בלאט 157 פון 213
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 3:17 pm
דורך קל וחומר
דערמאנסט מיר ווען כ'בין געווען אין ישיבה קטנה איז געווען א בחור וואס האט געוואלט זיין הייליג, פלעגט ער זאגן דעם פרים הנשרפים מיט אזא קול של בכי, עד כדי כך אז ד'עולם האט געהאט גרויס מיטלייד מיט די פארברענטע קוהן.
1 מאן לייגט אראפ א גאנצע באנדע פאברעכער איינס ביי איינס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:02 pm
דורך קרעקער
ווייסט איינער וואס ער טוט? קראטי?
ווי אזוי קען איך מיך דאס אויסלערנען?
https://www.youtube.com/watch?v=uqqRLNThgYg
Re: 1 מאן לייגט אראפ א גאנצע באנדע פאברעכער איינס ביי איינס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:25 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
א שטויס בא די ביצים דארף צומאכן די דזאב.
מדארף וויסן ווי זוי אונצוקומען אהין סאיז דא קארסעס פארדעם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:33 pm
דורך פליקער
שוין אמאל פארפירט איבער די נושא
דא
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:43 pm
דורך וכדומה..
[tag]יואב[/tag]
אוואו איז אנטלאפן דער טונקעל הויטיגער היפהאפ מיטן שמוציג געשוירענע בערדעל , און ווער האט באזעצט זיין פלאץ, א טריקענע אלטע מגן דוד מיט א לאך אינדערמיט?
#טראגעדיע
פעטיציע צוריק צוברענגען דעם אלטן יואב בילד
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:52 pm
דורך יואב
וכדומה.. האט געשריבן:[tag]יואב[/tag]
אוואו איז אנטלאפן דער טונקעל הויטיגער היפהאפ מיטן שמוציג געשוירענע בערדעל , און ווער האט באזעצט זיין פלאץ, א טריקענע אלטע מגן דוד מיט א לאך אינדערמיט?
#טראגעדיע
פעטיציע צוריק צוברענגען דעם אלטן יואב בילד
דאס איז נישט סתם א לעכל, נאר דער שלום סימבאל.
אין א צייט וואס אן אומ'יושר'דיגן double standard ווערט געפירט קעגן מדינת ישראל, און דאס איז אין גרויס טייל דער מאדערענער שלייער פאר אנטיסעמיטיזם, שפיר איך שטאלץ מיך צו אידענטעפעצירן מיט דעם אידישן און אזוי אויך ישראל'ס סימבאל.
אין דער זעלבער צייט אבער האלט איך און איך קוק ארויס פאר שלום און רעכטן, ספעציעל אינדעווידועלע רעכטן פאר פאלעסטינער, אפילו אויב דאס זאל מיינען א טייער פרייז.
און איבער יענעם שווארצן בילד פון מיר? אזוי שטארק ווילסטו נאכאמאל זען וויאזוי כ'קוק אויס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:42 am
דורך שבת אחים
קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין די פלינט מישיגיען וואסער קריזיס? אמעריקא וואס פירט די וועלט און מישט זיך אריין שוין די לעצטע זיבעציג יאהר אין כמעט יעדע געפעכט אויף די אנדרע זייט וועלט און זיי זענען בונה ומחריבן פון אנדרע לענדער קען נישט צושטעלן קיין נארמאלע ריינע וואסער סיסטעמעס פאר זייערע אייגענע בירגער? אבער פאר מדינת ישראל האבן זיי 11 מיליאן דאללער צוגעבן יעדען טאג? און פאר נאך הונדרעטער אנדרע לענדער, ביליאנען פאר אפריקע. שווערע ביליאנען ווערן געשווענדעט פאר שטותים און הבלים אבער ווען סקומט צו אונזערע אייגענע בירגער געבן זיי נישט קיין קרעפ? איך זאג נישט אז מ׳זאל נישט געבן פאר אפריקע צי פאר ישראל נישט דעס איז מיין פוינט (אפשר טאקע זאל אמעריקא נישט געבן אבער דאס איז א באזונדערע שמועס) אבער אויב זיי האבן געלט פאר זייערע דריטע קאזינס ווי איז די געלט פאר זייערע אייגענע קינדער וואס הונגערן? וואס איז געשעהן מיט אונזערע פרייאריטס? מרעדט נישט דא אז די גאווערמענט זאל צושטעלן פאר זייערע בירגער פרייע ווייפיי מרעדט דאך דא פון וואסער!!! פשוטע אלד פעשאון וואסער!!! עני וועי, איינע פון די צעהן טויזענט זאכן וואס איך פארשטיי נישט אין אמעריקא!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 12:19 am
דורך טמיר
ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 12:38 am
דורך שלום על ישראל
טמיר האט געשריבן:ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה
א חלק, יא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:22 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'וויל וויסן אויב דודי קאליש האט גענומען די להשיג שיעורים?
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:00 am
דורך קל וחומר
כ'וויל וויסן וויפול pages ס'קומט ארויף ווען @שמעקעדיג קליקט אויף זיינע לייקס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:42 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס שיכור'ט ר' מאטל זילבער פורים קטן און נישט שושן פורים קטן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:35 am
דורך רימון
טמיר האט געשריבן:ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה
יא. קושן די מאמעס הענט ווערט געברענגט אין מגן אברהם בשם האר''י.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:34 pm
דורך טמיר
וואס געשעט אז מ'כאפט א נסיעה'לע מיט ס'ווייב אין א קאר טא גא, און מ'פאקט אריין אפאר קליינווארג אין די בעק, און א פאליציאנט שטעלט דיך אפ?
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:38 pm
דורך קל וחומר
טמיר האט געשריבן:וואס געשעט אז מ'כאפט א נסיעה'לע מיט ס'ווייב אין א קאר טא גא, און מ'פאקט אריין אפאר קליינווארג אין די בעק, און א פאליציאנט שטעלט דיך אפ?
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
כ'גלייב אז קיינער האט עס נאכנישט פרובירט, אבער ס'דא א סברה אז ס'זאל האבן די זעלבע דין ווי איינער וואס לייגט די קינדער אויפן מילך קעסטל אין בעק פונעם סטעישן וואגאן.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:38 pm
דורך Bpjew
Where can i post to rent a cell phone?
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'שוין פארגעקומען די עסקנים אסיפה מיט די פאליציי באאמבטע לכבוד פסח?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:39 pm
דורך Bpjew
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'שוין פארגעקומען די עסקנים אסיפה מיט די פאליציי באאמבטע לכבוד פסח?

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:45 pm
דורך קאווע טרינקער
ביסט זיכער ס'בילד פון היי יאר? כ'בין באזארגט
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:56 am
דורך נולד מאוחר
איז דא אין היסטארי א נישט אידשע אנערקענטע חכם, פילזאף, טראכטער, וואס האט איינגעזען אז הלכהדיגע אידשקייט איז די אמת. און האט אנגעהויבן היטן הלכה ?
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:04 am
דורך [NAMELESS]
אברהם אבינו
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:25 am
דורך נולד מאוחר
.
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:36 pm
דורך פליקער
פארוואס איז טאקע נישטא קיין ענדע גימל אדער ענדע ט