בלאט 151 פון 164
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:32 pm
דורך גאנצל
פארוואס האט בארי נישט געקענט זאגן פאר אברמי ניין איך האלט נישט ביים נעמען די אפפער און פארטיג קריך אראפ פון מיר אז נישט גיי איך ווייס איך וואס טון פארוואס האט ער אים געדארפט פארשמאכטן מילא די בערגערס אולי קען מען אים פארטיידגן אבער סתם א מענטש פון די גאס וואס האט אים גארנישט שלעכטס געטאן ער האט זיך נישט אנגענומען פאר קיינעם ער האט נישט פראטעקטעט קיינעם איינזעצן אין תפיסה ווייל איך וויל מיר נוקם זיין און די וואס טוען דאס יא פארוואס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:34 pm
דורך signout
עס מוז אנגעצייכענט ווערן אז די אנפאנג פלעגט בארי בארעכטיגען זיין נקמה אין די קאמיוניטי ווייל מען האט אים אומשילדיג ארעסטירט שמיני עצרת צו קענען ניצן פאר די פרעסע אין פאליטישע צוועקן, ווען אין מציאת איז ר' אברמי רובין געווען פין די הויפט עסקנים צו באפרייען די 26 בחורים אין יונגעלייט, אין דער שעמט זיך נישט צו שרייבן אז אברמי האט אים קיינמאל קיין טובה געטוהן
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:42 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:שטעל דיך פאר אביסל א ענליכע מעשה. מרס. שטארק אשת ר' מנחם ע"ה ווערט געוואר אז דזשאני פיקעלסאוס, די מענעדזשער אין איינער פון איר מאנ'ס בילדינגס, איז געווען די רוצח. אינגאנצן צושוידערט וויל זי גלייך רופן שומרים, קלאפט אבער אויפן טיר טאוני דזשאבעלויני, אויך איר מאנ'ס ארבייטער און א לאנגיעריגע פאמיליע פריינט, און בעט זיך ביי איר זי זאל מאכן א שווייג דערוועגן, און ער וועט איר געבן א האלב מיליאן טאלער.
דא וואלסטו אויך געזאגט אז אויב זי וויל זיכער מאכן אז סיי דזשאני און טאוני זאלן ביידע זיצן אין חלקת הרבנים איז זי א שלעכטע מענטש א נוקם ונוטר?
אגב, אפילו ביי דיין משל פארשטיי איך אויך נישט פארוואס זאל עפעס טאוני דארפן זיצן אין "חלקת הרבנים", ער מעג בעטן און זי מעג ענטפערן ניין. וואס עפעס קומט אים תפיסה דערפאר? דארף ער זיצן אין זעלבן פלאץ ווי דער רוצח?
איך פארשטיי אז אפשר אלס "געזעץ" טאר ער איר נישט פרעגן, אבער לאז געזעץ אין דער זייט פאר א מינוט. טאני איז א גוטער פרענד פארן רוצח, און ער פרובירט זיין לאק אפשר וועט געלט העלפן צו דראפן די קעיס. שכל'דיג מאכט עס מער סענס, ווייל מיטן איינזעצן דעם רוצח וועסטו גארנישט פארדינען חוץ א צייטווייליגע נצחון, אבער מיט א האלבע מעלאנע קען זי חתונה מאכן אלע אירע קינדער מיט הרחבת הדעת, ממילא טראכט טאני, אפשר וועט זי אקצעפטירן אזא שכל'דיגן אפפער... קומט אים תפיסה דערפאר?
דו האלטסט נישט אז יעדער מענטש וואס פרובירט צו האלטן א קאלטבלוטיגער רוצח אדער רעפיסט אויף די גאסן טוט א שרעקליכע עוולה וואס מען מוז זען צו פארמיידן פאר אלע קאסטן? וואס וועלן מיר טון טאמער יעדער מאלעסטער וועט וויסן אז זיין וויקטים וועט סייווי באקומען א האלב מיליאן דאלער נישט צו אנקלאגן זיין מאלעסטער? כל המרחם על אכזרים סופו להתאכזר על רחמנים. איך דזשאדש נישט קיינעם, אבער א מענטש וואס טוט א מעשה אכזריות (נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה) מוז ווערן געשטעלט צום משפט, אנדערש איז דאך איש את רעהו חיים בלעו, און יעדער וואס פרובירט דאס צוריקצוהאלטן דארף וויסן אז ער איז עתיד ליתן את הדין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:06 pm
דורך איש עברי
שמעקעדיג האט געשריבן:Before he spoke, Rubin's lawyer John Esposito called him “a man who has led an exemplary life,” cited his charitable work at great length and read letters from numerous people he helped.
“His goodness, his kindness knows no bounds,” the lawyer added. “I can go on and on with these letters.”
“But you won't,” the judge cut him off.
איך מיין נישט לעניינינו [איך זוך נישט קיין לינטש אזוי ווי איחוד פעלד]
אבער עס איז העכסט צייט מען זאל אויפהערן נוצן די גאנצע צדקה מעשה פאר פארטיידיגונגס צוועקן, די גויים ווייסן שוין אז יעדע איד וואס וואס מ'כאפט מיט קרימינאלע זאכן, איז א געטרייע טאטע, און ער געט צדקה און איז איבערגעגעבן פאר די קאמיוניטי,
דאס איז א אויסגעדראשענע אויסגענוצטע ליניע, נישט אומזיסט האט די שופט איבערגעהאקט דעם לויער זיי זענען שוין מיד פון הערן די דרשות איבער די חסד אקטיוויטעטן פון יעדע חרדיש'ע איד וואס ווערט אנגעקלאגט.
זיי פארשטייען שוין די סוד אז ביי אונז איז דא א רעיס ווער עס זאל זיין די ראש וראשון לכל דבר שבקדושה
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:31 pm
דורך מאטי
אוי ווי גערעכט דו ביסט ..
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:56 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש אזוי. ע"פ רוב וועט זיך א דזשאדזש רעכענען מיט די מעשים טובים פון א אנגעקלאגטן און זיין השפעה אויף די ארומיגע.
למשל רא"ל גלאנץ האט באקומען בלויז 45 טעג צוליב זיין געטרייע ארבעט לטובת הכלל והפרט.
אבער כ'בין מודה אז אסאך מאל גייט עס ארויס פון די נאז. און עכ"ז מעג דער שופט עס זאגן אויף א שענערע אופן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:01 pm
דורך גנדי
איך גיי נישט אריין צו ווב"מ איז גילטי אדער נישט.
א יעדע אידיש הארץ צוגייט ווען מען הערט אז מען שטעלט אריין אין תפיסה א איד, נישט קיין חילוק וועלכע איד אדער וואס ער האט געטוהן.
מדארף אבער פארשטיין אז וועבערמאן/וויליאמסבורג/סאטמאר האט דערקלערט מלחמה/נקמה אויף קרויס/דייטש
בורי האט אויך דערקלערט מלחמה/נקמה
צד א' האט זיך נישט צוריק געהאלטן פון גארנישט און די זעלבע צד ב' האלט זיך נישט אפ פון גארנישט.
אלע וואס ווערן אריינגעשלעפט אין די מלחמה קענען פארוואונדעט ווערן.
מען קען נישט שרייען דאס מעג מען יא דאס טאר מען נישט, היתכן דאס היתכן יענס.
ביידע צדדים פייטן עד הסוף מיט וואס זיי קענען צו עס איז אויסגעהאלטען צו נישט.
ביידע צדדים ארבעטן שמוציג און אומשולדיגע ווערן צו מזיק'ט פון ביידע זייטן בשעת די מלחמה.
אחוץ אויב מען וויל זיך זעצן שרייבען מלחמה געזעצען וואס יא און וואס נישט, טאטע מאמע? ברייבען? דיני ממונות? ערכאות? שני עדים? התראה? שקר? מידיע? בויקאטס? פאשקעווילען? ראדיא שאוס?
אויב ביידע צדדים וועלן מסכים זיין צו אלע געזעצען דעמאלטס וועלן מיר קענען האבן טענות.
אויב צד א' וואלט געקענט איינזעצען די מיידעלס טאטע און מאמע וואלטען זיי זיך נישט צוריק געהאלטען אפילו זיי האבן אפשר אויך אייניקלעך, והא ראי' ביים קאורט קעיס האט מען ארויפגעברענגט אומגעזעצליכע זאכן פון די מאמע.
סוף דבר עס איז א מלחמה וואס אלע צדדים ליידן און אונז זאל מיר שטיין פון די זייט אן אריינרעדן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:08 pm
דורך איך אויך
גנדי האט געשריבן:איך גיי נישט אריין צו ווב"מ איז גילטי אדער נישט.
א יעדע אידיש הארץ צוגייט ווען מען הערט אז מען שטעלט אריין אין תפיסה א איד, נישט קיין חילוק וועלכע איד אדער וואס ער האט געטוהן.
מיט דעם בינעך מחולק מיט דיר ,א איד וואס עס איז זיכער אז ער האט עס געטוהן (למשל ב.מ.ל.) זאל פיינערהייט זיצן און זיך מכין זיין פאר דעם מלך האסירים.
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:41 pm
דורך גאנצל
מר. גנדי
טאמער ער גייט מיר ארעסטירן ווייל איך נעם מיר אן פאר רובין גייסטו עס אויך פארשטיין אז ער מעג גיין עד הסוף ?
איך מיין פליז יעדע זאך האט א limit
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:42 pm
דורך איך אויך
האסט געליינט וואס איך האב געשריבן?
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:56 pm
דורך גנדי
גאנצל האט געשריבן:מר. גנדי
טאמער ער גייט מיר ארעסטירן ווייל איך נעם מיר אן פאר רובין גייסטו עס אויך פארשטיין אז ער מעג גיין עד הסוף ?
איך מיין פליז יעדע זאך האט א limit
איך פארשטיי נישט גארנישט.
אבער זיי זיכער אויב קען מען איינזעצען פארן שרייבען דא. וואלטן ״ביידע צדדים״ זיך נישט צוריקגעהאלטען פון איינזעצען בלויז פארן שרייבען.
איך ווי מיר זאלן פארשטיין אז עס איז א מלחמה און ביידע צדדים פרובירן ״אלעס״ וואס זיי קענען. און קיין איין צד האט ״נישט קיין limit"
(נישט אזוי לאנג צוריק האט א צד אין אן ענליכע פרשה אנגעקלאגט די שרייבער אויף די אינטערנעט. אין לאנדאן. געדענקסט?)
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 5:51 pm
דורך איש עברי
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט ממש אזוי. ע"פ רוב וועט זיך א דזשאדזש רעכענען מיט די מעשים טובים פון א אנגעקלאגטן און זיין השפעה אויף די ארומיגע.
למשל רא"ל גלאנץ האט באקומען בלויז 45 טעג צוליב זיין געטרייע ארבעט לטובת הכלל והפרט.
אבער כ'בין מודה אז אסאך מאל גייט עס ארויס פון די נאז. און עכ"ז מעג דער שופט עס זאגן אויף א שענערע אופן.
דארט איז א אויסנאם ווייל די עבירות איז ער באגאנגען אלס טייל פון זיין געטריישאפט צו אנדערע
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:06 pm
דורך signout
איש עברי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:Before he spoke, Rubin's lawyer John Esposito called him “a man who has led an exemplary life,” cited his charitable work at great length and read letters from numerous people he helped.
“His goodness, his kindness knows no bounds,” the lawyer added. “I can go on and on with these letters.”
“But you won't,” the judge cut him off.
איך מיין נישט לעניינינו [איך זוך נישט קיין לינטש אזוי ווי איחוד פעלד]
אבער עס איז העכסט צייט מען זאל אויפהערן נוצן די גאנצע צדקה מעשה פאר פארטיידיגונגס צוועקן, די גויים ווייסן שוין אז יעדע איד וואס וואס מ'כאפט מיט קרימינאלע זאכן, איז א געטרייע טאטע, און ער געט צדקה און איז איבערגעגעבן פאר די קאמיוניטי,
דאס איז א אויסגעדראשענע אויסגענוצטע ליניע, נישט אומזיסט האט די שופט איבערגעהאקט דעם לויער זיי זענען שוין מיד פון הערן די דרשות איבער די חסד אקטיוויטעטן פון יעדע חרדיש'ע איד וואס ווערט אנגעקלאגט.
זיי פארשטייען שוין די סוד אז ביי אונז איז דא א רעיס ווער עס זאל זיין די ראש וראשון לכל דבר שבקדושה
מען ניצט עס נישט אויף יעדן איד, אויף ברוך מרדכי לעבאוויטש האט מען נישט געניצט די ניגון, ביי ארי' לייב גלאנץ אין אברמי רובין איז עס פאקטיש אמת כיודע לכל אין ביידע זענען טאקע ארעסטירט פארן וועלן ''העלפן א צווייטע איד''
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:12 pm
דורך איש עברי
מען האט עס אויך גענוצט יעצט צו ריינוואשן ר' מנחם שטארק'ס נאמען, מען האט עס גענוצט ביי רובאשקין, און אזוי ווייטער
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:39 pm
דורך signout
איש עברי האט געשריבן:מען האט עס אויך גענוצט יעצט צו ריינוואשן ר' מנחם שטארק'ס נאמען, מען האט עס גענוצט ביי רובאשקין, און אזוי ווייטער
מען האט עס געניצט ווי עס איז אמת, ברענג מיר א פאל ווי עס נישט אמת אין מען האט עס געניצט
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער נקודה איז נישט צו ס'אמת אדער נישט. ווען א גוי ליינט אז איינער איז נישט געווען שיין צו זיינע טענעטס (אפילו ס'איז ליגענט) גייט עם גאנץ ווייניג אן אז ער איז יא נייס צו זיינע אייגענע ברודער. ס'האט מיר אויך געבאדרט אז מ'האט דאס גענוצט אפצופרעגן אלע פאלשע באריכטן אז שטארק האט נאר געוואלט געלט און נישט געקערט פאר קיינעם. דער גוי זאגט יא יא פון אונז רייסט מען געלט צו קענען זיין גוט צו זיינע אידלעך און קאמיוניטי וואס האב איך דערפון פרעגט ער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט ממש אזוי. ע"פ רוב וועט זיך א דזשאדזש רעכענען מיט די מעשים טובים פון א אנגעקלאגטן און זיין השפעה אויף די ארומיגע.
למשל רא"ל גלאנץ האט באקומען בלויז 45 טעג צוליב זיין געטרייע ארבעט לטובת הכלל והפרט.
אבער כ'בין מודה אז אסאך מאל גייט עס ארויס פון די נאז. און עכ"ז מעג דער שופט עס זאגן אויף א שענערע אופן.
ווייל ווען ער זאל אזוי אפענטפערן פאר א לויער פון אן אנגעקלאגטן שחור, וואלט די גאנצע מידיא געווען פול וואס פארא ראסיסט דער שופט איז. און ער וואלט ארויס מיט בושות. אבער ווען מ'האקט אויף חסידישע אידן איז אלעס אין ארדנונג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:56 am
דורך איחוד פעלד
לדעתי וואלט מען זיך געדארפט אוועקזעצען מיט די צדדים און פראבירען אויסארבעטען א מכאן ולהבא מהלך וואס זיי ווילען, און וואס מען קען טוהן וכו'.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:16 pm
דורך געפילטע פיש
פרישע אנטוויקלונג אינעם לעמאן דזשאוס סומאטאכע, רעב דזשוס טענה'ט יעצט אז די טוויטער אקאונט וואס האט ארויסגעשיקט די בילדער אין זיין נאמען געהערט גאר פאר משה (יואל?) קליין, רז"ל'ס (געוועזענע?) הויז בחור.
מקור,
אורן יניב.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:15 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:פרישע אנטוויקלונג אינעם לעמאן דזשאוס סומאטאכע, רעב דזשוס טענה'ט יעצט אז די טוויטער אקאונט וואס האט ארויסגעשיקט די בילדער אין זיין נאמען געהערט גאר פאר משה (יואל?) קליין, רז"ל'ס (געוועזענע?) הויז בחור.
מקור,
אורן יניב.
בלויז פאר די נאמען "לעמאן זשויס" איז דא די מעגליכקייט אז די אווענט-ליצים אויף טי ווי זאלן זיך פאסמאקעווען און אומדירעקט ברענגן אומגינסטיגע נאציאנאלע פובליסיטי פאר וויליאמסבורג. פאריגע וואך אינמיטן פון די קריסטי טראפיק סקאנדאל האט זשאן סטאוארד געוויצעלט איבער ניו זשורסי'ס רעפוטאציע מיט קארופציע, און אויפגעברענגט די פאליטישאן-ראבייס-נירן טרעפיקער סטאנדאל.
איינער זאל באצאלן פאר א כולל חצות סעסיע צו מתפלל זיין אז די לצים זאלן נישט כאפן א טרינק פון די ביטערע לעמאן זשוס און זאלן ענדערש זיין פארנימען מיטן טאראנטא מעיאר און ניו זשורסי גאווערענאר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:51 pm
דורך hotel
געפילטע פיש האט געשריבן:פרישע אנטוויקלונג אינעם לעמאן דזשאוס סומאטאכע, רעב דזשוס טענה'ט יעצט אז די טוויטער אקאונט וואס האט ארויסגעשיקט די בילדער אין זיין נאמען געהערט גאר פאר משה (יואל?) קליין, רז"ל'ס (געוועזענע?) הויז בחור.
מקור,
אורן יניב.
משה וואלף קליין
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:39 pm
דורך געפילטע פיש
גערעכט גערעכט, אנטשולדיגט מיר אז איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די קאלירפולע בילדער מאגאזינען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:44 pm
דורך איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, סא לעמאן דזשוס האט גע'מסרט?