בלאט 151 פון 213

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:04 am
דורך ונבנתה העיר
בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.

בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?

לעצור טללים רעים?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:07 am
דורך [NAMELESS]
גירא בעיני דשיטנא יעדער לויט זיין פערזענליכע יצר עבידן גרימאסתא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:13 am
דורך [NAMELESS]
זיי זאגן ס׳איז עפעס א סגולה אויף פרנסה....
נו איינער טראכט צו דער לאטערי איז וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט ערב יו״ט איז גאנצע פיר מליון, ער איז משלב די פיר מיליון מיט די פיר ריכטונגן ווי אהין מ׳שאקלט טאקע, און לפי זה פארשטייט ער שוין אויך פארוואס דוקא ׳ד׳ מינים, און פארוואס ׳פיר׳ טעג חול המועד.

א קיצור ס׳איז דא אסאך אינזין צו האבן.....

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:16 am
דורך שמעקעדיג
ויתן לי אלקים מטל השמים ומשמני הארץ וכו'

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:17 am
דורך רויטע וואנצעס

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:17 am
דורך ירא שמים
די צאנזער רב האט געפרעגט אמאל א דארפסמאן וואס ער האט אינזינען ביי די נענועים האט ער גענטפערט , כהאב שונאים פון אלע פיר זייטען בעט איך די באשעפער פון אויבן זאל זיי אלע לייגען אינדערערד אריין , (חמדה גנוזה -זימיגראד )

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:52 am
דורך ליפא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/satmar.strip/videos/647745675389331/?fref=nf

זעט אויס ווי ער מאכט חוזק פונעם קאסוב'ער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:10 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?

איך שטיץ פאר 1 size fits all.

ווער איז אין?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:56 am
דורך אהרן
אין ירושלים איז דא נאך גרעסערע זכר למקדש ווי עס איז געווען י"א אמות

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 4:13 pm
דורך זייער פרענדלי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?

איך שטיץ פאר 1 size fits all.

ווער איז אין?


@געוואגטער יונגעל איך בין מיט דיר א הונדערד פרעסענט סך הכל איז אלעס די זעלבע ערבה
די אנלי טינג איז ווי לאנג מהאט עס געשניטן מאכט מען עפעס א גאנטצע זאך מיט גרויסע אין קליינע

איין גיטע זאך אבער יא מיין עלעף יעריגע האט ביהעווט א גאנטץ חול המעד ווייל כהאב עם ציגעזאגט א גרויסע ערבה....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:33 pm
דורך בעל מדות
איינער ווייסט וואס פשט פון ארויסלייגן פארשימלטע מיאוס געוואקסענע "פאמפקינס" ביי אלע נישט אידישע הייזער?
וואס טוט דאס אנדייטן און מיינען? וואס סימבאליזירט דער נישט עסבארן פרוכט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:54 pm
דורך לית דין בר נש
קודם גיי און זא זיי מסביר וואס דער גרינע בלעטער וואס יעדע האט ארום גישלעפט די לעצטע אכט טעג (איינער אין א ווייכע פלעסטיק איינער אין א הארטע פלעסטיק איינער פלעין אין סילווערפאיל)און דער פרוכט אין באקס וואס יעדע האט מיט גישלעפט מיט דער בלעטער (איינער אין א ווייסע באקס איינער אין קאלירפול באקסעס אין איינער אין א פינף טויזנט דאלערדיגע זילבערנע באקס) איז.
נאכדעם זא אים מסביר פארוואס א וואך פריער זענען מענטשן געשטאנען אין די גאס און געדרייטע הינער העכער די קעפ און געגאנגען צו די וואסער מיט אלע קינדער אריין ווארפן ברויט
נאכדעם וועט איר די מסביר'ן פארוואס ער לייגט פרוכט ביים פענסטער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:43 am
דורך shem-tov
איינער ווייסט פשט פארוואס אלע זאלץ מעסטלעך פארמאגן אין זיך צוויי דעפארטמענטס. סאיז דאך די זעלבע זאלץ און קיינער לייגט נישט קיין פעפער אדער גארליק פאודער סאו פארוואס איז דאס אזוי איינגעפירט אפילו ביי רביס וואס אלעס דארף דאך א הסבר. איז עס ע"פ קבלה אדער האט עס עפעס א היסטארי. זייער אינטערסאנט

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:35 am
דורך לית דין בר נש
כנגד שמור וזכור

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:44 pm
דורך אני מת לחיות
אין לעלוב איז טאקע די מנהג איינס פאר זאלץ איינס פאר שווארצע פעפער

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
shem-tov האט געשריבן:איינער ווייסט פשט פארוואס אלע זאלץ מעסטלעך פארמאגן אין זיך צוויי דעפארטמענטס. סאיז דאך די זעלבע זאלץ און קיינער לייגט נישט קיין פעפער אדער גארליק פאודער סאו פארוואס איז דאס אזוי איינגעפירט אפילו ביי רביס וואס אלעס דארף דאך א הסבר. איז עס ע"פ קבלה אדער האט עס עפעס א היסטארי. זייער אינטערסאנט

ווייל אמאל פלעגט מען אריינלייגן פעפער אינעם חלק ה'שמור'... נאר מיט די צייט האט מען אויפגעהערט אריינצולייגן פעפער, אבער די זילבערווארג אויסשטעל איז שוין פארבליבן.

וועלכע פאנט איז דאס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:58 pm
דורך שמעקעדיג
די לעצטע שטיק צייט האבן אסאך וועבסייטס אנגעהויבן נוצן א שיינעם פאנט, און נאכן פרובירן מאכן ריסורטש קען איך נאך אלץ נישט דערגיין וועלכער פאנט דאס איז (עס איז פאראן וועבסייטס וואס קענען פרובירן געסן אויב מען אפלאוד דעם פאנט, אבער עכ"ז האב איך נישט מצליח געווען).

איך האב גענומען אפאר סקרינשאט'ס פון אפאר וועבסייטס, כ'וועל ארויפלייגן איינס צו ווייזן וועלכע פאנט איך מיין.

.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
Proxima Nova אדער עפעס גאר ענדליך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:07 pm
דורך געוואלדיג
Calibri (Body)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:13 pm
דורך שמעקעדיג
Calibri איז דאס זיכער נישט. דאס נוץ איך דאך כסדר.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:42 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויל וויסן צו ס'איז דא איין מענטש אין די וועלט וואס קומט זיך דורך מיט דעם משוגענער פון פינטערס

היסטאריע פון סאטמארער קהילה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:40 pm
דורך לאשיצער
איך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 7:49 pm
דורך קאווע טרינקער
לאשיצער האט געשריבן:איך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?

"די חרדישע וועלט", דער איד, אפס בלתך רבינו,