בלאט 157 פון 179
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:04 am
דורך מרדכי מרדכי
שמן למאור האט געשריבן:דערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.
יעצט דארף איך ווארטן א גאנצע יאר ביז איך קען עס איבערזאגן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:36 am
דורך שמן למאור
א גאנץ יאר דרייט מיר שוין מיין ווייב א קאפ אז כ'זאל צאמנעמען די סוכה.
אבער קוק ווער לאכט יעצט...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:56 am
דורך וואלווי
שמן למאור האט געשריבן:א גאנץ יאר דרייט מיר שוין מיין ווייב א קאפ אז כ'זאל צאמנעמען די סוכה.
אבער קוק ווער לאכט יעצט...
בעסער לאכן א גאנץ יאר ווי איידער זיבן טעג...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:15 am
דורך יין שרף
די רבי פלעגט זאגן מען זאל מיטנעמען די יו"ט פאר א גאנץ יאר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:31 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:
די רבי פלעגט זאגן מען זאל מיטנעמען די יו"ט פאר א גאנץ יאר
תדורו כעין תשבו..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:02 am
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:תדורו כעין תשבו..
הפוך בה והפוך בה דכולא בה..
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
מה נשמע סוכות בחוץ? 10 פראצענט "ושמחת" בלחש, 10 פראצענט בקול רם "ווען וועסטו בויען וכו'" 80 פראצענט הויעך "רעד שטילער מ'הערט אלעס ארויס...."
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 12:29 am
דורך שמן למאור
א יונגערמאן האט געשטעלט תיקון אין ביהמ"ד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער שטעלט תיקון, האט ער געענטפערט לכבוד זיין שלום בית.
האט אים דער עולם געפרעגט, "אזוי מעכטיג איז דיין שלום בית אז דו שטעלסט תיקון לכבוד דעם"?
האט ער געענטפערט "בכלל נישט! נאר דער שלום בית מאכער האט געזאגט אז מיין שלום בית דארף א תיקון"...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 12:33 am
דורך שמן למאור
א חסיד איז געקומען צו א פריש געווארענע רבי געבן א קוויטל. דער רבי נעמט דעם קוויטל אין האנט און איז זיך מתנצל, "דער טאטע זי"ע הכ"מ פלעגט קענען ליינען קוויטלעך, איך קען ליידער נישט"...
האט זיך דער חסיד אנגעריפן, "איך זע יעצט צוויי גרויסע מדריגות וואס די רבי שליט"א פארמאגט.
1) דער רבי איז א איש אמת.
2) דער רבי איז א יודע מחשבות"...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 8:08 am
דורך פאלאצ'ינטא
ווען איינער איז טויט, ווייסט ער נישט פון דעם, די ווייטאג פילן די משפחה און די חברים
דאס זעלבע איז ווען איינער איז נעבעך משוגע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:30 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א בחור שלאפט אין די סוכה ווען זיין טאטע קומט אריין אין זאגט איהם...
נו, שטיי אויף! דו דארפסט גיין דאווענען!
ענטפערט דער בחור... העוסק במצוה פטור מן המצוה
גייט צו זיין טאטע אין לאזט איהם אראפ צוויי קלינגעדיגע פראסקעס אין זאגט איהם...
המצטער פטור מן הסוכה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:58 am
דורך קהל'ס נער
זאגט מיא איינער אז די ג׳ חמורות וואס איז ביהרג ועל יעבור איז
מאשין מצה, צאנזער טעם הכמוס
וויליאמסבורג עירוב, סאטמערע רבי זכיסעס טעם הכמוס
פרויען דרייוון, היינטיגע בעלזא רביס טעם הכמוס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:10 am
דורך פאלאצ'ינטא
קהל'ס נער האט געשריבן:זאגט מיא איינער אז די ג׳ חמורות וואס איז ביהרג ועל יעבור איז
מאשין מצה, צאנזער טעם הכמוס
וויליאמסבורג עירוב, סאטמערע רבי זכיסעס טעם הכמוס
פרויען דרייוון, היינטיגע בעלזא רביס טעם הכמוס
וואס איז מיט ארטסקראלל גמרא אויף ציוניש? ל"ע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:22 am
דורך פאלאצ'ינטא
נייע רבישע שידוך גשלאסן... זוויהל - ערלוי... זי וויל - ער לא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 2:53 pm
דורך קהל'ס נער
איינער האט די ווערטער פאר די צווה ישועות יעקב ניגון?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 4:51 pm
דורך פאלאצ'ינטא
געוועהן א איד וואס האט גקוועטשט די באנק אין כולל און זיין ווייב האט געארבעט כמנהג עבדים דלעיקוואד. זי האט געמוזט פארען אויף א ביזנעס טריפ פאר צוויי וואכען און נאך אפאר רופט זי די מאן און פרעגט...
וואס הערט זיך דארט ?
אה זאגט דער מאן ב"ה אלס איז גוט. די קינדער האבען זיך צוגעוואוינט צו שלאפען ווען דו ביזט נישט אינדערהיים אלס איז פיין אין רואיג, נאר איין זאך... אונזער קאץ איז געשטארבען... געהארגעט געווארען. די קינדער האבען איהר ארויס גענומען אין גאס און א קאר איז איהר איבער געפארען.
וואס ? שרייט די ווייב דו ביזט אינגאנצען משוגע געווארען? אזוי זאגט מען נישט גוטע נייעס?
וואס האב איך געדארפט טוהן פרעגט די מאן
ערשט וואלסטו געדארפט זאגען אז די קאץ איז ארויף געקראכען אויפ'ן דאך און זי וויל נישט אראפ קומען. און ווען איך רוף א טאג צוויי שפעטער וואלסטו געדרפט זאגען אז דו האסט גערופען די פייער לעשער און זיי פראבירען צו טוהן עפעס... און אזוי צוביסלאך
פיין זאגט דער מאן איך פארשטיי
גוט זאגט זיין ווייב נאר פאר איך לייג אראפ די טעלעפאון וואס מאכט מיין מאמע? איך האב איהר פראבירט צו רופען און זי הייבט נישט אויף
דיין מאמע זאגט די מאן זי איז אויפ'ן דאך
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 5:43 pm
דורך איך הער..
פון אייוועלט

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2023 7:09 pm
דורך אלפא
זיי טענה'ן אז סאטמאר האט נאר איין ניגון "ריליי....",
סקולען האט צוויי, א שנעלע און א שטייטע!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:06 pm
דורך אויסגעהאלטן
לאור המצב אין ארצינו הקדושה האבן די לעיקוואדער ראשי ישיבה מעורר געווען אז מ'זאל מרבה זיין בלימוד התורה, און די וויליאמסבורגער רבנים אז מ'זאל מוסיף זיין אין צניעות:
אפשר איז כדאי אז ס'זאל זיין פארקערט???

Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:50 pm
דורך קהל'ס נער
.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:19 am
דורך היכי דמי
די עולם וואונדערט זיך היתכן די איי-די-עף האט נישט פאראויסגעזעהן די מלחמה.
עס איז אסאך א גרעסערע חידוש אז רב פינטא האט עס נישט פאראויסגעזאגט.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 6:54 pm
דורך פאלאצ'ינטא
היכי דמי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:19 am
די עולם וואונדערט זיך היתכן די איי-די-עף האט נישט פאראויסגעזעהן די מלחמה.
עס איז אסאך א גרעסערע חידוש אז רב פינטא האט עס נישט פאראויסגעזאגט.
דער פראבלעם איז אז די אלע בעלי החלומות וועליכע זעהן אלעס אין חלום זענען אויפגעשטאנען שפעט
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:12 am
דורך פאלאצ'ינטא
25 יאהר נאך די חתונה קומט אהיים א פרוי און טרעפט איהר מאן ווייענען.
וואס גייט פאר? פרעגט זי
דו געדענקסט זאגט ער פאר אונז האבען חתונה געהאט האט דיין טאטע אונז געכאפט צוזאמען טוהן מעשים אשר לא יעשו און ער האט מיר געזאגט אז אדער האב איך חתונה מיט דיר און אז נישט וועט ער מאכען זיכער אז מען זעצט מין איין פאר 25 יאהר
יא יא זאגט זי
היינט זאגט ער וואלט מען מיר ארויסגעלאזט