בלאט 16 פון 24

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:48 pm
דורך sefish
ער איז שוין ארויס פון שפיטאל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:50 pm
דורך קעלנער
מיר נעמען נישט אהן די ניקס "עידיגדב" און "פארדאמט".

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:57 pm
דורך פישלע העררינג
קעלנער האט געשריבן:מיר נעמען נישט אהן די ניקס "עידיגדב" און "פארדאמט".

מיר נעמען אבער יא אן, מיט פולשטענדיגע קבלות מרות, דער ניק "[tag]קעלנער[/tag]"... יהא בואכם לברכה!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:58 pm
דורך קעלנער
:)
א דאנק!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:21 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האף אז כ'גיי מיך נישט באקענען מיטן נייער ניק [tag]רחב רחב[/tag] כדי ס'זאל נישט זיין יודעה ומכירה, וואס דאס קען מעגליך גורם זיין......

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:16 pm
דורך קעלנער
ס'איז שוין דא ניקס וואס זענען ענדליך צו "עניות דעתי" און "חכם ומחוכם"

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:19 pm
דורך איש עברי
סאיז שוין דא ניקס מיט עניות הדעת ממש

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:41 am
דורך טעפל
[tag]קעלנער[/tag], ביסט א משפחה מיט משה אהרן'ן??

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:43 am
דורך איך אויך
אפשר שטאמט ער פון אנטווערפן ווי מען נוצט נאך די אלטע אידיש ,א קעלנער מיינט א וועיטער/סארווירער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:50 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:אפשר שטאמט ער פון אנטווערפן ווי מען נוצט נאך די אלטע אידיש ,א קעלנער מיינט א וועיטער/סארווירער.

דאס ווייס איך, כ'מיין אז ס'שטייט קלאר דא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:18 am
דורך שמעקעדיג
טעפל לויט די תקנות קען מען דיר אויסשפארן פארן וועלן אידענטיפיצירן א אנדערע ניק!....................... :D :)

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:18 pm
דורך קעלנער
"‏מאָטל" איז וועלקאם, אבער די ניק איז צו ענדליך צו "מאטי". איז ער דעריבער מכובד צו מאכן אן אנדערע ניק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:38 pm
דורך יואב
קעלנער האט געשריבן:"‏מאָטל" איז וועלקאם, אבער די ניק איז צו ענדליך צו "מאטי". איז ער דעריבער מכובד צו מאכן אן אנדערע ניק.

קוקט מיך אויס ווי געשריבענע הלכות פון א דיין: מותר, וירא שמים יחמיר. (און היות מיר חסידים בני חסידים זענען דאך ירא שמים בגלוי וכמעט בסתר, דאן זאל דאס זיין אסור). איך פארשטיי נישט. אויב איז די סיבה פארוואס די הנהלה נעמט נישט אן ענליכע ניקס, שלא יתערבבו הניקים זה בזה, דאן ממה נפשך. אויב איז דאס א פאל מ'קען זיך אויסמישן (אזאך וואס איך האלט אז יא, והראיה, ביים ארטיקל א שבת צוגאסט ביי מאטל דער וויין מבין, רעדט מאטי אריין כאילו מען מיינט אים) דאן פארוואס נעמט מען אים אן. און אז נישט, פארוואס זאל ער טוישן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:46 pm
דורך ברסלבער
[tag]יואב[/tag], די לייק איז פארן צוריק קומען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:48 pm
דורך קעלנער
יואב האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:"‏מאָטל" איז וועלקאם, אבער די ניק איז צו ענדליך צו "מאטי". איז ער דעריבער מכובד צו מאכן אן אנדערע ניק.

קוקט מיך אויס ווי געשריבענע הלכות פון א דיין: מותר, וירא שמים יחמיר. (און היות מיר חסידים בני חסידים זענען דאך ירא שמים בגלוי וכמעט בסתר, דאן זאל דאס זיין אסור). איך פארשטיי נישט. אויב איז די סיבה פארוואס די הנהלה נעמט נישט אן ענליכע ניקס, שלא יתערבבו הניקים זה בזה, דאן ממה נפשך. אויב איז דאס א פאל מ'קען זיך אויסמישן (אזאך וואס איך האלט אז יא, והראיה, ביים ארטיקל א שבת צוגאסט ביי מאטל דער וויין מבין, רעדט מאטי אריין כאילו מען מיינט אים) דאן פארוואס נעמט מען אים אן. און אז נישט, פארוואס זאל ער טוישן.

כ'האב געמיינט צו זאגן אז דער מענטש וואס שטייט אונטער דעם ניק "מאטל" איז וועלקאם צו קאווע שטיבל, אבער די ניק איז נישט. דערפאר זאל ער מאכן אן אנדערע ניק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:03 am
דורך יואב
איז נישט דער ניק דריידל ענליך צו "דר. יידל"?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:40 am
דורך דריידל
איך האב דורך געקיקט די באנוצער ליסטע און נישט געטראפן א ניק מיטן נאמען דר. יידל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:51 am
דורך לאליפאפ
דריידל האט געשריבן:איך האב דורך געקיקט די באנוצער ליסטע און נישט געטראפן א ניק מיטן נאמען דר. יידל

אויף צו פארשטיין דארף מען זיך האבן געדרייט דא אביסעלע...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:08 am
דורך שמעקעדיג
געדרייט אביסעלע?
און א דריידל? דרייט זיך מער ווי א ביסעלע, הא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:56 am
דורך דריידל
עמער ציווארטן מיט געדולד. ונזכה ונחיה ונראה

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:04 pm
דורך קעלנער
"נייגעריגער משוגע" איז נישט אנגענומען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:10 pm
דורך לאליפאפ
קעלנער האט געשריבן:"נייגעריגער משוגע" איז נישט אנגענומען.

נאך איין מזל!

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
There goes me second nik
:x