בלאט 153 פון 164

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 1:15 am
דורך געפילטע פיש
עסקן אדער נישט, אבער אמאל פלעגט מען גיין נאך ווייניגער צו פאליציי ווי היינט, נאך פאר די אלע "אקטיוויסטן" זענען אריין אין ביזנעס, ווען נחום האט נאך געטוהן מקוואות, סאו דריי נישט קיין קאפ אז מ'גייט נישט צו פאליציי וועגן זיי.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:43 am
דורך איחוד פעלד
יעקעלע חכם האט געשריבן:איחוד די רופסט נחום אן עסקן???
איך רוף אים א שגץ, אדער מילד גערעדט א מעשוגענער.
ראביי האראוויץ קען איך נישט.


אנטשולדיגט רעבע, אבער די זעהסט נישט אז כ'האב נאכף געשריבען וואס דיין קאלעגע שרייבט?

מרא דאברהם, די ליינסט בכלל פאר די שרייבסט דיינע זינלאזע תגובות?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:47 am
דורך טיטאניק
נישט מעגליך צי ענפערען אלע תגובות דא אויף דעם פריכטבארע אשכול
אבער איין זאך איז ברור כשמש!
מאלאסטרעישאן האט געהארגעט אן א שיעור אימשילדיגע קינדער לעולם ועד, איך קען מיר פון די נאנט מיט אפאר וויקטימס, און ווען נישט איך בין אזוי נאנט צי זיי וואלט איך נישט געגלייבט אז א וויקטים קען ווערען אזוי געדעמעדטשט, וואספארא שאדען עס מאכט אהן, א שרעק
און ווען נישט עס זאל קימען איין "מעשיגענער" ווי נחום, וואלטען מאלעסטערס ווייטער אנגעהאלטען מיט זייער רציחה קאמפיין, מיט זייער מאשין גאן, און געשאסען קינדער מיט א מערדישע קאלטבליטיגקייט, און דערויף קען מען זאגען "לולא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו" תרתי משמע, וד"ל!
קלאר אז דאס נידערט די רציחה, די רוצחים די מאלעסטערעס האלטען זיך ציריק און געבען זיך מער אכטינג, זיי ווייסען אז עס קען קאסטען זייער טייער, און עס איז מער ביליגער צי טרעפען אנדערע דרכים צי אויסגעבען די חולאת זייערע, אן דארפען שעדיגען אנדערע און זיך אליין

אמת, א נארמיילער מענטש וואלט עס נישט געטין, גיין מסר'ן די רשעי ברית, ווייל אינז זענען היינט זייער שטארק פאר דעם "מה יפית" קיינער האט זיך נישט ליב צי פארפליישיגען, און דערפאר האט דער רבוש"ע געשיקט א מעשיגענער ווי נחום, און שטעלט אייך פאר ווען מיר נארמיילע מענשטען טיען דאס אליינס? וויפיל שאדען וואלט מען איינגעשפארט? אבער מיר האבען מורא פון דעם "מה יפית", האט דער גאט אינז געשיקט א "מה יפית", בבקשה, נאט אייך א נחום!

צי דער וועבערמאן האט עס געטין ווייס איך נישט, איך בין נישט דארט געווען, און קיינער פון אינז איז נישט דארט געווען, קיינער האט נישט די רעכט צי זאגען מיט א זיכערקייט אז "דער איז א שקרן און דער איז גערעכט"
אבער דאס איז קלאר אז מאלעסטערס איז א פאקט, און שטאמט פון די איינגעצוימטע פרימע שיגעונות וואס שפראדעלט ביי אינז "היימישע", און די פאקטען אז א פרימער איד האט נישט געטראפען קיין בעסערע דזשאב ווי זיין א "פסיכאלאג פאר פרוצות" (מען קען נישט טרעפען א פרוי????? אפשר זאל ער ווערען א פרויען דאקטער אויך????) אז א פירמער איד נעמט אריין ביי זיך אין שטיב א גרויסע מיידל א פריצה, און גייט איר קויפען אינטרעוועש, דאס איז אקעי? דאס זענען דא פאקטען וואס יעדער ווייסט
איין זאך ווייס איך, חז"ל זאגען אז די כהנים וואס זענען אריין שאצען די שקלים אין בית המקדש (וואס מען האט מנדב געווען טאקע יעצט באחד באדר) די כהנים זענען אריין מיט ספעציעלע בגדים וואס האבען נישט "קיין שום מעגליכקייט" צי קענען ערגעץ ווי באהאלטען "שקלים", ווייל ביי געלט און ערווה איז יעדער חשוד,
דערפאר החכם עיניו בראשו, גייט נישט ארבעטען צי זיין א פרויען דאקטער פאר פרוצות, אין האלט נישט ביי זיך אין בוידעם א פרוצה, אין אויב איז ער א יועץ לייגט ער אויס קעמערעס אלל אווער זיין אפיס און נעמט אויף "נאר אין זיין אפיס אינטער סעוועליענס" און פטור א עסק


זאגט נאר, אויב האט איר נישט קיין פרנסה וואלט איר גענימען א דזשאב פון גיין פארקויפען סענדוויטשעס פארענט פון א בית בושת? ניין! פארוואס? איר טיט דאך גארנישט! איר האט אין די האנט א שמירה א נועם אלימלך?! אלא מאי!

האקט אין טשייניק א צווייטען און הערט אויף צי וויינען!
איר ווילט נישט נחום? זאלען רבנים אליינס איינזעצען מאלעסטערס, און נעמען די שוכבי זכר החייבים סקילה עפ"י הלכה אין זיין פארשפארען אינטער קייטען, און אזוי וועט איר זיך פאטערען פון נחום, אבער ווי לאנג רבנים טיען שיצען אויף די מנובלים אויף די רשעים וואס זענען מחוייבי מיתה עפי הלכה, זאלען מיר זיין גרייט צי ליידען פון דער היפאקריט נחום ראזענבערג
במקום שאין איש וועט קימען נחום

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 12:52 pm
דורך הקטן
געפילטע פיש האט געשריבן:עסקן אדער נישט, אבער אמאל פלעגט מען גיין נאך ווייניגער צו פאליציי ווי היינט, נאך פאר די אלע "אקטיוויסטן" זענען אריין אין ביזנעס, ווען נחום האט נאך געטוהן מקוואות, סאו דריי נישט קיין קאפ אז מ'גייט נישט צו פאליציי וועגן זיי.


די גאנצע סיגיא פין מעלעסטעשען, און די עווערנעס פין די שאדן וואס דאס מאכט אן, האט לעצטרע צייטען באקימען א שטארקע אויפוואכאנג. דאס איז אין די גויאישער וועלט אין אויך אין די אידישע-מאדערנע וועלט. דאס דערקענט זיך מיט געזעצען, דרשהס פאר עלטערען אין פאר מחנכים אסך קאראפציעס זענען אנדעקט געווארן און אויך אין די פיסעלאגישע וועלט איז דאס היינט סך מער נושא.דאס זענען נישט קיין אפשאצאנגען נאר פאקטען וואס ווער עס האלט אביסעל מיט מיט די נייעס ווייסט דאס.

און אזויוי עס גויאשט זיך אידישט זיך (יא, עס נעמט צייט פאר עסמאסעס צו טון די ארבעט) ציביסלעך האט דאס אווערנעס אריינגעדרינגען אין 11219 און אין 11211 אויך, די BOE אין אנדערע רעגעלעשנס האט אנגעפאנגען צי שלאגען ווארצלען

along came נחום און האט זיך סך הכול ארויף געכאפט אויף א פארענדיגען וואגען און זיך דערקלערט דער דרייווער און מנהיג און גאר דער ערפינדער ביי אינז אויף דעם געביט. אמת ער האט דאס נאר געקענט טון ווייל עס האט געהערשט א וועקיאם אין קיין צווייטער פאראנטליכער דרייווער איז ביז דערווייל נישט געווען.

היינט צי טאגס, האט נארמאלער מענטש, אן ערענסטע עסקן, א הארט טיים און וויל נישט זיין אינוואלווד מיט די נושא ווייל נחום האט דאס געגעבען א שלעכטע נאמען. (איך האב דאס מיטגעהאלטען פין דער נאנט)

ס'איז דא אסך אסך וואס צי טון צי פראטעקטען אינזער קינדער אויסער קאמפענען צי ערעסטירן א יעדער מאלעסטער (איך זאג נישט אז נישט) אסך עלטערען אין וויקטעמס ווילען דאס נישט טון פאר סיי וואספארא סיבה ביי די גוים אויך

לאז ארויס די אדמרים ורבנים, פארוואס אין די חדר ווי דיין זון לערענט אדער די שול וואו דו דאווענסט פארוואס איז נישט דא קיין eye אין א יעדע ווינקעל? אינקלאדינג א יעדע קלאס? ווען איז געווען די לעצטע מאל א דרשה פאר עלטערן, פאריפען געווארען דארך דיר מיט דיינע חברים, אויסצילערנען עלטערן סיינס פין אביאז? איז מעגליך די שעמסט דיך צי זיין מיט נחום אויף איין page ?!

קען זיין ער האט אויפגעטון אויך, אבער צו מיר זענע ארויס מיט א net gain ? שווער צי זאגן

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 2:02 pm
דורך געפילטע פיש
דו זאגסט עפעס, אבער כ'האלט נישט אז די סיבה פארוואס מיין קינד'ס חדר האט נאכנישט געמאכט א יום עיון פאר עלטערן וויאזוי צו דיטעקטן אביוז ביי א קינד איז א תוצאה פון נחומ'ס קאמפיין, די נושא איז א סאסייעטעל טאבו מיט אדער אן עם, און ס'ווערט צוביסליך אדורכגעבראכן. אויב עפעס איז ער געווען די נחשון, דורכגעבראכן די זאך, און הייסט טאקע שטאטס משוגענער, אבער צען יאר צוריק האט א נארמאלע מענשט נישט געקענט זאגן אפן אז יא, מיר האבן א פראבלעם, און היינט קען מען עס יא אביסל זאגן. צו די קרעדיט קומט זיך פאר נחום אדער ווייל ווי ס'גוישט זיך? כ'גלייב אז אביסל פון ביידע.

אבער דאס וואס פאלעטשעק שרייבט אז מ'זאל נישט טראמפייטערן די נושא ביי אונז, מ'זאל נישט רעדן דערפון ווייל א אכט יעריג קינד קען ליידן דערפון, דאס איז היפאקריטסווע אויפן העכסטן שטאפל, און וועט נאר פירן אז די מצב ביי אונז זאל ערגער ווערן. די איינציגסטע וועג צו היילן עפעס איז אויב מ'ברענגט עס ארויס אין די עפענטליכקייט, חוץ מזה וואס א חלק פון די healing process פון וויקטימ'ס איז ווען זיי זעען אז עפעס ווערט געטוהן אין דעם געביט ביי זייער קאמיוניטי, און מעשי רשע ווערט נישט פארשוויגן.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:02 pm
דורך נולד מאוחר
הקטן סאיז נישט מסתבר אז סוואלט אליינס פאסירט. נעם למשלפארן בייקס ביז ווילאנג סאיז נישט דא אן אקטעוויסט דערפאר ווערט דאס נישט איינגעפירט. סדא צענדליגער זאכן וואס אינזערע שכנים זענען זיך נוהג און דרינגען נישט אריין.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:33 pm
דורך הקטן
קלאר אז עס פאדערט זיך אן עקטעוויסט צוויי אדער אן ארגענעזשען וואס זאל דאס שטיפען אויף א קליגע אופן, אין עס וואלט נישט געגאנגען גרינג אבער וויבאלד נחום האט דאס איבערגענימען איז די סאסייעטעל טאבו דערפין נאר געשטיגען.

נחום האט גענימען א סאבדשעקט וואס א יעדער איינער וואס טוט אין עדעשקעשן אדער אין מענטעל העלט האט זיך געקאכט דערמיט, אין זיך טאקע געקאכט און וויאו אזוי דרינגט מען אריין ביי אינזער עולם ווי דו דענייעל איז נאך געווען גרויס איז געקימען נחום אין געמאכט דערפין גאסען שמיס

נחום הייסט שטאטס מעשיגענער נישט אזוי ווייט ווייל ער האט געטון אין דעם נאר וואו אזוי ער האט געטון און טוט אין דעם.

די משמרת הצניעת האט אויך געטון אין דעם (הגם אויף זייער אן אימפראפעשענעל וועג) אין נישט געווארן שטאטס משוגענער וועגען דעם - היינט למעשה וויל קיינער נישט שטיין נאנט צו דע נושא

געפילטע ביסט גערעכט אז עס איז אפשר אביסעל צו סך צו פארלאנגען פין דיין חדר זאל נעמען די risk פון אזא workshop אבער אויפזייער פלאץ האט דאס געקענעט זיין געספאנסערט פין חברה שומרים אדער חיי לייפ ליין אדער chase bank

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:42 pm
דורך יעקעלע חכם
הקטן דאס אקוראט האב איך פארשטאנען פון דעם פאלאטשעק׳ס געשרייבעריי.
ער פארהוילט זיך נישט פונעם מעלאסטעישן פראבלעם, פארקערט ער איז מודה בפה מלא אז עס זענען דא מאלעסטער׳ס און אונזער היימישער קאמיונעטי.

ווי אויך איז ער מודה אז עס ווערט נישט קעיר גענימען דערפון אזוי ווי עס ברויך צו זיין (זיין הסבר דערויף קען מען דעבאטירן)

ער זאגט נאר אז ווייל אזא חיה קאקא ווי נחום האט דאס גענומען פאר זיין פערזענדליכע אישו און מיט די הילף פון וועבסייטס ווי פעלד מעסייע און נאך העסליכע סייטס, איז געווארן א מציעות אז א נארמאלער מענטש וואס וואלט טאקע געקענט טאן צו די זאך און דעם געביט, שטייט ווייט ווייל ער וויל נישט אינדעצעפירט ווערן מיט נחום׳ן אדער זיין און נחום׳ס מויל.

איך גראדע פארשטיי זיין פוינט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:50 pm
דורך הקטן
וואו האט פאלעטשיק געשריבען א מיסט איט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:52 pm
דורך יעקעלע חכם

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:55 pm
דורך איחוד פעלד
ער רעדט פין די פאסט אין פריעדיגע בלעטעל לכאורה.

איין זאך וואס ער איז מער פין דער געווענליכע עמך, אז ער איז מודה אז דער פראבלעם עקזיסטירט, בו בזמן וואס דער געווענליכע רעספאנס איז אז לא דובים ולא יער לא מאלעסטערס ולא ילדים, גארנישט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:56 pm
דורך נולד מאוחר
די פאקט אז פאלאטשעק בלאגט דערוועגן איז נאר אדאנק נחום.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 6:01 pm
דורך הקטן
איחוד און נולד געסטו קרעדיט פאר נחום פאר וואס דו ביסט ווארעם צו די נושא, איך נישט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:58 pm
דורך איך אויך
הקטן האט געשריבן:
נחום האט גענימען א סאבדשעקט וואס א יעדער איינער וואס טוט אין עדעשקעשן אדער אין מענטעל העלט האט זיך געקאכט דערמיט, אין זיך טאקע געקאכט און וויאו אזוי דרינגט מען אריין ביי אינזער עולם ווי דו דענייעל איז נאך געווען גרויס איז געקימען נחום אין געמאכט דערפין גאסען שמיס


זאג איבער! איך הער נישט אזוי גוט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:41 pm
דורך הקטן
זיכער זענען מיר אין דענייעל, און זיכער האט נחום ארויף געברענגט אויפן אויבער פלאך ביי עמך אידען. אבער ווען טרייען צי ברעכן די דענייעל ווערט געטון אויף א נערישען וועג האט דאס א פארקערטע עפקעט.

דאס אז קינד אין קייט קאכן זיך מיט די לעצטע ניבול פה וואס נחום האט געזאגט דאס זאגט נישט אז מיר זענען בעטער אף. מיין פוינט איז ווען נישט נחום וואלטען דאס אנדערע געטון

ווען איך זאג אז פראפעשענלס האבן זיך געמוטשעט וואו אזוי דארך צוברעכען די דענייעל רעד איך אויך פין די מער מאדערענע עולום, סאיז נישט געווען גרינג אין מען איז נאך נישט פערטיג דערמיט די פאקט איז אבער ציביסלעך צישטיילעך זענען זיי ארויסגעקארכן מיט די הילף פין פראפעשענעלס, אין אויף א קאנסטראקטיוו וועג.

די נושא איז אין די אידיש-אנגלא מעגעזינען אדער למשל אויף זב ברענער נישט אדאנק נחום נאר חאטש נחום

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:01 pm
דורך גנדי
די אנגלא מאגאזינס און זאב ברענער האבן נאר אנגעהויבען רעדן נאכדעם און ווייל נחום האמערט אין קאפ אריין יארן.

דוכט זיך די ערשטע מאל וואס זאב האט גערעדט דערוועגן איז געווען ווען ער האט אינטערוויאט נחום נאך די חרם.

אדרבא זאג מיר ווער איז געווען דער פערזאן וואס האט גערעדט דערוועגן דער ערשטע אויף די ראדיא?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:22 pm
דורך הקטן
אין די קאלידש קעמפעס און די קלויסטער סקאנדאלען איז אויך נאר אדאנק נחום?
וואו אזוי האט געהייסן די ישבה וואס עלטערן האבן געפירט א קאמף מיט מלמד קאלא ,נישט תורה תמימה? איך געדענק נישט. דאס איז אדאנק נחום??

נניח אז אויף זב ברענער איז דאס געווען די ערשטע מאל, איך גלייב אז נישט, אבער פארשטיי אז דאס איז שוין געווען ווען אינטער די קאליסען האט זיך שוין געקאכט דערוועג, אין דאס איז געווען א שאלה פין זמן ביז עס וואלט דערגראכט דו מען אן די סטריט.

ווי למשל, אין אן איבערגעפילטע זאל אין ny פיל מיט פראפעשענלס אין רבנים (ניין, נישט ר' זלמן לייב פיליפ) האט debbie fox פין la איבערגעגעבן פינקטליכע איינצעלהייטן וואו אזוי זיי דילען מיט די פראבלעם אין LA. דאס איז געווען פאר "ראזענבערג טיים" אין וואו אזוי זיי ארבעטען האנט ביי האנט צוזאמען מיט די דיטעקטיוו

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:26 pm
דורך איך אויך
פראפעשענלס אין רבנים debbie fox ,סאונדס אינטערעסטינג.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:38 pm
דורך הקטן
דו ווייסט אז דער עקזעקעטיוו פין אוהל, פארגעסען זיין נאמען אויף דער מעניט, איז ארימגעפארען די וועלט געבען דרשה'ס אויף אווערנעס (יא, דאס איז דער וואס האט ארויסגעגעבן א ביך אויף מאלעסטעשען) אין וועם נחום האט באשמיצט

http://www.flipdocs.com/showbook.aspx?I ... 287_179586
די האלסט טאקע אז דאס איז אדאנק נחום?

אזוי וואו דאס איז דא צענדילגע אידישע ריסארסעס

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:53 am
דורך גנדי
איך בין מודה אז אין די קירכע האט זיך געקאכן יארן פריער.

איך בין אויך מודה אז די בלאגערס האבן געפירט א מערכה קעגן קאלקא, מאנדעראוויטש, תורה תמימה.

נאך אלץ האבן מענטשן זיך געשוואוירען אז עס קומט נישט פאר אין די היימישע קרייזען, ביי אידן וואס גייען שטריימלעך און רעשוואלקעס.

די מיזט מודה זיין אז נחום איז דער וואס האט צו בראכען די חומת השתיקה ביים היימישען עולם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:47 am
דורך גנדי
יעצט, אונז קען מיר זיך טענה'ן עד שיבוא אליהו, העטעך פעטעך, נחום גייט מיט א ברייטע ביבער הוט און שיפע טאשען, וואלט אפשר א צווייטער מעורר געווען דערוועגן (אפשר הרב ר' יעקב הורוביץ, ניין, ער איז אויך שוין געשטעמפעלט פאר א משוגענער)

אונז קען מיר זיך אויך טענה'ן ביז אינזער פנים ווערט בלוי, אדער אונזערע פינגערס ווערט רויט. העטעך פעטעך, ווייל נחום רעדט דערוועגן איז די נושא געווארען טמא און טאבו (כאילו פארדעם איז עס נישט געווען), און ווען א שעמעדיגע רב וואלט גערעדט דערוועגן ברמיזה וואלט מען מער אויפגעטוהן...

קומט אויס עס איז א ספק ספיקא בדרבנן, אויב די רבנן וואלטן געטוהן עפעס...

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:31 pm
דורך גאנצל
מזל טוב מזל טוב מזל טוב גאנץ כלל ישראל השרוים בצער עם העסקן החשוב ר' נחמי' צבי בן דינה פרייט זיך יעצט מיט מיט זיין גרויסע שמחה צום שידוך שליסן פון זיין טייערע זון מזל טוב

השי"ת זאל אים העלפן ער זאל זעהן נחת ביי אלע זיינע קינדער ויצא מאפילה לאורה בקרוב און ער זאל זיך שוין קענען משתתף זיין ביי די חתונה אלס א פרייער מענטש בעזר השם אונז געב מיר נישט אויף האפענונג

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:50 pm
דורך גנדי
יישר כח פאר די גוטע בשורה.