ווייסען אליינס נישט וואס זייערע אויגען פארציילען אלץ, אבער ווער ס'קען ליינען, קען זעהן אין די אויגען גרויסע פיין אין לייד, די אויגען פארציילען אלע סודות וואס זיי טארען נישט אויסזאגען,


זיי ווייסן זייער גוט וואס זייערע אויגען פארציילן אלץ, זיי האפן אז אפשר איין בילד וועט ווייזן פאר אחיהם בני ישראל און אויך פאר חסידי אומות העולם, אז מ'רעדט דא פון א גרופע אידן פרויען און קינדער וואס ווערן גערודפ'ט על לא עוול בכפם, נאר פארן איינציגסטן חטא צו פראבירן האלטן די תורה בדרך הישנה און נישט מיט גיין מיטן שטארעם. וועגן דעם דארפן זיי אנטלויפן פון פלאץ צו פלאץ, און קיינער האט קיין רחמנות, נישט דער פארנצויזיער אנטיסימיטשע דזארדזש און נישט דער אידישער קאווע שמיעסער, נישט דער אנטעריא דזארדזש, נישט די איזריאלישע חרדישע כנסת מעמבערס, נישט די רבנים און נישט די דיינים (למעט יחידי סגולה) אלע טאנצן אויף זייער בלוט.

אה, נאך א משפחה גייט צוברעכן ווערן מיט פיין און יסורים! גוט, כן ראוי וכן יאה פאר די דזידעס
אה, גייען זיי אנטלויפן, גוט פאר זיי.
אה, גייען זי נישט אנטלויפן, איז דאך אוודאי גוט.
גייט מען אויסשמד'ן די קינדער, איז דאך אוודאי גוט. אלעס בעסער פון צו זיין לב טהור.

וועלעכע סודות טארען זיי נישט אויסזאגען, זיי ליידן און ליידן און ליידן ווייטער, זיי זאגן און זאגן און זאגן, און קיינער הערט נישט. זיי ווייסן זייער גוט וואס עס ווארט זיי
צו זיין א גלות ייד, ובגויים האלה לא תרגיע ולא תמצא מנוח לכף רגלך... עד ישקיף ה' וירא וירחם.

פריידט זיך אידישע קינדערלעך, ב"ה נאך א ביסל אידיש בלוט פארגאסען... נאך א ביסל וועט פון די אידן זיין אש און פארעך...
און דעמאלט וואס?
וועט מען זיך נעמען צו אונזערע ביינער...
היה לא תהיה?
איך ווייס נישט, אז ס'איז געווען די האלאקאוסט ווייס איך נישט וואס גייט יא זיין און וואס גייט נישט זיין.
וועקט זיך אויף, און הערט אויף צו שטיצן אנטסימיטשע מהלכים פון רעגירונגען אפילו זיי הייבן אן מיט גערודפ'טע מענטשן וכל שכן אידן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 6:17 pm
דורך חזקיהו המלך
קרני צבי האט געשריבן:נאר פארן איינציגסטן חטא צו פראבירן האלטן די תורה בדרך הישנה.......און קיינער האט קיין רחמנות,

און מיט דעם פאלטשען תירוץ פין תורה בדרך הישנה האט עטץ זיך אנגעטרונקען מיט אידיש בלוט פאר לאנגע יארען, מיט אומבאשרייבליכע אכזריות, און ווען ס'קומט שוין סוף כל סוף שוין אן ענקער צייט צי צירוק חאפען דאס וואס ענק האבען זיך ציגעגרייט, הייבסטו אן שרייען "רחמנות"...... די געשוואלענער היפאקריט !, ווי דערווייגסטו זיך צי ארויס זאגען די ווארט רחמנות, בושה תכסה פניכם,

אויף דעם זאגען שוין חז"ל אין מדרש קהלת "כל מי שנעשה רחמן במקום אכזרי, סוף שנעשה אכזרי במקום רחמן" ,

ווען קאשוי רב האט רחמנות געהאט אויף ענקער גלח העלבראנץ ווען ער איז געזעצען אין תפיסה אין ער האט געארבעט עים צי העלפען, וואס האט ער באקומען אלץ א שכוח, אז ער העלבראנץ האט אים באגנבעט צוויי אייניקלעך מיט זייערע משפחות, די קאשויער האבען געוויינט אין זיך געבעטען ביי דעם רשע מרושע אז ער זאל צירוק געבען זייערע קינדערלעך, אין דער העלבראנץ האט זיך אויסגעלאכט, ער האט זיי פארוואנדעלט אין זיינע צוואנגס ארבעטער, אין דעם מאיר יששכר ניצט ער צי אויספיהרען זיינע שייגץ שטיק,

ווי איז געווען רחמנות דעמאלץ ? , ער האט געריסען שטיקער פין פרעמדע משפחות אן רחמנות, אזוי ווי ס'נישטא קיין מארגען, וואס האט ער געמיינט, אז ס'וועטעם קיינמאל נישט אהיים קומען, אין יעצט אז זיין אייגענע שלעכטס האט זיך אויסגעדרייט קעגען עים, קומסטו שרייען רחמנות, חלילה צי רחמנות האבען,

דעי אלע וואס העלפען ענק אין מיינען זיי טוען א מצוה, זיי זענען עתיד ליתן את הדין, זיי וועלען ברענען אין גיהנום ציזאמען מיט ענקער גלח, די וועלט איז נישט הפקר, אית דין ואית דיין,

העלבראנץ האט אפגעמאכט אז ער פארשטייט אלעס בעסער פין יעדעם, ער האט אפגעטוהן רשעות אשר אין האוזן סבלתן, אין די קומסט שרייען רחמנות...... ס'נישטא קיין בעסערע גליק פאר דעי קינדער ווי דאס אז מען זאל זיי יונגערהייט אוועקנעמען פין דעי ע"ז קולט, זיי קענען מאכען התבוננות א גאנצען טאג, ס'ווערט נישט אויס ע"ז, אין ענקער גלח איז ערענסט בארירט אין קאפ, איינגערעהט אין זיינע משוגעסען אין ער ווייסט נישט וואס טוהט זיך מיט זיך, ער ווערט ארום געפירט ביים בעל דבר,

אין מיר קענען נאר אויספירען מיט די ווערטער פין די מגילה, אז אתה החילת לנפול.... נפול תפול...... אין ס'זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל נעמען א סוף צי דעם העלבראנץ סומאטוכע וואס ציהט זיך שוין אזוי פיהל יארען, אין האט שוין געקאסט אזוי פיהל טרערן אין בלוט פאר אידישע קינדער,

והאומר לעולמו די יאמר לצרותינו די,

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:17 pm
דורך קרני צבי
טויש ביטע דיין ניק צו "רבשקה" (זעה מלכים ב' פרק יח).

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:41 pm
דורך ארפכשד
[tag]קרני צבי[/tag],

ווי ס'שיינט פון דיינע תגובות דא אין אשכול, זעט אויס אז דו האסט נאנטע מקורות צו דעם ק"ק פליטות הגולה פון די מובחרי בני ישראל אשר לא כרעו לבעל. אפשר גיבסטו דא א שטיקל א באריכט וואס טוט זיך אפ מיט אט די קהלה? וויפול משפחות זענען פארבליבן אין קוועבעק און וויפול האבן נעבעך געמוזט מאכן פליטה קיין אנטעריא? און וואס טוט זיך מטעם דער געריכט? איז טאקע דא ערענסטע האפענונגען צו געווינען אין אפעלאט אדער איז ליידער נישט דא אן אנדערע ברירה ווי מאכן נאכאמאל א ויברח? און וויאזוי נעמט דאס אויף דער רבי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:50 am
דורך חזקיהו המלך
קרני צבי האט געשריבן:טויש ביטע דיין ניק צו "רבשקה" (זעה מלכים ב' פרק יח).


כ'מיין זאלסט טוישען דיין ניק צי ויזתא, (זעה מגילת אסתר)

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:04 am
דורך קרני צבי
ארפכשד האט געשריבן:ווי ס'שיינט פון דיינע תגובות דא אין אשכול, זעט אויס אז דו האסט נאנטע מקורות צו דעם ק"ק פליטות הגולה פון די מובחרי בני ישראל אשר לא כרעו לבעל. אפשר גיבסטו דא א שטיקל א באריכט וואס טוט זיך אפ מיט אט די קהלה? וויפול משפחות זענען פארבליבן אין קוועבעק און וויפול האבן נעבעך געמוזט מאכן פליטה קיין אנטעריא? און וואס טוט זיך מטעם דער געריכט? איז טאקע דא ערענסטע האפענונגען צו געווינען אין אפעלאט אדער איז ליידער נישט דא אן אנדערע ברירה ווי מאכן נאכאמאל א ויברח? און וויאזוי נעמט דאס אויף דער רבי?


איך ווייס נישט אלעס, אבער ס'איז דא זייער ערנסטע טשאנסן פאר אפיעל. די לויערס דארטן געבן זייער שטארקע האפענונגען.
זעה miriamhelbrans.com/

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:47 am
דורך איחוד פעלד
וואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?

רשעות האט אויך א שיעור.

כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 7:41 pm
דורך מאן דאמר
Ami האט די וואך אן ארטיקעל איבער די באנדיטן, זיי שרייבן נישט קיין נעמען, נאר בסימני בעלמא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 8:18 pm
דורך שאולי
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?

רשעות האט אויך א שיעור.

כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.

ווער זאגט דיר אז עס איז רשעות? לכמה בגויים תאמין!
איך מיין אז יעדן טאג וואס די קינדער ליידן פון די ווילדע משוגענע עלטערען איז א רשעות
די עלטערען דארט זענען צורדייט אינגאנצען
פייניגען די קינדער און עביוזען זיי בכל דבר

מען מיינט נישט מיט דעם העלבראנץ אליינס
פאר העלבראנץ וועט מען ברויכן צו באשאפן א נייע גיהנום די אלטע איז צו קליין פאר אזא מאנסטער ווי ער

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:02 am
דורך איחוד פעלד
שאולי האט געשריבן:איך מיין אז יעדן טאג וואס די קינדער ליידן פון די ווילדע משוגענע עלטערען איז א רשעות
די עלטערען דארט זענען צורדייט אינגאנצען
פייניגען די קינדער און עביוזען זיי בכל דבר



פין ווי ווייסט דו דאס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:53 am
דורך קרני צבי
שאולי האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?

רשעות האט אויך א שיעור.

כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.

ווער זאגט דיר אז עס איז רשעות? לכמה בגויים תאמין!
איך מיין אז יעדן טאג וואס די קינדער ליידן פון די ווילדע משוגענע עלטערען איז א רשעות
די עלטערען דארט זענען צורדייט אינגאנצען
פייניגען די קינדער און עביוזען זיי בכל דבר...


בילד

ועכשיו שאני חי והוא חי היאך יכול החי להכחיש את החי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:59 pm
דורך קרני צבי
דבר האמת האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:הרב העלל-ברענער האט אויך אריינגעצווינגן דעם אלטן ר' מעכעלע פון נתניה מיט א שידוך.... אן איבערעדן א ווארט מיט ר' מעכעלע'ס קינדער צו זי איז גוט פאר אים.

נאט אייך דעם כתב הסכם בין ר' מיכל'ע וזו' וואס איז געשריבן געווארן אין איילעניש... בעצם כתב ידו של הרב העלבראנץ.
קרני דערקענסט דיין כתב?!


נאט אייך דעם גילוי דעת של ר' מיכל'ע חתום בעצם חתימת ידו של הרב מיכל מנתניה. דערקענסט זיין חתימה?

בילד

ומכאן תלמוד על כל שאר השמועות המבהילות על נישואין כפויים של תינוקות בנות שתיים עם זקנים בני תשעים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 12:33 pm
דורך מימוש

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 2:39 pm
דורך ביבער
http://www.vosizneias.com/155278/2014/0 ... h-support/

בערך א 2 יאר צוריק בין איך ערגעץ געווען אויף א שבת מיט דעם דאן-פריש אנטלאפענעם ברודזעווסקי ער האט מיר דערציילט זייער שרעקליכע מעשיות פון דארטן, איך האב אים געפרעגט פארוואס ער דרייט נישט איבער א וועלט האט ער געטענהט אז עפ"י הלכה שטייט ער אונטער א שבועה נישט צו טהון קיין שום פעולה וואס קען גורם זיין א ביזיון אדער שאדן פאר די קולט, קוים וואס ער האט געקענט טרעפן א בי"ד (רב שטערנבוך ראב"ד) וואס האט אים מתיר געווען צן בלייבן מיטן ווייב, די בי"ד האט אבער נישט געוואלט מתיר זיין די אנדערע סעיפים פון די שבועה. זעהט אויס ער האט זיך אנעיייצע געגעבן מיט די איבעריגע סעיפים אויך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 3:17 pm
דורך חזקיהו המלך
ער רעדט נאר יענעם איין ? אדער ער רעדט זיך אליינס אויך איין ?, ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג...... א בארג פין בלאף,

ער רעדט דארט פין מסירות נפש, כ'ווינדער מיר צי אוועק נעמען די אייגענע זוהן'ס קינדער איז אויך מסירות נפש ????? קען זיין ער טייטשט אויס מסירות נפש אז ער דארף מוסר זיין יענעם'ס נפש ......

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2014 8:48 pm
דורך טיטאניק
מימוש האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=4QlYKt9qJvo

דאס אז זיין מפלה געשעט בימי אדר צייגט גיט פאר אינז אלע אז אדר איז טאקע א זמן מסוגל אז המןס און רשעים זאלען ליידען א נידערלאגע
עס קימט אינז נאר יעצט צי מסיים זיין די פסוק
נפל תפל. אינגאנצען ציזאמען מיט אלע שונאי ישראל