בלאט 16 פון 18
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:31 am
דורך רויטע וואנצעס
דער שטערן חודש חשון האט א שיינע ארטיקל פון דעם פרומען אמבאסעדער צו טשעק רופאבליק. נאר איין פראבלעם, ער האט פארלאזט זיין אמט September 30.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:17 am
דורך אויסגערוט
גראדע שרייבט ער צום סוף פונעם ארטיקעל אז ער האט שוין פארלאזט דעם אמט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:25 pm
דורך לייב פאללאק
אין מיין קאפיע פון דער שטערן זעה איך עס נישט
פארקערט ער רעדט כסדר בלשון הווה אז איך בין זיכער געווען ער דינט נאך אין אמט ביז כ'האב עס נאכגעקוקט אויף וויקי
https://en.wikipedia.org/wiki/Norman_L._Eisen
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:33 pm
דורך יאיר
אז מ'רעדט שוין, דער שטערן (די חודש אדער פאריגע חודש, כ'געדענק נישט) האט געהאט אן ארטיקל איבער פאראזיטן, וואס האט אויסגעזען איבערגעזעצט ווארט ביי ווארט פון דעם נעשאנעל געאגראפיק ארטיקל
Mindsuckers געשריבן דורך החכם וסופר קארל זימער. נישט אז ס'איז א פראבלעם, אדרבה, זאל ער איבערזעצן נאך נעשאנעל געאגראפיק ארטיקלען אנשטאט נאכשרייבן קאנספיראציע דאקומענטארן איבער די קארופציע פון אמעריקע. כ'וויל סתם ווייזן מיין בקיאות.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:16 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:איך וואלט קודם געליינט ה. מארש וואס שרייבט מער פליסיגער ווי ר.ש. כהן, וכדומה.
ביי מיר איז גראדע פארקערט, מארש איז דער איינציגער שרייבער וואס מאכט מיר נערוועז, סיי מיט זיין שפראך און בעיקר וואס 'ער' איז כסדר אינעם ארטיקל, מיט זיינע הרגשים און ווערטלעך וואס זענען אסאך מאל, במח”כ, קארני.
די אנדערע שטעלן ארויס די עצם ענין, עס קלאפט נישט יעדע מינוט אין פנים אז א בשר ודם איז געזיצן א וואך צוריק אין אפיס און מחדש געווען די צירופי אותיות.
דזשאסט מיי האמבל אפיניען.
יאנקל האט געשריבן:ה. מארש און ר. ש. כהן זענען ביידע פענע-נעמען פון שמעון ראלניצקי.
[tag]יאנקל[/tag] חי פרעה, יעדעס מאל כ'נעם עס אין די האנט זעה איך קלאר ווי זיי זענען צוויי אנדערע שרייבער, קען עס איינער אויסקלארן?
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
לפי ידיעתי איז מארש איז א פרוי, די ווייב פון מר. מארש וואס האט געטראפן די חפץ חיים ווידעא,
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 3:33 pm
דורך ונבנתה העיר
יאנקל האט געשריבן:ה. מארש און ר. ש. כהן זענען ביידע פענע-נעמען פון שמעון ראלניצקי. די שרייבערין מארש פון וויליאמסבורג שרייבט אויף ענגליש אין דעם "זמן" (אדער פלעגט שרייבן).
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז די אידישע ארטיקלן אין די שטערן זענען איבערגעשריבן פון וואס מארש שרייבט אין ענגליש, (קען זיין אז ראלניצקי איז דער מתרגם)
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 12:23 am
דורך ישמעאל הכהן
פאליציי האט זיך אנטשולדיגט נאך וואס זיי האבן בטעות געוואלט ארעסטירן דעם שטערן אייגענטומער ווען עטליכע פאלשע טיפס האבן געצייגט אז ער זאל האבן א יד אין די אנטלויף פון די צוויי מערדערס פונעם מאקסימום זיכערהייט טורמע אין אפסטעט ניו יארק, אלעס אויף צו האבן א זאפטיגן ארטיקל פאר זיין מאגאזין.
אבער לויט ווי מ'הערט טוט זיך אין די שטערן ביוראען א גאשעריי פון פרייד פון וואס מ'קען נישט צו זיך געקומען. עדות דערציילן אז שוין די לעצטע פאר נעכט זענען די לייטס נישט פארמאכט געווארן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:56 am
דורך שמעקעדיג
דער שטערן און שפאקטיוו זענען אזוי אומבאמערקט ארויף צו $6.95
די לייען מאטעריאל ווערט אן ערנסטע עקספענס ביים היימישן עולם.
נאך אביסל וועט מען ארויסקומען מיט תקנות...
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
דעם חודש האט דער שטערן באשריבן דעם "מי כעמך ישראל", ווען אידן מאכן א קידוש ה' און עס ווערט פארשפרייט אין די מידיא, וראו כל עמי הארץ.
עס איז הערליך! פאר סאם ריעזאן ווער איך גערירט יעדעס מאל וואס איך לייען די זאכן.
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:50 pm
דורך אבי גערעדט
שמעקעדיג האט געשריבן:דער שטערן און שפאקטיוו זענען אזוי אומבאמערקט ארויף צו $6.95
די לייען מאטעריאל ווערט אן ערנסטע עקספענס ביים היימישן עולם.
נאך אביסל וועט מען ארויסקומען מיט תקנות...
אינצווישן איז שוין די פרייז נאכאמאל ארויף, צו 7.50
זענען זיי נאטס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:55 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב נישט באמערקט! אוי וויי. איך האב מורא מען וועט מוזן שניידן די הוצאות.!
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:58 pm
דורך ישראל קאפקע
ער איז משוגע דער? אויפן פסח אויסגאבע קען מען ערווארטן א פרייז פון $9.99?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:43 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
וואס גייט פאר מיט דער שטערן? שוין צוויי חדשים, אב און אלול, וואס זיי זענען נישט ארויסגעקומען. האבן זיי פארקלאפט די טירן אויף אייביג?
"דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:55 pm
דורך סביב העולם
איך מיין אז דער וועקער האט עם אינטערגעברענגט[emoji12]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:37 pm
דורך ווייל אזוי
חודש אלול אין די געשעפטן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:36 am
דורך קנאק-יענקל
ווייל אזוי האט געשריבן:חודש אלול אין די געשעפטן
פון נישט ארויסקומען עטליכע חדשים זענען זיי שוין אליין צומישט צווישן שטערן/שפאקטיוו.
דער קעפל איז "דער שטערן"
אינעם אונטערקעפל פון גרויסן ארטיקל שטייט: "דער שפאקטיוו" אין אן אויסשליסליכן אינטערוויו...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 6:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
ארויסגעקומען אויף תשרי?
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:10 am
דורך טרויבן88
בדרך אגב וויל איך אויסדריקן מיין וויי געשריי אויפן מאסיוון חזיר 'דער שטערן' פארן זיך אזוי איידל ארויפריקן דעם פרייז צי די הימל שרייענדע פרייז פון 7.50 אזא חזירישע פרייז איז נישט דערהערט געווארן. און מקען מיינען וואס ער שטעלט שוין צי? אפאר איבערגעטייטשע דאקומענטריס פון נעשיאנעל גיאגראפיק? שכח ראלניצקי העכער עס ווייטער, בלויז ווייל מיר קענען נישט קויפן קיין געהעריגע אמעריקאנע מאגאזינען מאכסטו געלט אויף אונז?
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:15 am
דורך ליפא
ער מעג בעטן א גאנצע ביליאן דאלער אויך ווי לאנג ער שרייבט קלאר ארויס דעם פרייז, ער צווינגט דיר נישט צו קויפן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ארויסגעקומען אויף תשרי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:15 am
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:ארויסגעקומען אויף תשרי?
אין איי וועלט
שלשה אחים האט געשריבן:יא, די קאווער סטארי איז מיט דרייפוס