בלאט 16 פון 25

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 2:45 pm
דורך גראף
אפשר קען איך גיין דארט פאר לאנטש אין די ישיבה... מיינסט זיי האבן היינט פיש סטיקס פאר לאנטש?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 3:48 pm
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:אפשר קען איך גיין דארט פאר לאנטש אין די ישיבה... מיינסט זיי האבן היינט פיש סטיקס פאר לאנטש?

Sent from my XT1096 using Tapatalk


פיש סטיקס און מעש פאטעטאס...

ס'באמת דא דארט כשר'ע געשעפטען. אבער כ'האף אבער אז ביני לביני האסטו זיך שוין געכאפט די אטעם.

אז די גייסט שוין פאר ווייז פראדאקטס קויף שוין ענדערש דיפסי דודעלס, ס'איז דיקער און מער פילינג בשעת'ן קייען...

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 3:51 pm
דורך גראף
איך הונגער אוועק. עפעס לאזט מיך נישט עסן ou-d

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 4:05 pm
דורך וואלווי
פעלט דען געהעריגע או יו, כ-K, אדער OK פראדאקטס?

חוץ אז די ווילסט מזנות דעמאלטס זענען רוב ou-d. אבער טשיפס, ניס, קרעקערס און אנדערע טריקענע זאכען זענען דא גענוג און נאך געהעריג או יו און אלע קאנווינענס סטארס.

די סקופס טארטיע טשיפס זענען או יו אן די D און ס'איז דעלישעס מיט סאלאסא דיפ.

thumbs_0002_scoops-400x600.jpg


אדער גאלד ראש פרעטזעלס מיט wasabi sauce פון גאלד'ס.

57a5ba96-52d0-4bfd-b717-8fa820b84a91_1.2804bfebd4ef440c345dbab0e17250c6.jpeg


hearty appetite

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 9:54 pm
דורך גראף
דו מאכסט מיך הונגעריג.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 8:03 pm
דורך געוואלדיג
איינער האט א עצה, ווען איך דאונלאוד א ווארד פעיל און איך עפן עס צו קענען עדיטן קראכט מייקראסאפט ווארד ביי מיר, האט איינער אזא עקספיריענס, א עצה?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:52 pm
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:איינער האט א עצה, ווען איך דאונלאוד א ווארד פעיל און איך עפן עס צו קענען עדיטן קראכט מייקראסאפט ווארד ביי מיר, האט איינער אזא עקספיריענס, א עצה?

עס קען זיין עטליכע מעגליכקייטן. הייב אן מיטן עפענען די פייל אויף א אנדערע קאמפיוטער, און עפענען א אנדערע פייל אויף די קאמפיוטער. אזוי קענסטו באשליסן צו די פראבלעם הייבט זיך אן מיט די פייל אדער קאמפיוטער (אדער ווארד אינסטאל).

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:54 pm
דורך געוואלדיג
ייש''כ, שוין באקומען א עצה צו אנלאקן די פראפעטיס בעפאר עפענען ונושעתי.

נשלח: מוצ"ש יוני 16, 2018 5:15 pm
דורך אור נוגה
איינער האט עקספיריענס איבער נוצן לייברערי'ס אין די קעטסקילס זוממער?
לגבי בארגן מאטעריאל און זיצן דארט צו לייענען אדער ארבעטן.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 2:20 am
דורך תנחום
יא קאסט א פינעווער פאר א קארטל

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 11:18 am
דורך אור נוגה
תנחום האט געשריבן:יא קאסט א פינעווער פאר א קארטל

אין וועלכע לייברערי? און וויאזוי איז געווען דיין עקספיריענס מיט פארברענגען אין די לייברערי?

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 12:37 am
דורך תנחום
די לייבערי אין ליבערטי. נישט דארט געוועהן צו לאנג. גענוצט א קאמפיוטער פרייטאג ווען כ׳בין דארט געוועהן איבערן וויקענד. רואיגע אטמעספערע.

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 11:29 am
דורך סמבטיון
How can i download a clip from my twitter page? i

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 11:50 am
דורך berlbalaguleh
Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 1:53 pm
דורך יין שרף
סמבטיון האט געשריבן:How can i download a clip from my twitter page? i

http://twittervideodownloader.com/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 9:07 pm
דורך פאליטיקאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!

נוץ די באט אויף טעלעגראם @getmediabot
ס'ארבעט אויך פאר יוטוב, אינסטעגרעם, און

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:30 am
דורך אור נוגה
דער דאקטאר האט מיר געהייסן נעמען א סאנאגראם טעסט. ריף איך אן דעם לאקאלער צענטער, און נאכן מאכן אן אפוינטמענט זאגט זי מיר אז זיי האבן נאר פרויען טעכניקער וואס נעמען די טעסט.
איז דאס נאראמאלע פראקטיק אז א מאן גייט צו א פרוי? איז דאס אויסגעהאלטן בהלכה?
ווי גייען מענער ווען מען דארף א סאנאגראם?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:58 am
דורך berlbalaguleh
אור נוגה: איך בין נישט קין פוסק נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער לפענ"ד איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה. אויך ווענדט זיך אויף וועלכן חלק פון דיין גוף דו דארפסט נעמען א סאנאגראם. למשל איך האב שוין געהאט סאנאגראמס אויף מיין הארץ. אן עקא קארדיא-גראם. אויך אויף מיינע פוס האביך לעצטנס געהאט א סאנאגראם. אלעס דורך פרויען טעכניקערס...! אויך ווענדט זיך עס וויאזוי דו פיהלסט פערזענליך איבער דעם ענין...!
אמאל איז האבן א מאן פאר א סאנאגראם טעקנישן ערגער ווי א פרוי. ואכמ"ל. והמבין יבין.

איך וועלל ברענגען א משל פון א מעשה שהיה. איך בין אמאל געווען ביי א (מאדערנע) חתונה. און ס'זענען געווען פרויען וועיטרעססעס. אלטע פוילישע גוי'טעס. אבער דער היימישער עולם האט פראטעסטירט. היתכן גוי'טעס זאללן סערווירן. האט דער קעיטערער אריינגעשיקט ..."מענער"... וועיטערס. אלע מיט אויעררינגלעך אין לינקן אויער. אדער גאר מיט אויעררינגלעך אין ביידע אויערן. אן א טייל מיט פאני טעילס... און א יעדער איינער ווייסט וואספארא מין זיי זענען...יא. שבת אחים עט אל. איך בין א פארצייטישער בעל עגלה וועלכער האט פארבלאנדזעט מיט זיין פערד און וואגן ערגעץ אין וואלד פאר הונדערט יאר צוריק. און א ראסיסט. און נישט קיין ליבעראל. און איך טאלעריר נישט די לגב"ט קיו. ברואים...!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 9:34 pm
דורך מיימון
עמיצער ווייסט וואו מען קען באקומען די יום טוב צייטונגען אין עברית אין אפסטעיט געגנט?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 1:17 am
דורך וואלווי
אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 2:12 am
דורך יודישע שרייבער
וואלווי האט געשריבן:אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?

אפשר גאר ווייל דו (איך...) פארברענגסט דא אזוי שפעט ביי נאכט גייט מארגן דיין (מיין...) טאג זיין א דורכפאל?
אפשר איז דיין מארגן א תוצאה פון היינט??? #נקודה למחשבה


(נ.ב. כאטש שרייבט מען מיט א כ, נישט ח)

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2020 5:23 pm
דורך טאמבל סאס
וואס איז פשט אין די מימרא: ער האט פארכאפט די פיש פאר די נעץ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:03 pm
דורך איך אויך
א שטייגער ווי איינער זאגט ''קענסט נישט דרייבן א באס בעפאר דו לערנסט צו דרייבן א מאטארביציקל''

אדער א אונגארישער וואס פלאנט אויס דעם נאמען פונעם ספר, ר''ת, גימטריה, הקדמה, מעות קדימה בעפאר ער האט בכלל א ספר.