בלאט 152 פון 213

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 8:06 pm
דורך [NAMELESS]
מושיען של ישראל, אייוועלט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:52 am
דורך לאשיצער
יישר כוח. איז דא א בוך איבער דער געשיכטע פון סאטמאר וואס ס'איז כדאי צו קויפן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:12 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וויל וויסן צו ס'איז דא איין מענטש אין די וועלט וואס קומט זיך דורך מיט דעם משוגענער פון פינטערס

נישט איין נאר אפאר מיליון.
סך הכול פארשטייט ער זיך נישט נאר מיט די וואס טוישן א ווארט מיט אים, אבער חוץ די פארשטייט ער זיך מיט יעדעם.
זיי זאגן אז אפילו מיט סאוט קאריע און מיט סאמאליע מיט וועם דער גרויסער דיפלאמאטישער אמעריקע האט זיך נישט געקענט דורך קומען קומט ער זיך פיין דורך, מ׳האט נישט געהערט קיין שום אנגעצויגנקייט.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:14 am
דורך גרויסע מענטשעלע
וואס איז די מקור פין רעכטס אויף לינקס העמעדער ?.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:33 am
דורך [NAMELESS]
באר מנחם להרה''ק ר' מענדלע מרימנוב זצ"ל.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:55 am
דורך גרויסע מענטשעלע
ריכטיג האט געשריבן:באר מנחם להרה''ק ר' מענדלע מרימנוב זצ"ל.

איז דאס א ענפער פאר מיר ?
ווייסט מער ספעציפיש ווי ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מענדעלע רימינובער איז אויך געווען גאנץ א [tag]גרויסע מענטשעלע[/tag]

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:07 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יא גערעכט.

אבער פארוואס עפעס האט מען עס אונגענומען.

חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:08 pm
דורך רפאל
א ליקוט איבער דעם ענין.
https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... 4873,d.cWw

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.

די נישט היימישע קענען מאכן אסאך א בעסערע לעבן אויף דיר ווי די סטייל האלט זיך אין איין טוישן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל וויסן ווער האט דעזיגנירט די קוטשמע טראגן, בלויז פאר 'מידל עידזש פלו' בן ארבעים אידן?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 5:25 pm
דורך ירא שמים
די זעלבע וואס האט דעזיגנירט די האמבורג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:56 pm
דורך יהושע חיים
אמאל האט מען נישט אזוי געקוקט וואס טוהט יענער וואס איז שענער וכו' וכו' דעריבער האבן זיי געטיהן וואס עס איז זיי געווען באקוועם משא"כ די אינגערע

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 6:04 am
דורך יעלה ויבא
את חטאי אני מזכיר אלס בחור וואוינענדיג אין א קאלטע מדינה פלעג איך גיין מיט א קוטשמע.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 9:00 am
דורך יהושע חיים
וואס איז די זינד? אז די ביסט געווען אביסל ווארים?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:25 pm
דורך petergrifin
לייענדיג דער איד זעה אז צוויי פון די גרעסטע ביר קאמפאניס האבן א דיעל ווי איינער קויפט אפ דער אנדערע, און טאמער דער דיעל גייט נישט אדורך למעשה צוליב למשל אנטי-טראסט געזעצן אין פילע לענדער דארף דער קויפער באצאלן דריי ביליאן דאללער קנס (!) פאר דער וועמען זיי האבן געוואלט אפקויפן.

וואס איז פשט פון דעם? אסאך מאל איז עס איינער פון די תנאים וואס קאמפאניס זענען גרייט צו צאלן א גרויסע קנס אויב עס פאלט דורך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:07 pm
דורך געוואלדיג
איך האב אויסעהערט היינט קאלמע-וואסער און איך הער ביי די אינטערוויוס ווי דער ברייער מעלדט מיט פאטאס, דעם טאג פיר יאר צוריק וועט.... קיינמאל נישט פארגעסן וכו', בין איך נייגעריג צו וויסן צו דאס איז א הבטחה אז דער באטרעפנדער וועט קיינמאל נישט ליידן פון אלצהיימערס אדער וואס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 3:47 pm
דורך נשמת אדם
ווי אזוי קען מען דאונלאודן פון יו טוב, אויב מען קען,

א דאנק

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 4:28 pm
דורך Chuchem
Savemedia.com

כ'פלעג עס ניצן,

YouTube also has a new subscription service called 'YouTubeRed', where you can watch video's offline.
They charge $9.99 a month

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 4:33 pm
דורך טמיר
ס'איז פאראן א גוטע אומזינסטע עפפ פאר ענדרויד (אייפאון ווייס איך נישט) געריפן tubemate וואס טוט די דז'אב זייער גוט. מען קען עס נישט באקומען אויף גוגל פלעי, מען דארף גיין צו זייער וועבסייט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 4:38 pm
דורך נשמת אדם
יישר כח [tag]chuchem[/tag].

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 11:00 am
דורך ירא שמים
איז דא א וועג ווי צובאקומען בלאג פאוסטס די גאנצע ארטיקל אויף אימעיל נישט נאר א לינק?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 8:49 am
דורך שמעקעדיג
איך לייען לעצטנס אסאך איבער די מס"נ פון פארווארפענע אידן איבער די וועלט וועלכע זענען חוזר בתשובה און לאזן זיך מל'ען אויף דער עלטער. איך באוואונדער עס.

איך וויל נאר וויסן אויב להלכה דארף מען אדורכגיין די יסורים? מען טאר זיך נישט איינשלעפן דעם פלאץ ווי ביי אן אפעראציע? איז עס א ענין דווקא צו שפירן?