בלאט 16 פון 16
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 2:54 pm
דורך איסר האטלקי
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר איך וואלט אייך געראטן צו רעדן אביסעל איידעלער
יישר כח
כ'האב גערעדט איין ווארט אויף אים?
איך האב גערעדט בנוגע דעם נארישן צעטל וואס כלומרשט האט די בית דין געשריבן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:40 pm
דורך וואלווי
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר איך וואלט אייך געראטן צו רעדן אביסעל איידעלער
יישר כח
פארשטיי נישט וואס די קאמפלעינטס, זיי אליינס מאכן זיך ללעג ולקלס מיט אזא בריוו, אדער שרייב סתם אדמו"ר שליט"א אן די מאמע'ס נאמען אדער שרייב די גאנצע זאך ווי ביי א יעדע יליד אשה.
אז זיי זענען רואיג דאס מפרסם צו זיין אזוי, מה יעשה הבן בקאווע שטיבל שלא יחטא?
ס'איז א תולדה דתולדה. דוגמת ליובאוויטש אין די לעצטע יארן וואס איז געווען דוגמת פונ'ם מענטש וואס די צענזור פון די אלטע גמרות האבן ארויס גענומען...
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:40 pm
דורך גאנצל
איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:48 pm
דורך געוואלדיג
יעצט איז פארשטענדליך פארוואס ביי די סקווירא רביים לייגט מען נישט קיין מצבה.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:51 pm
דורך איסר האטלקי
דולה ומשקה האט געשריבן:אין די סקווירא אויסגאבע 'אורות'...
מ'רעדט דא פון א זיידע מיט זיין אייניקעל,
מ'רעדט דא פון דער 'אמרי חיים' שנת תשל"א
ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
מ'רעדט לכאורה פון ר' משה בטלן ווי ליטוואק שרייבט. נישט קיין זיידע און נישט קיין אייניקל.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:59 pm
דורך ביליג
גאנצל האט געשריבן:איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
מען רופט אויס יעמוד אדונינו מורינו ורבינו- און זייער שנעל ברגע כמימרא זאגט מען שטיל די נאמען - בן מורינו יעקב יוסף שישי....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:03 am
דורך איסר האטלקי
ווער איז דער מחוצף וואס זאגט דעם נאמען שנעל און שטיל?
מסתמא איז דער מנהג אים צו באקלאפן די ביינער אזוי ווי דער משלח השעיר לעזזאל...
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 9:02 am
דורך שבת אחים
ביליג האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
מען רופט אויס יעמוד אדונינו מורינו ורבינו- און זייער שנעל ברגע כמימרא זאגט מען שטיל די נאמען - בן מורינו יעקב יוסף שישי....
הייסט מ׳רופט אויס דעם רבין עולה צוזיין ביי די ״עשרת בני המן״?!. נייס!
מען זאגט זיין העיליגער נאמען דוד׳ל בן דזשאו-לענד בנשימה אחת...
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:02 am
דורך חכימא
גאנצל האט געשריבן:איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
אני הקטן והצעיר האב אמאהל בייגעוואוינט ווי מ'האט אויפגערופען דעם ליובאוויטשער רבי'ן לתורה,
האב איך באמערקט אז דאס גייט צו בנוסח הזה:
"יעמוד אדונינו מורינו ורבינו בן מוהר"ר לוי יצחק שלישי"
כנראה א רוסישע מנהג...
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 3:06 pm
דורך וואלווי
חכימא האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
אני הקטן והצעיר האב אמאהל בייגעוואוינט ווי מ'האט אויפגערופען דעם ליובאוויטשער רבי'ן לתורה,
האב איך באמערקט אז דאס גייט צו בנוסח הזה:
"יעמוד אדונינו מורינו ורבינו בן מוהר"ר לוי יצחק שלישי"
כנראה א רוסישע מנהג...
עלויונים למטה ותחתונים למעלה.
זעט אויס די רוסישע מנהג איז פונקט פארקערט ווי ביי בן מרים. דארטען איז דער יליד אשה געווען א בן רוח אלהים דא איז א רוח אלהים בן יליד אשה...
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 3:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב אלחנן ווסרמן פלעגט פארען קיין ראדין פאר די הייליגע טעג, ביז דער ח"ח איז אוועק. דערנאך פלעגט ער פארען קיין קעלם. מ׳האט איהם דארט געוואלט מכבד זיין מיט אן עליה, נאר די מוסר׳ניקס האבען קיין טיטלען נישט פארטיילט. אבער סתם אויפרופען ׳יעמוד אלחנן׳, האבען זיי אויך נישט געקענט. פלעגט מען איהם צייגען מיט די פינגער ארויפצוקומען.
איך ווייס ס׳איז נישט אויסגעהאלטען, עפ"י הלכות דרך ארץ. נאר אזוי האבען זיי געטוהן.
(ס׳דוכט זיך מנהג בעלזא איז אז אין מיט׳ן וואך רופט מען אויס מיט׳ן נאמען, למשל אהרן פויגעל, אן א יעמוד וכו׳. די ניי ארויס פון שאפע בעלזער ניקס קענען באשטעטיגען)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 3:48 pm
דורך מפוזרי
ר"ה קען האבן נאך א סיבה נישט אויסצורופן מיטן נאמען, צוליבן זוהר פון בתוך עמי אנכי יושבת. וכן ראיתי שנהגו בסטרעטין.
כמדומה שגם בסטאלין רופט מען אויס: יעמוד מורנו ורבנו הלוי.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 4:09 pm
דורך היסטאריקער
חכימא האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
אני הקטן והצעיר האב אמאהל בייגעוואוינט ווי מ'האט אויפגערופען דעם ליובאוויטשער רבי'ן לתורה,
האב איך באמערקט אז דאס גייט צו בנוסח הזה:
"יעמוד אדונינו מורינו ורבינו בן מוהר"ר לוי יצחק שלישי"
כנראה א רוסישע מנהג...
איך פארשטיי נישט, מילא ליבאוויטש דער טאטע איז נישט געווען רבי מעג מען זאגן זיין זיין נאמען, אבער סקווער, די טאטע איז דאך אויך געווען רבי, פארוואס מעג מען יא זאגן זיין נאמען?
בד"ו, איך האב געהערט ווען א זון ריפט אויס זיין טאטן, זאגט ער יעמוד אבי מורי בן פלוני
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:39 pm
דורך חכימא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:(ס׳דוכט זיך מנהג בעלזא איז אז אין מיט׳ן וואך רופט מען אויס מיט׳ן נאמען, למשל אהרן פויגעל, אן א יעמוד וכו׳. די ניי ארויס פון שאפע בעלזער ניקס קענען באשטעטיגען)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מנהג בעלזא איז אז ביי מנחה, בין בשבת בין בחול, רופט מען אויס מיט'ן נאמען,
דאס איז פארבונדען מיט דעם באקאנטן מנהג בעלזא צו דאווענען מנחה 'געיך' - במהירות,
מחמת שנתקנה ע"י יצחק ואז שולט מידת הדין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:10 pm
דורך קאווע טרינקער
הייסט אז יצחק אבינו איז א דורכפאל?
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:55 am
דורך יהודי פשוט
חכימא האט געשריבן:מחמת שנתקנה ע"י יצחק ואז שולט מידת הדין.
און געוויסע פלעצער ווי מ׳איז זיך נוהג צו דאווענען מנחה שפעט איז איינע פון די סיבות דערצו ווייל די זמן פון מנחה איז א זמן פון דינים און ווי שפעטער אלץ שוואכער זענען די דינים
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:06 am
דורך [NAMELESS]
C/p
קהל צמח דוד סקווירא האט היינט מודיע געוועהן, אז אין ליכט וואס מען האט איבערגעמאכט דעם רבי'נס הארץ און געטוישט דארט מערערע זאכן.
וויל מען מודיע זיין דעם ציבור, אז דער רבי געבט שוין רשות צו מאכן נאך מניינים שחרית ביום השבת קודש.
און גלייכצייטיג מעגן אלע אידן קומען וואוינען אינעם געגענט פון שיכון סקווירא נישט קיין חילוק וויפיל לופט מייל פונעם שיכון.
נשלח: מוצ"ש יוני 24, 2017 11:52 pm
דורך איסר האטלקי
די דאקטוירים האבן ארומגעזוכט דעם רבי'נס הארץ בשעת'ן אפאראציע פאר עטליכע שעה, אבער אן ערפאלג, ער פארמאגט נישט אזאנס...
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 12:06 am
דורך אישתישבי
און געבליבען איז? אז ער האט גאר א ווארים אין מוח.