בלאט 159 פון 213

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:00 am
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איז אזוי, די ווייב מחמת גילטי פילינג פון סווייפן סקארטל כאילו סאיז א געים זאגט מיר היינט, ״שטילע, טרעיט יורסעלפ לכבוד יו״ט באקום עפעס ניי״,
כדארף נישט יעצט קיין נייע בגדים, אבער וואס קען איך טאקע באקומען ניי? כ'וויל מיך טריטן, איינער מיט א געדאנק?


זאג איר אז כוכב טריעט אונז לכבוד יו״ט

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:52 pm
דורך mevakesh
פארוואס האט @הוגה 'ס תגובות צום סוף אפאר ליידיגע שורות מיט א פינטעל?

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:28 pm
דורך הוגה
mevakesh האט געשריבן:פארוואס האט @הוגה 'ס תגובות צום סוף אפאר ליידיגע שורות מיט א פינטעל?


שאלה זו כבר שאלו חכמי ק"ש ונתתרצה כמה פעמים. דוק ותשכח.


.

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
איך טרעף נאר איינמאל www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=175667#p175667

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:36 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס פשט, אז יעדעס מאל די ליסקע רבי גייט צו בחירות
He is "spotted" voting...
?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:49 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט אז יעדעס מאל ס'דא בחירות, ווערט קאווע טרינקער spotted אין שטיבל, בגדול?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
כאטש מיר זענען זיך נוהג גאנץ פסח זיך נישט צו מישן מיט פרעמדע, איז ידוע פון צדיקים אז אחרון של פסח איז אן ענין זיך צו מישן. לאו דוקא מיטן ברודער אדער שכן, אדער טשאקאלאד פון גראסערי, נאר עס ווערט געברענגט אז צדיקים האבן זיך גאר געמישט אפילו מיט די גאר נידריגע שיכטן פון כלל ישראל, און פון הימל איז דא א השגחה מען זאל נישט נכשל ווערן אין קיין דבר איסור.

וויל איך וויסן אזוי,

ביי געוויסע משפחות זענען פאראן אזעלכע וואס זענען מחמיר און עסן נישט קיין אריזאנע ווייץ מצות. וועלן זיי אחרון של פסח יא עסן?

דאקעגן ביי אנדערע משפחות, עסט מען נישט די סאטמארע 82 פלייש צוליב געוויסע חומרות אין הלכה. וועלן זיי מקיל זיין עסן די פלייש אום אחרון של פסח?

אנדערע זענען שטארק נזהר נישט צו נעמען די גע'אסר'טע בעלזע פלייש. וועלן זיי אחרון של פסח זיך מורה היתר זיין און ערלויבן צו עסן א שטיקל בעלזא פלייש?

פאראן אזעלכע וואס עסן נישט געוויסע הכשרים א גאנץ יאר. וועלן זיי אחרון של פסח עס יא אין מויל נעמען? וועלן זיי צב"ש טרינקען קאוקע קאלע?

די וואס זענען זיך מתנזר פון מדינת ישראל, צי איז דאס געוויקסן פון גוש קטיף אדער אנדערע מקומות פון מתנחלים, אדער די הכשר פון רבנות, וכו', צי וועלן זיי דאס אריינלאזן אין זייער שטוב אחרון של פסח?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:30 pm
דורך וזרח השמש
ביז דערווייל איז נאך נישט אחרון של פסח און מישט דיך נישט אריין

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:37 pm
דורך קל וחומר
מעג מען טייפן אין א מעמאו אויפן טעלעפאון אום חוה"מ?

נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 7:19 am
דורך געוואלדיג
יא

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 9:07 am
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:יא

פארוואס איז עס נישט קיין כתיבה?
לגבי שבת איז עס אויך נישט קיין כתיבה?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 9:31 am
דורך זבולון
[tag]שמעקעדיג[/tag]
ארגינעל, אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא מושג פון א הכשר, יעדער איד איז געווען בחזקת כשרות, אלס דער באקאנטער כלל ״עד אחד נאמן באיסורים״ (ועיין רש״י ריש מסכת גיטין).

שפעטער, ווען עס האט זיך אנגעפאנגען מחלוקת׳ן צווישן כלל ישראל, בעיקר לגבי שחיטות, איז געווארן אזא מושג אז מ׳עסט נישט ביי אנדערע. (ועיין בשו״ת אדמו״ר הזקן - סימן ?? אז לגבי די כלים - אפילו בני יומן - זאל מען קיינמאל מחמיר זיין. דאס הייסט אז מ׳טאר נישט זיך אינגאנצן מתנזר זיין פון א צווייטע איד׳ס בישולים, אלס זיין חזקת כשרות).

פסח, האבן כלל ישראל אנגענומען אסאך חומרות, משום חומרא דחמץ, אבער לגבי יו״ט אחרון הקילו. (כמבואר בשו״ת הנ״ל, כמדומה בסימן ו׳ או ז׳).

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 10:51 am
דורך יהושע חיים
מחלוקת ט"ז און רמ"א אויב היינט איז יעדער איד בחזקת כשרות (כמדומה בסימן קט"ו)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 7:07 pm
דורך געוואלדיג
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:יא

פארוואס איז עס נישט קיין כתיבה?
לגבי שבת איז עס אויך נישט קיין כתיבה?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk


שבת איז עס אסור אלס עלעקטעריק, נישט אלס כתיבה

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:11 am
דורך קאווע טרינקער
וואס לייגט אבערלאנדער אריין אין זיין פסח'דיגע מעקוראאנס אזדש כ'קען נישט סטאפן זיי צו עסן?

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:15 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס לייגט אבערלאנדער אריין אין זיין פסח'דיגע מעקוראאנס אזדש כ'קען נישט סטאפן זיי צו עסן?

מיר אויך געווינדערט, וואס איז דער נאסער קלעבעדיגער געמויזאכץ?

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 4:39 am
דורך [NAMELESS]
צו יוצא זיין דעם 'זיך מישן' מיט אלע שיעורים.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 7:46 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]אדנירם[/tag] א לייק מיינט בכלל ביי דיר עפעס? יעדער מאל די שרייבסט א תגובה באווארפט מען דיר.
אלץ וואס פרעג איך? פשוט ווייל איך היט זייער אויף מיין לייקס, כ׳געב נאר ווען כ׳האב באמת הנאה פון איינער אין איך וויל יענער ווייזען אז איך עפרשיעט עיהם, (איך האף אויך אז מלייקט מיר נאר אויפ אזעלעכע אופנים, איך ווער נערוועז ווען מלייקט מיר אין די וועלט אריין), נו, אין טאמער מיין טייערע לייק רעדט בכלל נישט צו דיר, צו וואס ניצן מיינע לייקס?

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
יא, און דאס האט א צווייטער שוין מעיד געווען אויף מיר.

איך האב עס מסביר געווען בטוטו"ד דא.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי, א גראבע מענטש קען אויך ווערן הונגעריג..

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 12:02 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס איז די געלעכעל פון א אייער - נאכן קאכן - מער הייס ווי די ווייסע ארום?

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:45 am
דורך וכדומה..
די גאנצע פעטנס פון די איי ליגט נאר אין די געלעכל און דערפאר ווערט דאס אסאך הייסער.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 10:51 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ווי קען מען קויפן קליינע לג בעומר שיסערס פאר קינדער wholesale?