בלאט 16 פון 17
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 11:11 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט טוישסט צו ווידער. דו האסט געמאכט כאילו סידור קידושין איז ווי סידור גיטין, און עס איז מעגליך מכשולות דערין. דעריבער דארף נאר דער רב דאס טוהן. איך האב געפרעגט וועלכע מכשולות, ענטפערסטו אז די מכשול איז אז דער רב מאכט עס נישט!
(תקנת וועד ארבע הארצות הייסט תקנת רח"ש, וויפיהל געלט מ׳דארף געבען צו רב חזן און שוחט, וואס איז א פראצענט פון דער נדן. עס האט גארנישט צוטוהן מיט מכשולות, פשוט א געלט זאך).
בקיצור דו גייסט מיך אויף יעדע ענטפער ענפערן מיט א צווייטע לופט אטאקע, פריער רעד איך נארישקייטן יעצט טויש איך שוין ווייטער
איך האב גארנישט געטוישט, איך שריי דיר א גאנצע צייט די זעלבע זאך, עס איז א תקנת הקודמים און דאס איז עס
הצלחה, סתם זיך פארענטפערן אויף דיינע לופט אטאקעס האלט איך נישט דערביי
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האלט מיך נאכאנאנד ביים זעלבע טענה. האסט דערמאנט חששות, ווייז אויף חששות.
נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 4:48 pm
דורך שמעון וואלף
די דיין ר' געציל האלט פאר מרי"י היתכן ער איז מרבה ממזרים בישראל
וויאזוי שטייט נאר אין די בריוו פון בעל דברי יואל - וצריך להתרחק מהם....
וואט עי זדאוק
נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 7:22 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2018 11:14 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
וואס מיינסטי צו זאגן?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:46 am
דורך איסר האטלקי
ר' געצל זיצט יעצט שבעה נאך זיין ברודער.
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 8:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אזוי קוקט מען אויס ווען די גאנצע ערנסקייט וואס מ'האט איז נאר פון דער בלאט...
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2019 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
וואס מיינסטי צו זאגן?
דאס וואס כ'האב געזאגט. אז ביי א ניחום אבלים דארף מען נישט אויפברענגען קיין פאליטיק...!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2019 12:01 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
וואס מיינסטי צו זאגן?
דאס וואס כ'האב געזאגט. אז ביי א ניחום אבלים דארף מען נישט אויפברענגען קיין פאליטיק...!
אהא! כ'האב געמיינט אז ר' געציל מיינט עס ערענסט. אז די זאגסט אז די גאנצע איסור מסדר קדושין זיין דארט איז בלויז פאליטיק, מאכט עס שוין סענטס.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2019 12:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ר' געציל איז גערעכט. מ'קען נישט צוברעכן דעם כח הרבנות. אבער אעפ"כ. דארף מען עס נישט אויפברענגען אין אזא פלאץ...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 8:56 am
דורך [NAMELESS]
גייט ווייטער אהן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:00 pm
דורך כרם זית
מקען פארשטיין פארוואס די מנגדים ניצן אים נישט. טא, כל דמקדש אדעתא דמסדר קידושין מקדש האבן זיי מורא אז ער וועט נאך מפקיע קידושין זיין...
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:06 am
דורך [NAMELESS]
ק/פ
יעדער געדענקט אודאי ווען ס'איז ארומגעפארן ריקארדינגס וויאזוי חסידות גור פרעדיגט אז מ'זאל ממש בידים אפהאקן משפחות, פארן בלויזן חטא פארן זיך משתתף זיין ביי א מעמד פון א אנדערע זייט וואס שטומט נישט מיט די פאליטיק פון איין זייט.
דעמאלטס האט יעדער געטראכט ביי זיך: "רחמנא לישיזבן! אזא רשעות און אכזריות, ממש צוהאקן משפחות בלויז פאר א פאליטיק?! מילא זיך קריגן אזויווי איבעראל איז איין זאך, אבער דעס איז שוין נעקסט לעוועל, א אומדערהערטע מושג וואס מ'האט קיינמאל נישט געזען ביי כלל ישראל!
און דער עולם האט געטראכט, אה, אזאנס קען נישט פאסירן ביי "אונז", אונז קענען זיך קריגן ווי "מענטשן" אבער נישט מיט אכזריות מיט אזאנע מושגים, עה! קיינמאל!.
מורי ורבותי! מיין טייערע פריינט אחי ורעי!
וואס זאל איך אייך זאגן!
די צייט איז אנגעקומען צו אונז!
דאס האט היינט פאסירט!
נישט אין בני ברק!
נישט אין האצענפלאץ!
נישט אין אוהעל און נישט אין אריזאנע!
ס'האט היינט פאסירט אינעם אזוי-בארימטן הייליגן סאטמארע שטאט! יא! אינעם שטאט
ווי מ'האט פארבאטן צו קויפן דירות! אינעם שטאט ווי ס'איז דא א מאנגל אין
מזוזות!
היינט איז עס געשען!
ומעשה שהי' כך הי:
היינט האט א חתונה א חתן בשטו"מ אין די הערליכע זאלן פון עטרת מייזעלס, וואס ווי באקאנט צוליב א פאליטיק פירן די ארוינים א מערכה קעגן עס. נא, א מערכה איז נישט געפערליך, אזוי לעבן זיי נעבאך, אונטערצוהאקן יענעם.
אבער וואס האט פאסירט איז אזוי, איינע פון די חשובע זיידעס איז איינגעשטעלט ביי די ארוינים, און די חברה - אייסיס טעראריסטן קענען זיך שעמען פאר זיי – האבן אנגערופן די זיידע, נישט מער און ווייניגער אז ער טאר נישט גיין צום חתונה, און אויב יא פארלירט ער זיין פרנסה!
יא!
איר האט גוט געהערט! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו אזא עמאציאנאלע חתונה פון זיין אייגענע אייניקל! פארוואס? מ'גייט דארט טאנצען בתערובות? מ'גייט געבן חזיר פלייש?
עה, בלויז ווייל די ברודער פון אהרן הכהן הרודף שלום גייט זיין דארט מסדר קידושין!!!
נאכאמאל! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו א חתונה פון א אייניקל ווייל א מענטש א מנהיג רבבות בישראל גייט זיין מסדר דארט!!!
נאך גרויס פרעשור האבן זיי אין די לעצטע רגע געזאגט אז ער מעג גיין נאר צום חופה! דאס הייסט אזוי: איינמאל דו גייסט שוין יא זאל עס זיין מיט יענע טעם, אבער נאר צום חופה!
א רשעות ואכזריות וואס כלל ישראל האט נאכנישט געזען מיום בריאת העולם!!!
אפשר סדום האט עס אמאל געזען!!
אפשר אייסיס פלעגט דעס אמאל טון!!
אבער בתוכינו???? ביי אונז היימישע אידן??!! לאן הגענו!?
ווי זענען מיר?! אין סיביר?! ביי די דייטשן?!
רבותי!!! וויפיל בלוט גייען דעי חברה נאך פארגיסן??!! די בלוט איז נאך רויט!!! טראכט נאר אריין וואס דאס מיינט!!
בלויז פאר פאליטיק!! נאר פאר פארשטונקענע פאליטיק וואס גייט היינט קיינעם נישט אן, פארגיסט מען טייכן בלוט!!! וועמען גייט היינט אן דעי פאליטיק??
אבער דעי חברה שקצים ורמשים בהמות ואכזריום פארגיסן טייכן אידיש בלוט פאר א פאליטיק פון דרייסיג יאר צוריק!!!
כלל ישראל קוקט צו מיט גרויס צער אויף דעי פארשאלטענע בהמות מזרע ישראל וואס האבן אפגעטאן אזא מעשה נבלה אשר לא היתה כזאת!!!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:59 am
דורך מיליאנער
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:54 pm
דורך שמן למאור
ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך, און מען מעג אויסוואקסן די קונדערישע פייטס איינמאל פאר אלעמאל,
איך בין נאר גאנץ זיכער, אז ווען מהרז''ל וואלט געווען די 'מרה דאתרא' אין ק''י, וואלטן זיינע טעראריסן געטון די זעלבע,
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך, און מען מעג אויסוואקסן די קונדערישע פייטס איינמאל פאר אלעמאל,
איך בין נאר גאנץ זיכער, אז ווען מהרז''ל וואלט געווען די 'מרה דאתרא' אין ק''י, וואלטן זיינע טעראריסן געטון די זעלבע,
ווייזט זיך אויס אז די קענסט נישט די זאלונישע מענטאליטעט, קיינמאל אין לעבן וואלט מהרז"ל דאס געקענט באווייזען,
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:41 pm
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך, און מען מעג אויסוואקסן די קונדערישע פייטס איינמאל פאר אלעמאל,
איך בין נאר גאנץ זיכער, אז ווען מהרז''ל וואלט געווען די 'מרה דאתרא' אין ק''י, וואלטן זיינע טעראריסן געטון די זעלבע,
ווייזט זיך אויס אז די קענסט נישט די זאלונישע מענטאליטעט, קיינמאל אין לעבן וואלט מהרז"ל דאס געקענט באווייזען,
ווי מיינסטו ביסטו יעצט? אין ישיבה קטנה?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 9:54 am
דורך א חסיד פון ווילנא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך, און מען מעג אויסוואקסן די קונדערישע פייטס איינמאל פאר אלעמאל,
איך בין נאר גאנץ זיכער, אז ווען מהרז''ל וואלט געווען די 'מרה דאתרא' אין ק''י, וואלטן זיינע טעראריסן געטון די זעלבע,
ווייזט זיך אויס אז די קענסט נישט די זאלונישע מענטאליטעט, קיינמאל אין לעבן וואלט מהרז"ל דאס געקענט באווייזען,
ענטפער איין קשיא נאר
פארוואס שרייט מען אין וומסב"ג אויף די וואס טראגן מיט׳ן עירוב ע"פ פסקם פון זייערע דיינים?
גייט נישט אזוי די סלאגאן, דיין דיין זאגט אזוי, מיין דיין זאגט אז ניין
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 9:59 am
דורך א חסיד פון ווילנא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך, און מען מעג אויסוואקסן די קונדערישע פייטס איינמאל פאר אלעמאל,
איך בין נאר גאנץ זיכער, אז ווען מהרז''ל וואלט געווען די 'מרה דאתרא' אין ק''י, וואלטן זיינע טעראריסן געטון די זעלבע,
ווייזט זיך אויס אז די קענסט נישט די זאלונישע מענטאליטעט, קיינמאל אין לעבן וואלט מהרז"ל דאס געקענט באווייזען,
אזוי? וואס האט מען געטון פאר ארונים וואס זענן געקומען צום ב"מ טיש, ווי ר׳ שמואל אבערלענדער (וואס האט געגעבן פאר די מוסדות און פאר׳ן רבי׳ן מיליאנען דאלאר און פאר ר׳ דוד עקשטיין?
און שמח"ת ווען זיי זענן אריין אין ראדני צו פארכאפן די מאכט (אזוי ווי רז"ל טוט יעצט אין קר"י)
אמת, רז"ל וואלט נישט געטון דאס, נאר אסאך ערגער
נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:20 am
דורך שמעון וואלף
חסיד פון ווילנא איז א באצאלטער פראפאגאנדיסט? ווי האט איינער כח אויפצוקומען מיט אזוינע דמיונות?
נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 7:41 am
דורך א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף האט געשריבן:חסיד פון ווילנא איז א באצאלטער פראפאגאנדיסט? ווי האט איינער כח אויפצוקומען מיט אזוינע דמיונות?
דמיונות?
ווייז מיר איין ווארט דא וואס איז נישט אמת
אפשר ביסטו נאך געווען יונג דעמאלס, געדענקסט עס נישט
נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 8:07 am
דורך berlbalaguleh
נאר ס'מיינט נישט אז די ארוינים זיצן (ח"ו) מיט פארלייגטע הענט.. מעשה ..."טישטוך"... יוכיח...!
און איך בין אן אומ-באצאלטער פראפאגאנדיסט. איך בין (ב"ה) א שטארקער ארויני., אבער דעם אמת דארף מען ארויסזאגן. ווייל אנישט נאר'ט מען זיך אליין...!