בלאט 156 פון 213
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:52 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלי וויזעל באשרייבט דער בעש"ט'ס לולקע אז ס'איז נישט פיל געווען מיט טאבאק, נאר עפעס אנדעריש. דאסנאיז זיין פאנטאזיע"ס, נישט געבויט אויף וויסענשאפט.
ראו מה בין בני לבן חמי...!
רבותיי קוקטס און זעהט דעם חילוק פון א ליטוואק (וועלכער גלייבט נישט אין חסידות און רעבעס). און , להבדיל, אן אפיקורס. א כופר בעיקר, ר"ל.
דער ליטוואק (פון בודאפעסט. אדער אפילו פון ווארשע.) וועט זיך נישט דערוואגן צו זאגן אז דער קוה"ק דער בעש"ט זי"ע האט געהאט מאריחואנא אדער אנדערע דראגס אין זיין לולקע. אבער דער אפיקורס און כופר בעיקר פון די שטאט סיגעט, יא...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:58 am
דורך יהושע חיים
וואס האט חשיש מיט כפירה?
וואס האט חשיש מיט עהרליכקייט?
וואס האט חשיש מיט צדקות?
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 9:50 am
דורך נהורא נפישא
ר' בערל, איר ווייסט אפשר נישט פון א גמרא מפורשת, שלשה מרחיבין דעתו של אדם, אשה נאה, דירה נאה, ומריחונאה. די מהרש"א איז טאקע גורס מחריבין דעתו של אדם, אבער ס'איז נישט קיין סתירה, צדיקים ילכו בם ורשעים יכשלו בם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:11 pm
דורך פרייוויליג
ווייסט איינער די קלארע מקור פון נישט אריינלייגן די פינגערס פון איין האנט אין די צווייטער האנט? איז דאס וואר אז שדים פליען אריין אין די פינגערס? עס קרענקט מיך יעדעס מאל. איך וויל דאס שוין איינמאל פאר אלעמען שליכטן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:21 pm
דורך יהושע חיים
עס קומט פון די קריסטן I'll keep my hands crossed איך וועל האלטן מיינע הענט געקרייצט וד"ל
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:29 pm
דורך פרייוויליג
יהושע חיים האט געשריבן:עס קומט פון די קריסטן I'll keep my hands crossed איך וועל האלטן מיינע הענט געקרייצט וד"ל
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
דו רעדסט פון עפעס אנדערש, דאס מיין איך איז מער אלס א וואונטש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:00 pm
דורך געוואלדיג
דא האסטו אפאר מקורות
זוה"ק ויקרא
אבל תא חזי, כל זמנא דבר נש חטי קמיה דקודשא בריך הוא, אית דרגא דאשתמודעא לעילא לקבל האי חטאה, לדיינא ליה לבר נש, ואסתכל (ס"א ואסתכם) עליה, אי תב בתיובתא שלימתא קמי מאריה, אתעבר חוביה, ודינא לא שלטא עלוי, ולא מאטי עלוי, אי לא תב, אתרשים ההוא חטאה לגבי ההוא דרגא, אוסיף למחטי, הא דרגא אחרא אזדמן לקבליה, ואסתכם בדרגא קדמאה, כדין בעיא תשובה יתיר, (ואי לא תב) ואי אוסיף למיחטי, אוסיף דרגא על דרגא, עד דאשלים לחמשה דרגין. כיון דאתתקן ימינא לקבליה, ואסתכם עליה, הא שמאלא זמינא לאסכמא בימינא ולאתכללא ביה, כיון דשמאלא אסתכם בימינא, כדין לא תליא בתשובה, והא אוקמוה, וכדין כלא אסתכמו עליה בדינא, ודינא שריא עליה. וכד דינא אשתלים ושריא עליה דבר נש, כדין אסתיים, ואתתקנו אצבען חמש בגו חמש, ימינא בשמאלא, לאחזאה דהא כלא אסתכמו עליה בההוא דינא, וידוי מתישרן לאחזאה מלה, בלא כוונה דבר נש, ולא יתכוון ביה,
דהיינו ווען א מענטש טוהט דאס שלא בכוונה מיינט דאס אז די חסד און גבורה האבן זיך פאראייניגט אז עס קומט איהם א שטראף,
שער המצות מהאר"י הק' ריש פרשת עקב וז"ל
אסור לאדם לחבר ולשלב אצבעות יחד ימינו עם אצבעות יד שמאלו כמו שנוהגים בני אדם לעשות לפי תומם דרך מקרה, והטעם הוא לפי שהם כוחות עליונים ימיניים ושמאליים ואין לערבם
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:25 pm
דורך פרייוויליג
שוין, האבן מיר נאך אזאך מיט וואס צו זיין שטאלץ אלס א איד.. עס איז זאך וואס קומט אויס אפאר מאל כמעט יעדן טאג צו טאן. שכוח פאר די מקור. ווייסט מען צו מען האט עס אנגענומען איבעראל מיט א ערנסקייט, אדער עס איז בלויז א תורה?
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:22 pm
דורך שלום על ישראל
פרייוויליג האט געשריבן:ווייסט איינער די קלארע מקור פון נישט אריינלייגן די פינגערס פון איין האנט אין די צווייטער האנט? איז דאס וואר אז שדים פליען אריין אין די פינגערס? עס קרענקט מיך יעדעס מאל. איך וויל דאס שוין איינמאל פאר אלעמען שליכטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:24 pm
דורך שלום על ישראל
אז-נדברו.jpg
דוד-ברדא.pdf
חיים-וויטאל.pdf
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:25 pm
דורך געוואלדיג
דו ביסט גוט,
פון וואו איז די קאלעקציע?
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:50 pm
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:דו ביסט גוט,
פון וואו איז די קאלעקציע?
פון מיין דיג'יטאלע ביבליאטעק
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:06 pm
דורך שלום על ישראל
אאפס. געטראפן נאכאיינס.
200973_1527533344_ttt.png
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:07 pm
דורך געוואלדיג
וואו האסטו געסוירטשט פאר די בילדער?
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:08 pm
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:וואו האסטו געסוירטשט פאר די בילדער?
כ'האב עס אמאל אוועקגעלייגט.
זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:22 pm
דורך פרייוויליג
זע איך אז עס האט אויך געגריצעלט פאר שלום על ישראל איבער דעם.. ומי לנו גדול פון הרב אלישב זצ״ל וואס האט לכאו׳ נישט מקפיד געווען דערויף.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך זיך א גוטע קלאוד בעיסד נאוטבוק וואס איך זאל קענען ניצן פון ענדרויד און פונעם קאמפיוטער, איך האב גענוצט OneNote אבער ווען איך שרייב לה''ק אויפן ענדרויד קומען אויס די ווערטער פארקערט,
Evernote ארבעט יא גוט מיט לה''ק אבער איך זעה אז כדי צו קענען האלטן נאוטבוקס אפליין מוז מען צאלן דערפאר,
ווייסט איר עפעס בעסער?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:12 pm
דורך שמערל
איך האב עווערנאוט אויף מיין ענדראויד און עס קאסט נישט קיין געלט, ווי אויך פלעגט איך עס האבן אויף מיין קאמפיוטער אומזיסט.
גוגל דאקס אדער גוגל keep, קען אויך זיין א אפציע.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:26 pm
דורך ירא שמים
אינטערעסאנט מיין עקספיריענס זאגט אז 1 נאוט סאפארט היברו בעסער ווי עווערנאוט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:08 pm
דורך דריידל
ווען איז נולד געווארן די טיטול גאב"ד?
לפי ידיעתי איז די עדה החרדית געווען די ערשטע צו נוצן דעם טיטול פאר זייער רב. ס'ליגט מיר עפעס אין זכרון אז כ'האב עס געזעהן אויף רב בענגיס ז"ל.
ביז תש"ס געדענק איך נישט אז נאך איינער זאל ניצן דעם טיטול. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת אין סאטמאר, האט מען זיך צוגעכאפט דערצי אין באקרוינט די געוועזענע קרית יואל'ער רב אלץ גאב"ד ור"מ. זייט דעמאלטס ווערט עס מער פאפיולער און יעדער העלף דיסענט רב טראגט די נאמען מיט שטאלץ.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:13 pm
דורך ירא שמים
מאת ה׳ היתה זאת מזאל זיי נישט רופן ירושלימער רב!
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
שמעתי אז דאס איז נולד געווארן נאכן ממנה זיין סאטמאר רב אלץ ראב"ד זענען געווען גדולים אינערהאלב די עדה וואס האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט גערעכט צו האבן א רב וואס וואוינט נישט דאהי און איז נישט עכט מעורב בענינים נאר ער מישט זיך בלויז פונדערווייטנס, האט מען אלץ א פשרה איהם ארויפגעריקט צום טיטל גאב"ד (ויש גורסין: מרא דארעא דישראל...) און אויפגענומען א נייע ראב"ד, און ס'איז שוין אזוי פארבליבן די צוויי שטעלעס לדורות.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:46 am
דורך טמיר
פ"וו וויינען מענטשען ביי מושיבי עקרת הבית ווען מען ווייסט ניטאמאל וואס ס'מיינט?
אגב, אין מיין ביהמ"ד דאווענט א יונגערמאן וואס קרעכטצס כסדר ביים דאווענען, מיט בכיות נוראות. האב איך געקלערט wow אפשר זאל איך געבן א קוויטל. ביז איך הער עם איינמאל זאגן "ר' ישמעאל אומר" מיט גענוי די זעלבע בכיות. "כלל ופרט וכלל" און ער צואוויינט זיך...