בלאט 157 פון 164
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:34 pm
דורך שושן פורים
Milk shake האט געשריבן:די סטופיד דזשאוק האמיר שוין געהערט פון האראוויץ צוויי יאר, ביז ס'איז געקומען דערצו, בתוך די אנדערע שקרים און "קלארע" באווייזן וואס זענען כלומר'שט דא קעגן וועבערמאן, ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען, אזא סארט אומ'יושר'דיגע פראצעס "מיט קיין ברעקל באווייזן", נאר א ווארט קעגן א ווארט, איז שוין גאר לאנג נישט געווען.
WHAT A JOKE!
צו דו זאלסט מיר יא גלייבן אדער נישט איז דיין טשויס טו וויאזוי דו פארשטייסט, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך קען א וויקטים פערזענליך? ?
דאס אז די קעיס איז געווען מער צו לערנען א לעקציע ווי צו באשטראפן דעם שולדיגן בין איך מסכים, אבער עס נעמט נישט אראפ קיין ברעקל פון זיין קריים
Re: די וועבערמאן סומאטאכע
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:36 pm
דורך petergrifin
האסט געשריבען אז ער - בארי האט פראקטעצירט ביידע זאכן אין אונזערע קאמיונעטי..[emoji15]
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:39 pm
דורך קאך_לעפל
petergrifin האט געשריבן:האסט געשריבען אז ער - בארי האט פראקטעצירט ביידע זאכן אין אונזערע קאמיונעטי..[emoji15]
פרעגט אים זעלבסט, ער וועט דאס אייך נישט אפלייקענען, ער איז נעבאך אזא שי''ן ווא''ו'על, אז ער ווייסט ניטאמאל אז ער דארף זיך גאר שעמען דערמיט!
Re: די וועבערמאן סומאטאכע
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:40 pm
דורך petergrifin
ער האט מאלעסטערט?
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:43 pm
דורך קאך_לעפל
petergrifin האט געשריבן:ער האט מאלעסטערט?
זאג וואס ווילסטו? מען דארף עפעס יעדע זאך ארויסשרייבען ברחל בתך הנאקעטע? מאך דיר אויף פעסבוק און פרעגט אים זעלבסט...
Re: די וועבערמאן סומאטאכע
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:46 pm
דורך petergrifin
אקעי אקעי. שװער צו גלײבן װײל ער קען אויך זײן אין פעקל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:Milk shake האט געשריבן:די סטופיד דזשאוק האמיר שוין געהערט פון האראוויץ צוויי יאר, ביז ס'איז געקומען דערצו, בתוך די אנדערע שקרים און "קלארע" באווייזן וואס זענען כלומר'שט דא קעגן וועבערמאן, ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען, אזא סארט אומ'יושר'דיגע פראצעס "מיט קיין ברעקל באווייזן", נאר א ווארט קעגן א ווארט, איז שוין גאר לאנג נישט געווען.
WHAT A JOKE!
צו דו זאלסט מיר יא גלייבן אדער נישט איז דיין טשויס טו וויאזוי דו פארשטייסט, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך קען א וויקטים פערזענליך? ?
דאס אז די קעיס איז געווען מער צו לערנען א לעקציע ווי צו באשטראפן דעם שולדיגן בין איך מסכים, אבער עס נעמט נישט אראפ קיין ברעקל פון זיין קריים
און אויך א טייל פון די פרטים פון די באשולדיגונגען אויף מר. וועבערמאן זענען געווען אזוי לןעכערליך און הערן זיך אזוי אומגלויבליך אז אויב זיי זאללן אמת זיין וואלט מען געדארפט אזא מענטש פארשיקן אין א מענטל אינסטיטושן, נישט אין דזשעיל. נאר די אלע באשולדיגונגען זענען פשוט אויסגעטראכט פון א קראנקן, בייזוויליגן מח, און שטימען נישט מאטעמאטיש. די איראניע איז, אז מענטשן וועלכע האלטן זיך פאר נארמאלע מענטשן מיט א גראדן שכל קענען אפילו טראכטן פון גלייבן די משוגע'נע פאררוקטע און בייזוויליגע באשולדיגונגען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:11 pm
דורך ראוונע
קאך_לעפל האט געשריבן:נישט חלילה אז עמיצער מיט א געזינטען שכל האלט ח''ו, אז מען דארף דעם ח''ן (חולה נפש) מר דייטש אנצוענפערן ח''ו:
נאר וואס ענגבערט יא איז: אז מיר זענען באשאנקען געווארן גענצליך אומפארלאנגט ,מיט א נייע שטאב פון פארזארגעס.
דער אפפאל פון די אלגעמיינע מענטשהייט, די וואס האבן בחסדי ה' פאלאזט אונזער געזעלטשאפט, און זענען פארנומען טאג און נאכט מיט באשולדיגען יעדעם-איינעם פאר זייער דורבפאל אין לעבן חוץ זיך זעלבסט, זענען מיטאמאל ווארוואנדעלט געווארן אלס אונזער פארזארגערס, זיי זארגן זיך פאר אונזער וואוילזיין. נישטא ווער עס זאל לאכן.
אנגעהויבען פון דעם פארזעניש מאנסטער, און גענדיגט ביים צווייטען פארזעניש דייטש. זיי זענען דא צו פארבעסערן אונזער קומיוניטי, זיי זענען דא צו גוט מאכן דעם סיסטעם...
מען קען דאך וויינען און זיך קייכען פאר געלעכטער.
מר דייטש דיך גייט אן זנות? דיך גיין אן מאלעסטעשען? די ביזט דאך זעלבס דער וואס האט פראקטעצירט די אלע געמיינע אקטיוועטען אין אונזער געמיינדע, די שעמסט דאך נישט? מיינסטו דען די טובה פון דער מענטשהייט? בארי דייטש איז אנטי זנות? נישטא ווער עס זאל לאכען.
דער ארכי-נואף שרייט אז בי אונז איז דא זנות! גראדע זייט די האסט אפגעפעגערט פון אונז, איז די זנות ראטע געפאלען מיט 75%. די צודרייטער דיייטש: קריך אנידער פון אונז! גיי דיר מיט דיין פלונית'טע צו אלע בייזע ריחות..
איך גיי נישט דא פארענטפערען בארי דייטש. איך קען אים נישט אין לכאורה איז ער א פערד שבפערדן
איך ווייס אויך נישט צו די מעשה איז אמת צו נישט (זייער זייער ווייניג מענטשען ווייסען דעם ריינעם אמת וואס דא איז געשעהן אין דעס איז מרת קרויס אין נחמי וועבערמאן. ניטאמאל בארי דייטש ווייסט דעם אמת
אבער צו געבן אזא ענטפער איז קינדעריש
די קענסט רעדן אזוי ווילאנג די האסט נישט אין דיין משפחה איינעם וואס איז מאלעסטעד געווארען. אין איך וואונטש דיר נישט ח״ו עס זאל געשעהן צו קיינעם פון דיין פאמיליע אבער אפשר דעמאלטס וואלסטו אנדערש גערעדט
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:28 pm
דורך קאך_לעפל
איך ווייס נישט וואס די ווילסט.
זיכער דארף מען קער נעמען! אבער ווער דארף נעמען קער? די נואפים און מאלעסטערס זעבלבסט? בבח' אני מחצתי ואני ארפה? די האלסט אפילו איין רגע, אז בארי דייטש מיינט די טובה פון די מענשהייט? די האלסט אפילו איין רגע אז דער מטורף האט שוין געהאט א שלאפ-לאזע נאכט איבער א מאלעסטאציע פאל? וואס וויל דער כלב חוץ פון פייניגען די מענשהייט?
די אלע אפגעפארענע דארפן פון אונז איינמאל פאר אלעמאל אראפ קריכען! מיר דארפן נישט זייער הילף אדער הדרכה אין קיין שום הינזוכט. די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טאן פאר די מענשהייט, איז צושטיין מיילן וויין פון שלומי אמוני ישראל, און איבער בעטען זייערע עלטערען וואס זיי פייניגען און צאפן זיין דאס בלוט.
בנוגע חינוך און עדזשוקעדזשען און די מאלאסטאציע איבלען, לאזט ביטע דאס איבער פאר די מענשטען וואס זענען געאייגענט דערפאר... דייטש איז גארנישט אזוי הייליג, און מאנסטער איז גאר נישט אזוי עדזשאקעטעד, אז זיי זיילן זיין קלאסצעפירט אונז מחנך צו זיין, און אויסראטען די יונגאטשעס מיט די אפענע ריטשראטשעס מתוכינו...
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:34 pm
דורך ראוונע
קאך_לעפל האט געשריבן:זיכער דארף מען קער נעמען! אבער ווער דארף נעמען קער? די נואפים און מאלעסטערס זעבלבסט? בבח' אני מחצתי ואני ארפה? די האלסט אפילו איין רגע, אז בארי דייטש מיינט די טובה פון די מענשהייט? די האלסט אפילו איין רגע אז דער מטורף האט שוין געהאט א שלאפ-לאזע נאכט איבער א מאלעסטאציע פאל? וואס וויל דער כלב חוץ פון פייניגען די מענשהייט?
איך באציה מיך צו די ליניע
דער אפפאל פון די אלגעמיינע מענטשהייט, די וואס האבן בחסדי ה' פארלאזט אונזער געזעלשאפט, און זענען פארנומען טאג און נאכט מיט באשולדיגען יעדעם-איינעם פאר זייער דורכפאל אין לעבן חוץ זיך זעלבסט,
זייער אסאך מאל הערט מען מענטשען זאגען אז וועם גלייבסטו ענדערש, א אפגעפארענע מיידעל אדער א רעספעקטירטער בעה"ב.
דעס איז זייער נאריש. זייער אסאך מאל איז די סיבה פארוואס זיי זעהן ליידער אזוי אויס איז צוליב וואס זיי זענען אדורך. ס'איז א פאקט.
Re: די וועבערמאן סומאטאכע
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 5:46 pm
דורך petergrifin
@ראוונע אויף דעם פונקט אז ''אסאך מאל זעהן זיי טאקע אזוי אויס צוליב מאלעסטעישען'' וואלט איך געוואלט שרייבן א אשכול. נאר איך בין נישט דער וואס וועט עס קענען צולייגען ווי עס דארף.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:49 pm
דורך ראוונע
petergrifin האט געשריבן:@ראוונע אויף דעם פונקט אז ''אסאך מאל זעהן זיי טאקע אזוי אויס צוליב מאלעסטעישען'' וואלט איך געוואלט שרייבן א אשכול. נאר איך בין נישט דער וואס וועט עס קענען צולייגען ווי עס דארף.
איך בין אויך נישט. אבער איינער וואס לייקענט אין דרייט זיך ארום טראמפייטערען אז יא יעדע dropout האט זיך א תירוץ אז מהאט מיך abused לעבט נישט מיטען טרוקענע מציאות
ליידער ליידער איז עס אין אסאך פעלער אמת.
איך גיי נישט זאגען אז סאיז נישט דא קיין dropouts וואס נעמען advantage דערפון אין נוצען עס סתם פאר א תירוץ אבער ליידער ליידער איז עס זייער אסאך מאל די סיבה פאר זייער אויפפיראכטס (סאיז א לענגערע שמועס פארוואס עס איז טאקע אזוי ואכמ״ל)
אין איינער וואס האט עס נישט מיטגעלעבט פון דער נאנט וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 10:11 pm
דורך הקטן
זאגן אז א יעדער Drop out אדער רוב פין זיי זעען אזוי אויס ווייל זיי זענען געווארן מאלעסטעט איז א פראסק פאר די OTD קאמיאנעטי
און די צייט וואס זיי ווילען זאגן אז זיי זענען די וואס לעבן מיט ריעלעטי און אויפגעקלערט מיט שכל הישר און אינז זעמער די פארקוועטשטע זאגסטו אז זיי זענען נעבך קראנק פין דארך מאכן אזא טראמא וואו מאלעסטעשען.
פעלט אויס צו ווערן מעלעסטעט צו קימען צום שכל - אדער האט דאס מער מיט עמאשען און ווייניג מיט שכל
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 10:24 pm
דורך ראוונע
עס אינטערעסירט מיר גאר ווייניג וואס די otd קאמיוניטי האלט איבער זיך
אין איך האב מקדים געווען אז נישט אלע זענען א תוצאה פון מאלעסטעישאן
די מציאות איז אבער אז איינער וואס ווערט מאלעסטעד לאזט עס איבער א שווערע אפעקט אויף אים אין עס קען אויסקלאפען אויף פארשידענע מיני אופנים אינקלאדינג אויף זיין אידישקייט (אין איך האב נישט קיין נערווען אריינצוגיין יעצט אין דעטאלען פארוואס אין פארווען)
אין איינער וואס מאכט דאס אוועק לעבט פשוט נישט מיט reality
דרך אגב סאיז דא א חילוק צווישען otd אין דעי חברה
איך גלייב אז בארי דייטש מיט זיין ווייב היטען אידישקייט עכ״פ שבת נאר זיי האבען איבערגעלאזט די חסידישע וועג פון לעבן vs די otd וואס א גרויס חלק פון זיי זענען אפיקורסים גמורים
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 10:28 pm
דורך הקטן
איך האלט גראדע וואו דו
דו חברה (וואו אזוי די ריפסט דאס) און אויך די otd איז זייער א גרויס חלק ציליב מאלעסטעשען
איך בין פויל אויפציזכען, איך האב שוין אפאר מאל ארויסגעברענגט דא אין ק"ש אז זאגן איך גלייב נישט דעם אדער יענעם ווייל ער איז אפגעפארען מאכט נישט צופיל סענס, און א וועג, ווייל ער איז אפגעפארען גלייב איך אים ענדערשט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:38 am
דורך שבת אחים
כ'קען אייך איין זאך זאגן. אז דער שאלאמאן איז גאר א קליינער חכם. דער פאליסמאן האט אפגעשטעלט יעדן חסידישע איד אין די מאונטעינס כדי זיך נוקם זיין אויף די קאמיונטי, נעבעך זייער נאריש און קינדעריש, ער האט מיך אפגעשטעלט ווען איך בין געוועהן מיט מיינע קינדער אין קאר(שטייצעך פאר גארנישט
) און ער האט מיך באהאנדעלט ווי א קלו קלוקס קלען, ביז איך האב אים געזאגט אז איך בין געוועהן זייער נאנט מיט זיין טאטע ע"ה, און פארפירט א ווארימע שמועס אויף אידיש און פארציילט אז איך בין היינט אויף די אנדערע זייט און איך גיס שוין נישט קיין מים אחרונים וואסער מעהר, האט ער זיך פלוצלינג געטוישט און געווארן מעהר העפליך און מיך געלאזט גיין. אויב ער שטעלט אייך אפּ אין די מאונטעינס זאגט אים אז איר זענט א באהאלטענע אט"ד, שטייצך נאכן צוזאגן א דאללער פארן רמבעה"נ און זאגן לוי יצחק בן שרה סאשע.
א גרויל פון א מענטש, צו נעמען עדווענטידזש ווייל ער איז א גרויסע טאטע פאליס אפצושטעלן סתם מענטשן און מאכן פורים פון אלטע אידן מיט לאנגע בערד ווייל דו האסט פיינט געהאט דיין מנהל, צו דיין כתה ו' רבי האט דיך מעלעסטעט, צו דו האַסט דעם סיסטעם, צו ס'זאל נישט זיין וואס, דארף קיינער נישט זיין דיין שעיר לעזאזל! זאל ער גיין צו א גיטע טערעפיסט און זיך אויסהיילן זיינע וואונדען, לא זו הדרך, דעס איז זייער נעריש און נישט צום זאך, און די גאנצע פאליטיק דא איז א נארישע פייט צווישן דייטש און שאלאמאן איבער דעם קרויס מיידל און נחמי' איז לכאורה די קרבן ליידער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:09 am
דורך ראוונע
טאקע זייער א נארישע אויפירונג אין קיינער בארעכטיגט נישט אזא אויפירונג
די נקודה דא איז צו די סיבה פארוואס זיי זעהן אויס ווי זיי זעהן אויס (נישט וויאזוי זיי פירען זיך אויף) איז בארעכטיגט אדער נישט
אין מיין עיקר כונה איז צו דעי קרויס מיידעל. אויב איז זי באמת געווארען מאלעסטעד איז זי 100% געווען בארעכטיגט צו טון וואס זי האט געטון אין זאל מיר קיינער נישט קומען געבן אזאלכע נארישע תירוצים ווי קרויס זונה וכדומה
לגבי רבי נחמי דארף מען אננעמען innocent until proven guilty (סיי עפ״י חוקי תורה אין סיי עפ״י חוקי המדינה) אין מיט אזא פראצעס ווי ער האט געהאט איז שווער צו זאגען אז סאיז קלאר איבערצייגט געווארען אז ער איז guilty. ממילא וויבאלד קיינער פון אונז דא ווייסט נישט דעם ריינעם אמת לאמיר לאזען דעם אייביישטער עס פירען וויאזוי ער פארשטייט
נ.ב א קאפיטל תהילים לטובת רבי נחמי׳ אז אויב איז ער באמת אומשולדיג זאל זיין אומשולד אויפגעוויזען ווערן אין געריכט שאדט קיינמאל נישט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:38 pm
דורך Kool man
דער שאלאמאן פאליס [נישט געוויסט אז ס'יז איינץ און דער זעלביקער וואס מ'רעט דא] האט אפגעשטעלט מיין חבר, א קאטשעלאפניק חסידיש יונגערמאן, וועגען האלטען א סעל פאון ביים דרייווען, מיין חבר האט איהם געוויזען אז ס'יז א געים-באוי וואס ער האט נאר געהאלפען זיין טאכטער איינשטעקען אין טשארזשער, האט ער איהם דיסמיסד, נישט געגעבען קיין טיקעט, און פריינטלעך אנגעווינטשען א סעיף טריפ, און געזאגט ער זאהל נישט פארגעסען צו זאגען תפילת הדרך...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:25 pm
דורך ראוונע
אלעס ווענדט זיך אין זיין גוסטע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
מיין מיינונג איבער דעם פאליסמאן שאלאמאן, דער געוועזענער היימיש יונגל איז, אז ער נעמט זיין דזשאב צו ערנסט. ס'נישט אז ער האט עפעס שנאה אדער נקמה געפיהלן צו א חסיד'ישן איד. די ניו יארקער פאליס זאללן זיין געזונט (נישט אלע) האבן אזא אויסדרוק, ווען מ'באקלאגט זיך אז א פאליס האט געגעבן א טיקעט פאר א נארישקייט, אדער האטזיך אויפגעפיהרט מאדנע, אז ער איז א "ראאקי". ד.מ. א נייער, אומ'ערפארענער. ער האט נאכנישט קיין פראקטישע עקספיריענס...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:56 pm
דורך שמעקעדיג
דער שאלאמאן האט עפעס מיט וועבערמאן?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:05 pm
דורך גנדי
Milk shake האט געשריבן:די סטופיד דזשאוק האמיר שוין געהערט פון האראוויץ צוויי יאר, ביז ס'איז געקומען דערצו, בתוך די אנדערע שקרים און "קלארע" באווייזן וואס זענען כלומר'שט דא קעגן וועבערמאן, ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען, אזא סארט אומ'יושר'דיגע פראצעס "מיט קיין ברעקל באווייזן", נאר א ווארט קעגן א ווארט, איז שוין גאר לאנג נישט געווען.
WHAT A JOKE!
דערמאנט מיר פון די טיפיקעל סטראטעגיע פאר די לעצטע 50 יאר.
- "די עירוב איז נישט כשר ווייל מען זעהט עס נישט!"
ווייזט אים די עירוב.
קומט און צורייסט די שטריק.
- "די עירוב איז נישט כשר ווייל עס איז צוריסען!"
פאררעכט דעם עירוב און באהאלט די שטריק.
- "די עירוב איז נישט כשר ווייל מען זעהט עס נישט!"
וחוזר חלילה...
- "קיין איין וויקטים איז נישט געקומען עדות זאגן. סאיז א בלבול!"
מען איז מחזק א וויקטים צו קומען עדות זאגן.
קומט אין רייסט אראפ די פרוי אלץ א משוגענע צודרייטע וכו'. און די גאסן, דרשות, פלאקאטען וכו'.
- "די עדות איז נישט כשר ווייל זי איז א משוגענע צודרייטע!"
אלע וויקטימס גייען צוריק אין די לעכער און באהאלטן זיך.
- "קיין איין וויקטים איז נישט געקומען עדות זאגן. סאיז א בלבול!"
וחוזר חלילה...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:06 pm
דורך ראוונע
שמעקעדיג האט געשריבן:דער שאלאמאן האט עפעס מיט וועבערמאן?
ער איז די boyfriend וואס וועבערמאן האט אפגעטיילט פון רביצין קרויס אין איך מיין אז ער האט אנגעהויבען די קעיס אלץ נקמה