בלאט 160 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:17 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין דער בית מדרש וואו איך דאווען דאווענט דארט א כהן אן עלטערע איד א שטיקל תענית חלום.
איך האב איהם געפרעגט אמאהל צו ער פארשטייט פירוש המילות
זיכער זאגט ער
נו פרעג איך איהם וואס איז די טייטש, ויחונך? ביים דוכענען
און איך וועל זיי דערווערגען זאגט ער, און לייגט צו עס איז פון דער שורש חנק
געוואלד! פרעג איך איהם און דאס איז א ברכה?
יא א וודאי ענטפערט ער, ביי ויחונך האב איך אינזין די גוים
Re:
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:07 pm
דורך כספי
תרמב האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:40 pm
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....
די וועלט זאגט אדם ובהמה מיך מיט מיין ווייב תושיע ה' זאל דער באשעפער העלפן.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:06 pm
דורך שמן למאור
א איד האט זיך אמאל אויסגעדריקט:
די שכינה רוהט צווישן מיינע צוויי איידעמער.
האט מען איז געפרעגט, וואס איז פשט?
האט ער מסביר געווען, עס שטייט אין פסוק:
"לא לנו ה' לא לנו"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:20 am
דורך שמן למאור
אן איידעם האט זיך אויפגערעגט אויף זיין שווער און געשריגן אויף אים, "דו ביסט א משוגע'נער!
זאגט אים דער שווער, "זאג כאטש "איר זענט א משוגע'נער".
זאגט דער איידעם, "דו מיט איר זענען משוגע'נערס"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:09 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך בין אמאהל געוועהן ביי א שמחה מיט א חבר אין א ליטוויש געגענט. דער בעל קורא איז געקראכען אזוי אויף די נערווען אז מען האט געקענט פלאצען.
איעדער טראפ האט ער אזוי אויסגעקוועטשט אז מען האט געקענט מאכען דז'וס פון דעם. און אויב ער האט פארפעלט א טראפ האט ער איבער געליינט דער גאנצער פסוק.
נאכען לייענין גייט צו צו איהם מיין חבר און פרעגט איהם, זאג נאר, איז עס אמת אז דו ביזט א וועדז'יטעריען? איינער וואס עסט נישט קיין פלייש?
יא ענטפערט ער אבער פון וואו האסטו געוויסט?
ווייל איך האב געוויסט זאגט ער אז דאס קען נישט זיין דיין איינציגע משוגעת.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:58 pm
דורך שמן למאור
אונזער בעל קורא ליינט ממש ווי א שיכור.
ער לאזט נישט אויס קיין איין טראפ.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:52 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב גענומען מיין אינגעלע אין חדר זעה איך ווי א אינגערמאן ברענגט זיין קליין אינגעלע אין ישיבה דער ערשטער מאהל. הער איך ווי דער אינגעלע פרעגט זיין טאטע, טאטי? ווי לאנג דארף איך גיין אין ישיבה?
ביז דו ביזט 18 יאהר אלט ענטפערט זיין טאטע
אבער פרעגט דער אינגעלע מיט טרערען אין די אויגן דו ביזט זיכער אז דו וועסט געדענקען מיר קומען אפנעמען?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:03 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א חבר מיינע האט מיר געבעטען מפרסם זיין.
ער האט געקויפט 2 טיקעטס צום סופער באול שפיל (Super Bowl בלע"ז) און האט נישט געכאפט אז עס איז די זעלבע נאכט ווי זיין חתונה.
ער זוכט איינער זאל איהם איבערנעמען.
די חתונה וועט זיין אין קאנטינענטאל האלל. זי גייט זיין דער מיט'ן ווייסע קלייד.
אה איהר נאמען איז שפרינצא.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:13 pm
דורך צוויי
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:20 am
אן איידעם האט זיך אויפגערעגט אויף זיין שווער און געשריגן אויף אים, "דו ביסט א משוגע'נער!
זאגט אים דער שווער, "זאג כאטש "איר זענט א משוגע'נער".
זאגט דער איידעם, "דו מיט איר זענען משוגע'נערס"...
משוגענער'ס אדער משוגעים? ....
טשאלענט_אדער_טשולנט#
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:42 pm
דורך קידוש
ווען קארס האבן צום ערשטן מאל אנגעהויבן קורסירן אויף די ראודס, זענען די אקסן און פערדן געקומען מיט א שטארקע טענה צום רבש"ע: "היתכן מ'לאזט אזוינס צו?! מיר האבן א חזקה פון איבער 3000 יאר צו זיין די וואס פירן די קארעטעס און זיין די ליעדינג פיגורן אויף די וועגן! יעצט נעמט מען עס צו פון אונז! גיוואלד!"
בארואיגט זיי השי"ת: "אויף מיין עהרן ווארט, די אקסן און פערדן וועלן אייביג פארבלייבן אויף די ראודס, ועל פיהם ישק כל עמי"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:29 pm
דורך תשפג
דעי וואך וועלן די פרויען געוואר ווערן ווילאנג ס׳נעמט באמת די דאווענען פרייטאג צונאכטס.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:34 am
דורך ערנסטגערעדט
א גאליציאנער איד׳ס ווייב האט זיך צו אים אפגערעדט אז סאיז גארנישט דא צו עסן אין פרידזשידער
ביזט זיכער? יא! זאגט זי
עפעס א אלטע טאמעיטא איז נישטא דארט?
ניין! זאגט זי סאיז ממש ליידיג!
נו אפשר נעמסטו דעמאלסט ארויס דעם לייט-באלב?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:59 am
דורך [NAMELESS]
און דאס איז נאך ערנסט גערעדט....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:46 am
דורך פאלאצ'ינטא
דער גמרא דעציילט אין מסכת תענית דערציילט אז עס איז געוועהן איינער וואס האט געהייסען רב יוסי דמן יוקרת וועליכע האט געהאט א חמור רענטינג ביזנעס. ער פלעגט פארדינגען חמורים און ווען דער פארדינגער האט גע-ענדיגט האט ער געדארפט אריילייגען 50 שקלים אין דער זעקעל וועליכע איז געהאנגען אויף איהם און דער חמור איז אליין אהיים געגאנגען. אויב מען האט געלייגט צו ווייניג אדער צו סאך האט דער חמור זיך נישט גערירט פון ארט.
פרעגט הרב עובדי' יוסף זצ"ל מילא צו ווייניג פארשטיי איך, מען האט געדארפט געבען 50 און ער האט געלייגט 49. אבער מער? מען האט געדארפט לייגען 50 און ער האט געגעבן 52 אדער 55 וואס איז אזוי שלעכט? אפשר גיבט ער דיר א טיפ?
זאגט רב עובדי' זצ"ל פון דא לערענט מען ארויס אז דער וואס נעמט נישט א טיפ איז א חמור
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:27 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער גייט צו א בעיסבאל געים און דארט וואו די טייערסטע זיצען זענען זעהט ער אז עס זיצט דארט איינער און נעבען איהם איז דא א ליידיגע זיץ.
גיבט ער איהם א פרעג... זאג נאר? דער זיץ איז ליידיג?
יא, זאגט ער,
פארוואס, פרעגט ער, וואלט איינער געקויפט א זיץ און עס נישט גענוצט?
רופט זיך דער אידל וואס זיצט דארט, עס איז מיין זיץ און איך האב עס געקויפט פאר מיין ווייב. זי איז אבער נפטר געווארן.
אוי אנטשולדיגט, זאגט ער, אבער האסטו נישט געקענט טרעפן איינער זאהל מיט קומען מיט דיר? למשל א חבר, א קרוב, איינער פון די קינדער?
ניין זאגט ער, זיי זענען אלע ביי די לוי',
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:25 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: ווען זי לעבט וואלט זי זיך פאר דעים אליין גע'גט...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:27 am
דורך קהל'ס נער
זאג האסט טאקע אויפגעגעסען א גאנצע פעקל פאטעיטא טשיפס?
ניין, איך האב נאר געגעסען 20% דערפון, די איבריגע איז געוועהן לופט….
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:12 pm
דורך פאלאצ'ינטא
יעצט געהערט איינס פון'ם יארמער רב שליט"א
א שנארער קומט אריין אין בית מדרש גיין נאך געלט. ער גייט צו, צו איינעם... צדקה!
דער איד לייגט ארויף די האנט אויף די אויגען און פאנגט אן... שמע ישראל השם אלוק***
דער שנארער גיבט א שריי... ר' איד! עס איז פיקוח נפש!
רופט זיך אן דער איד... אה פיקוח נפש, מעג איך אויסרעדן... איך גיב דיר נישט קיין געלט....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:32 pm
דורך קהל'ס נער
ס׳געוועהן א מלמד וואס האט געטויגט אויף כפרות און מען האט עים גע׳פייערט.
ער איז זיך געגאנגען אויסוויינען צי זיין רבי, האט עים די רבי גע׳עצה׳ט אז ער זאל ווערן א מינקת, א מינקת? איך קען דאך נישט זאגט דער איד, ענפערט די רבי זיין א מלמד קענסטו אויך נישט….
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:00 pm
דורך שמן למאור
א יונגל האט געגעסן א סנעק אינמיטן קלאס, די מלמד האט זיך צובייזערט און געשריגן אויפן יונגל, "ברענג שוין אהער דאס פעקל"!
די יונגל גייט צו צום מלמד און שטעקט אריין זיין האנט אינעם בעג, ער נעמט ארויס א האנטפול פון סנעק און לייגט עס אראפ אויפן מלמד'ס טיש.
די מלמד נעמט זיך שרייען "געב שוין אהער די גאנצע זאך"!
די יונגל ענטפערט רואיג'ערהייט, "ווען דו וועסט ענדיגן דאס וועסטו באקומען נאך"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:03 pm
דורך שמן למאור
צוויי שוויגערס זענען געקומען צום רב פאר א דין תורה.
זיי האבן מיטגעשלעפט א אינגן בחור'ל. איינער האט געשריגן דער בחור איז דיין איידעם, און די אנדערע האט געשריגן, ניין, ס'איז דיין איידעם!
האט דער רב געזאגט ס'נישטא קיין ברירה, מען וועט מוזן נעמען א גרויסן שווערד און צושניידן די בחור אויף העלפט און יעדער וועט באקומען האלב.
האט איין פרוי געזאגט יא! דאס איז א גוטע איינפאל!
די אנדערע פרוי האט געזאגט ניין! נישט צושניידן! ענדערש וועל איך נעמען די גאנצע!
האט די רב גע'פסק'נט אז דער וואס האט געהייסן צושניידן, דער איז די עכטע שוויגער...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:30 am
דורך פאלאצ'ינטא
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:32 pm
ס׳געוועהן א מלמד וואס האט געטויגט אויף כפרות און מען האט עים גע׳פייערט.
ער איז זיך געגאנגען אויסוויינען צי זיין רבי, האט עים די רבי גע׳עצה׳ט אז ער זאל ווערן א מינקת, א מינקת? איך קען דאך נישט זאגט דער איד, ענפערט די רבי זיין א מלמד קענסטו אויך נישט….
ביים ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געוועהן א ענליכער מעשה. ער האט אמאהל געזעהן א אינגעלע אויפ'ן גאס ווייענען. איז ער צוגעגאנגען צו פרעגען וואס איז געשעהן?
האט דער אינגעלע גע-ענטפעט אז זיין רבי אין חדר רצח'ט איהם אן די ביינער אן רחמנות
איז דער ליובאוויטשער רבי צו געגאנגען צום מלמד אן עלטערער איד און געפרעגט, פאר איהר זענט געווארען א מלמד, וואס האט איהר געטוהן?
האט ער געזאגט אז ער איז געוועהן א שוחט
האט דער ליובאוויטשער רבי איהם געזאגט...
שוין ווער אויס מלמד און ווער צוריק א שוחט...
עס איז אסאך בעסער דו זאלסט שחט'ן בהמות, אנשטאט קינדער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:20 pm
דורך נפה
שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:03 pm
צוויי שוויגערס זענען געקומען צום רב פאר א דין תורה.
זיי האבן מיטגעשלעפט א אינגן בחור'ל. איינער האט געשריגן דער בחור איז דיין איידעם, און די אנדערע האט געשריגן, ניין, ס'איז דיין איידעם!
האט דער רב געזאגט ס'נישטא קיין ברירה, מען וועט מוזן נעמען א גרויסן שווערד און צושניידן די בחור אויף העלפט און יעדער וועט באקומען האלב.
האט איין פרוי געזאגט יא! דאס איז א גוטע איינפאל!
די אנדערע פרוי האט געזאגט ניין! נישט צושניידן! ענדערש וועל איך נעמען די גאנצע!
האט די רב גע'פסק'נט אז דער וואס האט געהייסן צושניידן, דער איז די עכטע שוויגער...
עס דארף גיין מיט אז זיי האבן מיטגעברענגט א שנור
עיין
רמב"ם א"ב כב ט אז א שוויגער האט פיינט איר שנור און
קידושין דף יב ע"ב רש"י ד"ה ועל חתנה אז זי האט ליב איר איידעם (ואולי דאס אליינס איז צושניידן)