בלאט 16 פון 17
נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 8:10 pm
דורך מפיל קינד
איך מיין זאלסט נאכנישט קויפן, ס'איז יעצט ארויף ווייל די סטאק מארקעט איז פארמאכט בשעת די ערשטע דירעקט דיפאזיטס פון די סטימיולעס איז אנגעקומען. איז די געלט אויטאמאטיש געגאנגען צו קריפטא אנשטאט צו סטאקס.
ס'גייט לכאורה צוריקפאלן די וואך, האלט אן אויג און לייג שנעל אריין.
ס'גייט לכאורה ארויפגיין ביז 100,000 בקרוב. נאכדעם גייט עס נאכאמאל פאלן ווייל אסאך וועלן ארויסנעמען ווי געווענליך ביי א מילשטיין, אבער ס'גייט עווענטועל גיין העכער און העכער.
נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 9:57 pm
דורך הקטן
אויף וועלעכע מארקעט ווערט דאס געהאנדעלד
וואו אזוי לויפט דאס אויך אויף די וויק-ענד
טוישט זיך די פרייז 24.7?
נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 11:57 pm
דורך [NAMELESS]
יא. 24/7. ספעציעלע סייטס. coinbase למשל.
זיי לייגן צו אפאר % ביים קויפן און ביים פארקויפן דארף מען ווארטן פאר כאטש 4-5% ביז מ'קען ארויסנעמען נאר וואס מ'האט אריינגעלייגט.
וואו איז די ביליגסטע צו קויפן?
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 12:14 am
דורך פאליטיקאנט
Coinbase
איז די מערסטע רעגולירט און פארזיכערט, אבער אויך די טייערסטע, און גאר ווייניג קוינס צו טרעידן.
Binance
איז די גרעסטע אויפ'ן וועלט און האבן א עקסטער אפטיילונג Binance.us פאר אמעריקא, עס האט די מערסטע קוינס און פון די ביליגסטע קאמישענס, ווי אויך גאר א גוטע עפפ.
עס זענען דא נאך אבער אן קיין ערענסטע רעפוטאציע אדער הויכע פרייזן.
יעצט איז די צייט נאכאמאל צו דערמאנען אז אינוועסטירן אין ווירטואלע וואלוטע איז פשוט'ע שפעקולאציע לדעתי, און ווען איינער קויפט איז עס ריין מיט'ן חשבון עס פשוט צו פארקויפן פאר טייערער, נעמט עס אין חשבון.
נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 6:33 pm
דורך דערוועקט
איז דא איינער וואס פאלגט נאך ריטשארד הארט
Richard Heart?
א היבש קאנטראווערסיאלער פיגור אין די קריפטא וועלט, ער שיינט צו זיין גאר גוט באהאוונט אין קאמפיוטער סייענס, פראגראמינג, און עקענאמיע.
ער איז געווען אקטיוו אין ביטקוין אין די גאנץ ערשטע תקופה, און האט געמיינט אליינס צענדליגע בלאקס מיט זיין אייגענע קאמפיוטער.
ער האט פאראויסגעזאגט דאס אז ביטקוין וועט שפרינגען צו 20,000 בעפאר 2017, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס פאקט.
פון אנפאנג געווען א ביטקוין מאקסימאליסט, שפעטער האט ער אנגעהויבן ארונטעררייסן ביטקוין און עווענטועל ארויסגעגעבן זיין אייגענע טאקען גערופן
Hex.
אין קורצן איז עס א קוין וואס לויפט אויף די Ethereum נעטווארק און קאפירט די קאנצעפט פון א
CD ארויף אויף בלאקטשעין און גיבט אינטערעסט פאר די וואס שפארן איין די קוינס פאר א לענגערע צייט אפשניט.
עס איז פארוויקלט אין גרויס קאנטראווערסיע, אסאך שרייען אז עס איז א בלויזע שווידל, געצילט רייך צו מאכן דער וואס האט עס ארויסגעגעבן (ריטשארד אליינס טענה'ט אז די וואס פארדינען דאס מערסטע פון די אלט[ערנאטיווע] קוינס זענען די ארויסגעבער און די עקסטשענדשעס). איין וועג איינצוהאנדלען hex איז דורך איינטוישן Ethereum פאר hex דורכ'ן שיקן די Eth צו אן אדרעס וואס קיינער ווייסט נישט ווער קאנטראלירט, ווארשיינליך ריטשארד.
ריטשארד האט א אינטערעסנטע יוטיוב
Channel ווי ער רעדט אסאך איבער קריפטא, היינט צוטאגס בעיקר hex בלאזעריי, צומאל ביז 8 שעה לאנג. היינט זיך אנגעשטויסן אין א
video אויפטריט פון דעצעמבער 2019 (ביטקוין געווען ביי 7k) ווי ער טוט שטוינענד פארזאגן אז ביטקוין וועט גרייכן 60,000 נאכ'ן ווידעראמאל איבערשטייגן די 20,000 הויך. היינט איז עס א פאקט.
בקיצור, א קריפטא דשעני, געניאלע מארקעטער, רייך אן א צווייפל, קלאסישע
Leo, גלייכט זיך זעלבט צו בארימען און אפשפעטן אידיאטן. די שאלה איז צו קען מען שפעקולירן אז ער וועט ווייטער טרייבן די ווערד פון hex אויף ארויף, אדער וועט ער איין טאג באיזה אופן ארויסקעשן זיינע פראפיטן, נעלם ווערן און לאזן hex גיין צו נול.
נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 7:17 pm
דורך הקטן
קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)
איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?
נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 8:56 pm
דורך מפיל קינד
מפיל קינד האט געשריבן:איך מיין זאלסט נאכנישט קויפן, ס'איז יעצט ארויף ווייל די סטאק מארקעט איז פארמאכט בשעת די ערשטע דירעקט דיפאזיטס פון די סטימיולעס איז אנגעקומען. איז די געלט אויטאמאטיש געגאנגען צו קריפטא אנשטאט צו סטאקס.
ס'גייט לכאורה צוריקפאלן די וואך, האלט אן אויג און לייג שנעל אריין.
ס'גייט לכאורה ארויפגיין ביז 100,000 בקרוב. נאכדעם גייט עס נאכאמאל פאלן ווייל אסאך וועלן ארויסנעמען ווי געווענליך ביי א מילשטיין, אבער ס'גייט עווענטועל גיין העכער און העכער.
טאקע אראפ, יעצט 54.
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 4:44 am
דורך פאליטיקאנט
הקטן האט געשריבן:קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)
איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?
-אימעיל אדער נאטיפיקעישענס קענסטו אנשטעלן אויף רוב פינאנציעלע עפפס, א שטייגער ווי יאהו פינאנס, אדער וויבול (מ'דארף נישט קיין פאקטישע בראקערעדש אקאונט ביי זיי פאר דעם).
איך מיין אז די פשוט'ע קוינבעיס האט נישט קיין לימיט ארדערס, נאר יעצטיגע מארקעט ארדערס.
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 5:07 am
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)
איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?
-אימעיל אדער נאטיפיקעישענס קענסטו אנשטעלן אויף רוב פינאנציעלע עפפס, א שטייגער ווי יאהו פינאנס, אדער וויבול (מ'דארף נישט קיין פאקטישע בראקערעדש אקאונט ביי זיי פאר דעם).
איך מיין אז די פשוט'ע קוינבעיס האט נישט קיין לימיט ארדערס, נאר יעצטיגע מארקעט ארדערס.
מיר ליגט עפעס אין קאפ אז ראבינהוד האט יא לימיט ארדערס.
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 11:42 am
דורך נײגעריגער
צוריק ארויף צו איבער 55!
----------
פאליטיקאנט האט געשריבן:פשטות טאקע װעלן רוב קוינס עס נישט מאכן (א שטיקל קאמפעריסאן צו עלעקטריק וויהיקלס, עס זענען דא אסאך סטארט אפס אבער ווייניג גייען זיין פון די געווינער) אסאך קוינס פון 2017 זענען שוין געווארן דיליסטעד פון אלע עקסטשעינדזשעס און אונטערגעגאנגען.
זענען פארהאַן שטאַרקע שאַנסן אז די גאָר גרויסע, װי ביטקאָין, עטעריום, לייטקאָין אא"װ, די װאס שטייען שוין אויפן סאַמע שפּיץ פאַר א לענגערע צייט, זאָלן אינגאַנצן אונטערגיין?
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 1:10 pm
דורך הקטן
נײגעריגער האט געשריבן:צוריק ארויף צו איבער 55!
----------
פאליטיקאנט האט געשריבן:פשטות טאקע װעלן רוב קוינס עס נישט מאכן (א שטיקל קאמפעריסאן צו עלעקטריק וויהיקלס, עס זענען דא אסאך סטארט אפס אבער ווייניג גייען זיין פון די געווינער) אסאך קוינס פון 2017 זענען שוין געווארן דיליסטעד פון אלע עקסטשעינדזשעס און אונטערגעגאנגען.
זענען פארהאַן שטאַרקע שאַנסן אז די גאָר גרויסע, װי ביטקאָין, עטעריום, לייטקאָין אא"װ, די װאס שטייען שוין אויפן סאַמע שפּיץ פאַר א לענגערע צייט, זאָלן אינגאַנצן אונטערגיין?
יא, ס'איז דא טשענס - ווייל קיינער ברענגט נישט קיינע עכטע וועליא צום טיש
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 2:29 pm
דורך פאליטיקאנט
נישט ממש. Ethereum [און אנדערע] ברענגען יא ערענסטע מעלות צום טיש פאר אסאך נוצן.
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 2:44 pm
דורך הקטן
פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט ממש. Ethereum [און אנדערע] ברענגען יא ערענסטע מעלות צום טיש פאר אסאך נוצן.
איז דא עפעס
יאניקוואס ביטקוין ברענגט צים טיש, וואס זאל עם נישט לאזען גיין ביז 0?
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 8:17 am
דורך נײגעריגער
ס'איז געװען די סאַמע ערשטע, מילא װעט עס אלס האבן א חשיבות בלויז דערפאַר. און אויך איז עס באַגרעניצט.
אין פּראַקטישקייט, צו אייגנטלעך נוצן אלס דיגיטאַלישע געלט, זענען זיכער אױפגעקומען בעסערע זינט דאַן
סע האַלט יעצט באַ איבער 57
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 12:36 pm
דורך אישתישבי
געטראסקעט
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 12:40 pm
דורך סמבטיון
צייט צו גיין שאפינג
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 10:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
איז נאכאמאל צייט צו גיין שאפינג אדער די אקס מארק חגיגה איז פאריבער?
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 5:42 pm
דורך אייראפעישער חסיד
איך וויל דא פרעגן פאר די מבינים : לוינט זיך יעצט צו קויפען?
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:38 pm
דורך פאליטיקאנט
די פרעגסט פון אנאנימער שרייבערס אויף א אינטערנעט פארום אינוועסטמענט עדווייס?
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 7:16 pm
דורך איך אויך
ניין עס לוינט קיינמאל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:48 am
דורך תרמב
אין די שארט טערם קען זיך עס לוינען
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 5:49 am
דורך איך אויך
נאר אויב מען איז גרייט אין די שארט טערם אראפצופלאשן די געלט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:40 pm
דורך אייראפעישער חסיד
איז דא אזעלכע אויטאמאטישע פראגראמען וואס האנדלן פאר דיר ? קויפן פאר ביליג און פארקויפן ווען ס'ווערט טייערער , און דאן קויפן אן אנדערע קוין וואס איז דאן ביליג?