בלאט 159 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:15 am
דורך פאלאצ'ינטא
געוועהן א גוי וואס האט געהאט אסאך גניבות ביי זיך אינדערהיים. לעבן אים האט געוואוינט א אידל און דער האט קיינמאל נישט געהאט קיין גניבות.

איין טאג פרעגט אים דער גוי, פארוואס ביי מיר איז דא גניבות און ביי דיר קיינמאהל ?

זאגט איהם דער איד, אונז האבען די בעסטע אלארם סיסטעם אין דער וועלט, עס הייסט מזוזה. און ער ווייזט איהם אויף זיין מזוזה.

פרעגט איהם דער גוי אפשר קען איך אויך האבן איינס?

פארוואס נישט זאגט דיר איד. און א טאג שפעטער גיבט ער איהם א מזוזה און לייגט עס ארויף.

א חודש שפעטער, קומט דער גוי צוריק און גיבט איהם אפ די מזוזה נעם עס דיר צוריק עס מאכט מיר קראנק.

וואס איז געשעהן? פרעגט דער איד

ענטפערט דער גוי שוין בעסער צו האבען א יעדער וואך א גניבה ווי א יעדע צוויי מינוט קלאפט נאך א שנארער אויפ'ן טיהר.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:20 am
דורך פאלאצ'ינטא
עס דערמאנט פון דער איד וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטען פון די שנארער האט ער אראפ גענומען די מזוזה און ארויסגעשטעלט א פאמפקין.

יעצט זאגט ער אז איעדער 5 מינוט קלאפט איינער אויפ'ן טיהר פרעגען צו ער וויל פארקויפען זיין הויז

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:13 am
דורך Salford
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:20 am עס דערמאנט פון דער איד וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטען פון די שנארער האט ער אראפ גענומען די מזוזה און ארויסגעשטעלט א פאמקין.

יעצט זאגט ער אז איעדער 5 מינוט קלאפט איינער אויפ'ן טיהר פרעגען צו ער וויל פארקויפען זיין הויז
פאמקין?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:51 am
דורך פאלאצ'ינטא
פאמפקין - Pumpkin

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:44 am
דורך Salford
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:51 am פאמפקין - Pumpkin
Thanks

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:20 am
דורך קהל'ס נער
פארוואס האט מען פיינט פוילע מענטשן? זיי האבן דאך גארנישט געטוהן?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:58 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן: פארוואס האט מען פיינט פוילע מענטשן? זיי האבן דאך גארנישט געטוהן?

הדרא קושיא לדוכתיה, פארוואס איז די ביהמ"ק חרוב געווארן?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:42 pm
דורך קהל'ס נער
די טהענק יו ה׳ מאוומענט איז שוין אין עזה


Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:58 pm
דורך בעל אחריות
דאס איז לכאורה נישט אין עזה, ערגעץ אין ישראל מסתמא,

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:33 pm
דורך [NAMELESS]
פרוי: איך גיי ארויס פאר פינעף מינוט געדענק צו מישן די טאפ יעדע האלבע שעה...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
המשותף בין אתרוג לחתן חדש?

שניהם נמצאים שבוע בצמר גפן ואחר כך השוייגער עושה מהם ריבה!!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:38 am
דורך שמעקעדיג
חיים שיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:37 pm המשותף בין אתרוג לחתן חדש?

שניהם נמצאים שבוע בצמר גפן ואחר כך השוייגער עושה מהם ריבה!!

לאזט דאך אויס א גרויסע עיקר, הגם עס איז שוין ידוע בין אנ"ש,
א חתן זוכט מען אויכעט א מושלם, א הדר, אזוי ווי א אתרוג, מען קוקט אויף יעדן פינטל מיט א פארגרעסערונג גלאז,
נאכדעם שאקלט מען אים (מען טאנצט מיט אים) 7 טעג אזוי ווי סוכות מיט'ן אתרוג,
און נאכדעם מאכט מען פונעם קאמפאט!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:19 pm
דורך כרם זית
ווי אזוי ריפט מען birth control בלשון המקרא?

כדיר-בנות.

( ע''פ קהלת יב יא, ומדדרש תנחומא בהעלותך טו א.)

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:51 am פאמפקין - Pumpkin
פאלאצ'ינטא: דאס דערמאנט מיך א מעשה. (שוין איינמאל ערנסט. גארנישט פאר מילתא דבדיחותא).

ווען ס'איז ארויסגעקומען א גזירה אין פוילן/רוסלאנד אקעגן דעם אידישן חינוך. האבן די רבנים באשלאסן אז מ'זאל שיקן א דעלעגאציע פון חשוב'ע פערזענליכקייטן און רבנים צו די רעגירונג כדי אפצושרייען די גזירה. דער חפץ חיים האט זיך אויך אנגעשלאסן אין די דעלעגאציע. האט זיך איינער אנגערופן אז אפשר וואלט נישט כדאי געווען אז דער ח"ח זאל מיט גיין מיט די דעלעגאציע ווייל ער קען נישט רעדן א געשליפענעם רוסיש. דער ח"ח האט געזעהן אז ס'טומלט זיך האט ער זיך אינטרעסירט איבער וואס ס'איז דער מדובר. ווען מ'האט אים פארציילט האט ער זיך אנגערופן מיט א שמייכל..."איך וועל ענק פארציילן א מעשה'לע פון דער אלטער היים... אמאליגע צייטן, אין די קליינע שטעטלעך איז געווען א "מנהג" אז ווען ס'האט (ח"ו) אויסגעבראכן א פייער. און קיין ארגאניזירטע פייערלעשער זענען נישט געווען. איז ארומגעגאנגען א מענטש און ער האט געשריגן "פאזשאר"... Pozhar...וואס מיינט א פייער. און א יעדער איז געקומען העלפן לעשן דעם פייער...איז געווען אמאל א מענטש , ווען ס'האט אויסגעבראכן א פייער האט ער געשריגן...Fozhar...רופט זיך אן א מענטש (אן אויבער חכם)...דו זאגסט נישט גוט. מ'דארף זאגן "פאזשאר"...האבן איהם די אנדערע מענטשן אנגעשריגן...ס'נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט. אויב ס'ברענט א פייער דארף מען רופן לעשן...והנמשל מובן מאליו. אז ס'ברענט א פייער רופט מען לעשן. אפילו ס'איז נישט לויט'ן גראמאטיק...!

לענייננו: צי מ'שרייבט פאמקין אדער פאמפקין איז נישט קיין חילוק. דער דזשאוק איז געלונגען. א יעדער האט באקומען דעם מעסעדזש.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 10:38 pm
דורך איך אויך
הער איך אז די איזרעליס סטראשענען אויב די חותים פון תימן הערן נישט אויף צו שיסן מיסלס גייען זיי צוריק שיקן ר' אמנון יצחק אהין.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:25 am
דורך פאלאצ'ינטא
א שנארער פון ארץ ישראל גייט צו צו איינער אין בית מדרש...

איך קום יעצט פון מאה שערים, האסט שוין געהערט אמאהל פון דעם?

זאגט ער, איך קום יעצט פון די ארבעט, האסט שוין געהערט אמאהל פון דעם?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:49 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער ווייסט אפשר פון א גוט'ן הענדימאן וועליכע קען פארעכטען אפלייענסעס? (Appliances)

מיין וואש מאשין איז געווארען א רבי, ער דרייט זיך און דרייט זיך, מאכט מאדנע קולות אבער ער ארבעט נישט

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:59 pm
דורך כספי
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:38 am
חיים שיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:37 pm המשותף בין אתרוג לחתן חדש?

שניהם נמצאים שבוע בצמר גפן ואחר כך השוייגער עושה מהם ריבה!!

לאזט דאך אויס א גרויסע עיקר, הגם עס איז שוין ידוע בין אנ"ש,
א חתן זוכט מען אויכעט א מושלם, א הדר, אזוי ווי א אתרוג, מען קוקט אויף יעדן פינטל מיט א פארגרעסערונג גלאז,
אויך ביי ביידע זוכט מען א פלעק וואס מ'וויל נישט טרעפן


נארמאל ווען מ'זוכט עפעס וויל מען עס טרעפן, אבער ביי אן אתרוג און א אנגעטראגענער בחור אדער מיידל, זוכט מען די חסרונות - וואס מ'וויל נישט טרעפן

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:39 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די חילוק פון א ליטפישע שבע ברכות און א ליטפישע לויה?
א סעלצער באטל!!!!!!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קומט אריין צו א גאליציאנער איד אין דערהיים, זעהט ער אויפן טיש ליגט בשמים.
פרעגט ער אים וואס איז דאס?
זאגט ער, ס'איז דאך זייער מענטשליך און אידישלעך אז ווען א מענטש קומט אריין זאל מען אים מכבד זיין מאכן א ברכה...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:41 am
דורך פאלאצ'ינטא
היינט געהערט א גוט'ס פון מיין זוהן.

א איד קומט צו א רבי און וויינט פאר א ברכה פאר קינדער. דער רבי פרובירט זיך ארויסדרייען.

נעמט דער איד ארויס א פעקל און לייגט אראפ אויפ'ן טיש 20 אלפים קעש און זאגט צום רבי'ן...

נאדיר 20 אלפים אבער אויב ביז א יאהר האב איך נישט קיין זוהן דארפסטו מיר צוריק באצאלען די גאנצע 20 אלפים.

און... 9 חדשים שפעטער... ווינדער איבער ווינדער... ער האט געהאט א אינגעלע.

איז דער גבאי געלאפען דערציילען דער רבי פון דער גרויסער נס.

זאגט דער רבי, עס איס גארנישט קיין נס, נאר אין הימען האט מען געוויסט אז עס איז אסאך גרינגער איהם צו געבען א קינד ווי איך זאהל באצאהלען 20 אלפים

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:22 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אן ענליכער מעשה האב איך געהערט אז דער רבי האט צוגעזאגט פאר דעם איד א קינד און נאך א יאהר לאדינט ער איין דעם רבי'ן צו די וואך נאכט.

דער רבי קומט אן מיט'ן גרויסען טילופ און די זילבערנע שטעקען. ער קומט אריין און גיבט עס איבער פאר דער אינגערמאן און לייגט עס אריין ביי זיך אין שלאף צימער.

דער רבי גיבט א קוק און באמערקט אז אלעס אין טונקעל און קיינער איז נישט דא.

פרעגט ער וואו איז די וואך נאכט ?

זאגט דער איגערמאן וואס עפעס וואך נאכט ? איך מאך נישט א וואך נאכט

זאגט איהם דער רבי דאן גיב אהער מיין טילופ מיט די זילבערנע שטעקען

ענטפערט דער אינגערמאן ווען איך גיי האבען א קינד וועסטו זיי צוריק באקומען

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 7:11 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:41 am היינט געהערט א גוט'ס פון מיין זוהן.

א איד קומט צו א רבי און וויינט פאר א ברכה פאר קינדער. דער רבי פרובירט זיך ארויסדרייען.

נעמט דער איד ארויס א פעקל און לייגט אראפ אויפ'ן טיש 20 אלפים קעש און זאגט צום רבי'ן...

נאדיר 20 אלפים אבער אויב ביז א יאהר האב איך נישט קיין זוהן דארפסטו מיר צוריק באצאלען די גאנצע 20 אלפים.

און... 9 חדשים שפעטער... ווינדער איבער ווינדער... ער האט געהאט א אינגעלע.

איז דער גבאי געלאפען דערציילען דער רבי פון דער גרויסער נס.

זאגט דער רבי, עס איס גארנישט קיין נס, נאר אין הימען האט מען געוויסט אז עס איז אסאך גרינגער איהם צו געבען א קינד ווי איך זאהל באצאהלען 20 אלפים
את הבדיחה שמעתי ממורי ורבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א.