בלאט 16 פון 50
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:18 pm
דורך ונבנתה העיר
למעשה איז עס געווען נאנטער צו א דריי-פערטל שעה, און עטליכע אינטערעסאנטע פלעצער זענען צוגעקומען צו מיין זוך-א-דאקומענטערי ליסטע.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:49 pm
דורך ביבער
דער מאמענט האט אנגעהויבן קריגן מאמענטום ביי מיר, ספעציעל גלייך איך די נייע ביזנעסלאנד. ויחנו בסוכת איז שיין, גאב"ד ראב"ד הויל, csb אינפארמעטיוו.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:16 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:די מאמענט וואלט געטוען א טובה פאר כלל ישראל צו לייגען גאנצע ארטיקלען פון די אויסגערופענע קאווע שטיבל..
דו האלטסט זיי זאלן זיך שיסן אין די פיס? אין די מינוט זיי טוען דאס, ווערן זיי פסול און טריפה, ורבצה עליו כל האלות והאיסורים וקול קורא'ס.
אזוי ווי דער מצב איז האביך אויך מורא אז אפשר וועט זיך אויפוועקן איינער עפעס א איד א פארזארגער פון באשעפער, כביכול, און ער'ט אנהייבן דאגה'ן אז דער מאמענט איז צו גוט, ממילא שטערט עס פאר אידישקייט. און מ'דארף זעהן ארויסגעיבן עפעס אן איסור אויף עים. אדער לכה"פ פארפאטשקען אים. אזוי ווי מ'האט געטון מיט'ן שטערן/שפאקטיוו... איך האב געליינט די יו"ט אויסגאבע. און איך האב געהאט א אמת'דיגן תענוג רוחני. און ס'איז מיר צוגעקומען ידיעות.
למשל. דער אינטערוויו מיט ר' יואל יצחק בודק. און ידיעות איבער די סוכות און אלעס ארום. די מעשה'לעך איבער'ן גאב"ד און ראב"ד זענען בבחינת "סאופ-באבלס" אויפ'ן נוסח פון "משפחה". די ארטיקל איבער נגינה און "שירה" איז גאנץ גוט. איך ווינטש זיי די גרעסטע הצלחה...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:39 am
דורך נולד מאוחר
אין די דירת אפטיילונג שרייבט ער אז לויט דבר יום ביומו ווערט געבוירן א וואך 30 קונדער. כמיין ספעלט היפש. וויפיל מענטשען לייגען בכלל נישט זייער שמחה אין די צעטעלעך, פלאס ארוינים לייגען אויך נישט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:33 am
דורך פליקער
ליינענדיג דעים מאמענט זעי איך אז זיי האבן ג'גנב'ט מיין ארטיקל מיטן נאמען
גירוש וויליאמסבורג, אן שרייבן קאפי פעיסט, אדער מיר געיבן קרעדיט, אלזא די אלע וואס האבן פארלאנגט אז זיי זאלן שרייבן ארטיקלעך פון דעים פורם זאלן וויסן אז זיי שרייבן טאקע.
מיך שטערט אז דער שרייבער דארט ווייסט נישט גענוי די עכטע פאקטן, און מאכט א שוואכן ארבייט ארויס צי ברעינגען דעים וויי געשריי, עס זעיט מיר אויס ווי ער באבעלט סתם נאך, אן דורך טיען ווי עס געהער צוזיין, אבער איך גיב אים קרעדיט פארן ליינען דא ביי אינז און כאטש פריוון עפעס צי רעדן וועיגן דעים נושא, בתוך זיין הערליכע באשרייבינגען וועיגן דירות עראי אדער קבע, און די צייט וואס אנדערע צייטינגען וואס וועיגן ווי א סקיט מעלאנע קענען נישט געפינען איין קלעסיפייד פלאץ צי ווידמען פאר אזא הארץ וויי, וואס פארגיסט אידיש בליט און געלט אינעם ים הגדול אריין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:42 am
דורך ידען
אבטולמוס האט געשריבן:דער "מאמענט" לכבוד סוכות איז אן אוצר בלום פון גאר שיינע ארטיקלען און פראיעקטן. כ'האף צו קענען שרייבן אביסל א לענגערע איבערזיכט.
איך ווארט אויב סיז נאך אינטערעסאנט צו קויפען
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:49 am
דורך ידען
ונבנתה העיר האט געשריבן:למעשה איז עס געווען נאנטער צו א דריי-פערטל שעה, און עטליכע אינטערעסאנטע פלעצער זענען צוגעקומען צו מיין זוך-א-דאקומענטערי ליסטע.
וועלעכע ליסטע?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:53 am
דורך אליצפן
אינעם בעלעבאסטע מאמענט האט איינער ג. סופר וואס באטיטלט זיך אלץ א LMHC
(licensed mental health counselor)
געשריבן א גאנצע ארטיקל וועגן שמייכלען מיטן קעפל "די מתנה פון א שמייכל" , ער איז דארט מאריך וועגן די געוואלדיגע אויפטוען דערפון און ווי גוט עס קען אלץ מאכן דעם לעבן בלא בלא בלא.
אמנם דא עקא עס איז כמעט גענצליך נאכקאפירט פונעם וועלט בארימטן ביכל
How to win friends and influence people
פון דעיל קארנעגי. ער ברענגט גאנצע שטיקער און מעשיות ממש נאכגעשריבן פון דארט ווארט נאך ווארט. נישט צום גלייבן וויאזוי איינער וואס רופט זיך גאר א טעראפיסט און איז לכאורה אדורך קאלעדזש, האט די העזה צו אזוי אפן פראקטיצירן פלאגיאריזם, און נאכדערצו פון אזא פאפולערע ביכל וואס לא ימלט אז עטליכע מאמענט ליינער זאלן עס האבן געליינט.
אם יהיה לי פנאי וועל איך ברענגען שטיקער פונעם ארטיקל צוזאמען מיט קוואוטס פונעם ביכל זייט ביי זייט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 7:28 am
דורך כוכב
מאמענט אויף סוכות איז לדעתי אן ערשטקלאסיגע ארבעט מיט גאר רייכע ארטיקלען.
אנגעהויבן פון ביזנעסלאנד מיט א שיינע אינטערוויו מיט א רעסטאראנט אייגנטימער פון מאנסי. די גאב'ד און ראב'ד ארטיקלען זענען ביידע א שיינע ארבעט. די געשיכטע פון הרב בודק איז אינספירירנד און רייך געשריבן. פתרונות און די גראמאטיק ארטיקלען זענען ביידע גאר רייך און געשמאק.
דערנאך קומט די דירות עראי וקבע קונטרס, באמת א תוכןדיגע און גרינטליכע ארבעט, אויף א זשורנאליסטישע ניווא, אויסער די בארא פארקער ארטיקל וואס איז היבש שוואכער.
ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן די ארבעט פון דעם שרייבער אויפן וויליאמסבורגער ארטיקל וואס האט געמאכט גאר א הויכע ניווא ארבעט, כאטש זיין קאנקלוציע אז וומ"ס האט 14000 חרדישע משפחות איז ווארשיינליך איבערגעטריבן.
נאך וואס איך בין נישט מסכים מיט אים איז זיין לומדות אז מער וויליאמסבורגער בחורים גייען ארויס ווי וויפיל מיידלעך אימפארטירן בחורים פון דער פרעמד. דאס שטימט נישט מאטעמאטיש, ווייל וואלט וומ"ס געווען צעטיילט גלייך אויף גלייך, זיבן הונדערט בחורים און זיבן הונדערט מיידלעך, וואלט מען פאר יעדע בחור וואס גייט אוועק געמוזט אימפארטירן א בחור פון דער פרעמד. קומט מען צוריק צו דער הנחה אז סאיז פשוט דא מער בחורים ווי מיידלעך און דערפאר איז ימלט אז מער בחורים גייען אוועק.
ויחנו בסוכות איז אויך א געוואלדיגע געוואלדיגע ארבעט, העכסט אינטערעסאנט און באלערנד.
לגבי די גראפיקס איז אינו בדומה לו ממש, נישטא קיין מאגאזין מיט אזא רייכן און קלאסישן אויסשטעל, יעדע בלעטל א ברכה צו מאכן, ווער רעדט נאך די ויחנו בסוכות, איז חידושים נפלאים הפלא ופלא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:08 am
דורך בן תמליון
דער נומער 14,000משפחות אין וויליאמסבורג איז גראדע גוט גערעכנט. איינער וואס ארבעט מיט איינע פון די דירעקטאריס האט מיר געזאגט די נומבער האלט נאנט צו פערצן טויזנט כהיום.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:30 am
דורך יידל
דער סוכות מאמענט איז באמת א שיינער ארבעט, אבער קאמפלימענטירן קען דאך יעדער, דער קונץ איז צו קריטיקירן

האב איך באמערקט אז אינעם ויחנו בסוכות אפטיילונג שטייט אז די ארקטיק איז קאלט וויבאלד עס איז די ווייט פון די זון.
דאס איז א וועלט'ס טעות, און אפילו גיאלאגיסטן און עקספערטן מאכן אפט דעם טעות. דער ארקטיק איז קאלט נישט ווייל עס איז ווייט פון די זון, ווייל דער איקוועטאר איז פונקט אזוי ווייט פונעם זון. דער זון איז 92 מיליאן מייל אוועק, און די פאר מייל ארויף אדער אראפ מאכט באמת נישט אויס. די ריכטיגע סיבה פארוואס די ארקטיק איז קאלט איז וויבאלד עס באקומט נישט קיין דירעקטע זון שטראלן, נאר די שטראלן זענען אויף אן ענגל:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:19 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]יידל[/tag], אפשר ביסטו שוין אויך מסביר וואס ער שרייבט דארט אז ביים קוטב, וואו אימער מ'דרייט זיך איז אלץ "דרום". וואס פשט? איך האב עס פראבירט און געווארן דיזי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:38 pm
דורך פישלע העררינג
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]יידל[/tag], אפשר ביסטו שוין אויך מסביר וואס ער שרייבט דארט אז ביים קוטב, וואו אימער מ'דרייט זיך איז אלץ "דרום". וואס פשט? איך האב עס פראבירט און געווארן דיזי.
ער נוצט דרום אלץ אפטייטש פאר "סאוט". אין אנדערע ווערטער, פון דער שפיץ קען מען נאר גיין אראפצו, מען קען נישט גיין אויפ'ן ערד-קוגל נאך העכער ווי דער קוטב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:57 pm
דורך נולד מאוחר
שיק זיי אין אימעל.
לעצטע וואך האבן זיי געמאכט א טעות מיט א נומבער. זייער אנטשולדג איז געווען אן ארטיקעל פאר זוך. זיי האבן מסביר געווען די צוויי מהלכים ווען משרייבט ארויס טויזענט און ווען משרייבט 1000.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:25 pm
דורך ונבנתה העיר
מען קען נאר גיין צו דרום נישט נאר רעלאטיוו צו צפון (העכער), נאר אויך לאפוקי מזרח און מערב.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:59 am
דורך סאשי פיש
איך גלייב עס נישט!!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:36 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:איך גלייב עס נישט!!
זיי מוחל געב מער פרטים איבער וואס די ארטיקל רעדט זיך.
פאר וואס, פאר וועים און ווען זענען די שערי ישיבות ננעלו???!...!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:21 pm
דורך shem-tov
כהאב מיר איינגעהאנדלט דעם מאמענט ווייל זייענדיג גוט באקאנט אין די ישיבה וועלט בין איך געווען נייגעריג צו ליינען. גראדע גאנץ פיין באשריבן. אומווילנדיג איז דא ארויסגעקומען דער ריינער אמת איבער דער ישיבה פראבלעם דורך די אינטערוויו סיי פון הרב מייער און סיי פון הרב קרויס און אויך הרב מחוסט.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:28 pm
דורך shem-tov
הרב מייער שליט"א ר"י מאור התורה זיצט אויפן טראן ער ראנט אויף די מינוט א שיינע ישיבה אין ב"פ בקיצור סגייט אים גאר גוט געט אלעס א שמיר ארויף אויף די עלטערן. די עלטערן בארעדן די רבנים. זיי האבן נישט קיין הכרות הטוב, זיי געבן נישט אריין גענוג אפליקאציעס, זיי זענען נישט גוט מחנך די קינדער און אז די חשובע יונגעלייט וואס ארבעטן אין ישיבות וואס וואלטן ווען עכט געקענט אויפבויען א מיליאן דאלערדיגע קאמפעני דארפן זיך נישט אראפלאזן צו די עלטערנס אייגן אנגעמאכטע פראבלעמן. בקיצור דער יוד פליעט נאך אין דער הייעך. ענדשוי יאר פלייט
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:37 pm
דורך מצטמק ויפה
יא די ארטיקל איז הערליך שיין באשריבן אן נגיעות און אייגן - זייטיגקייטן.
ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די פתגמין וואס דער לאבין קומט אלס אויף, א שטייגר ווי:
"און וועט ענדגילטיג מאכן חלילה א בארבעקיו פון זיין נשמה".
"מען ווארפט זיך מיט זיי ווי מיט אן אתרוג נאך סוכות"
"דאן איז לא שבקת ישיבה לכל בריה!"
"און בכלל דארף מען וויסן אז שניהם שעשוהו איז פטור, אבער עשרה שישבו על ספסל אחד ושברוהו, זענען אלע א חלק פונעם נזק"
וכו' וכו'
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:25 pm
דורך ישראל קאפקע
איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:34 pm
דורך איך אויך
זעה די ספאנישע חלק פון דיין חתימה.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:39 pm
דורך שעפטל
זיי נישט געזארגט... אין 6 חדשים הייבט מען פריש אן.. גארנישט ווערט נישט אזוי קער גענומען מיט אפאר קנאקעדיגע ארטיקלן אין מאמענט.... די פראבלעמען ווערן נאר טיפער און טיפער יעדע חודש