בלאט 17 פון 18
Re: ספרים חדשים
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז אמת, עס איז נישט קיין חלום

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:50 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז אמת, עס איז נישט קיין חלום

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די הערות זענען נאך בעסער ווי די חיבור אליינס.
בעצם, איז דאס א ווייט קוקענדע אינוועסמענט. ווייל אויב ער קען אנהאלטן די קאפירייט אין די ווייטע עתיד, וועט ער אייביג זיין דער עקסקלוסיוו אוטאריטעט אויף מנהגי האדמורי"ם, וואס זעלבספארשטענדליך וואקסט גג על גג משנה לשנה.
געראנטיד מיליאנער...
Re: ספרים חדשים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:32 am
דורך חוקר ודורש
ענדליך
IMG_4847.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
לרגל יומא דהילולא הארבעים כ"ו אב תשע"ט לפ"ק יצא לאור ספר חידושי תורה על התורה ומועדים
מאת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע
רובם ככולם רואים אור הדפוס לראשונה
מרשימותיו של הר"ר שמואל אבערלאנדער ז"ל
ספרים חדשים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:50 pm
דורך חוקר ודורש
אונטערסאנט אז די סיבה די נייע ספר אויפן צעהלימער רב הייסט ״דמות תבניתו״ איז ווייל קודם שטייט ״בצלם״-בצעהלים-דמות תבניתו..
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:05 am
דורך [NAMELESS]
חוקר ודורש האט געשריבן:אונטערסאנט אז די סיבה די נייע ספר אויפן צעהלימער רב הייסט ״דמות תבניתו״ איז ווייל קודם שטייט ״בצלם״-בצעהלים-דמות תבניתו..
Sent from my iPhone using Tapatalk
די שטאט צעהלים האט מען גערופן צלם טאקע דערפאר ווייל אויף די לשונות העמים הייסט דאס ווי א קרייץ. ד.ה. צעהלים איז די לשון הקודש'דיגער נאמען.
ספרים חדשים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:52 pm
דורך חוקר ודורש
א הערליכע נייע ספר פונעם באקאנטן חוקר ומשכיל הרב מלך שפירא ני״ו, ווי ער ברענגט צוזאמען תשובות אויף פארשידענע שאלות און אלע ענינים, וואס ער האט דורכאויס די יארן אנגעפרעגט רבנים און אנשים חשובים פון הרב שלמה אבינר ביז רבי בנציון יאקאבאוויטש.
IMG_5051.JPG
IMG_5050.JPG
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:01 pm
דורך חוקר ודורש
איך האב עס געזעהן אין ביגעלאייזן
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:53 pm
דורך איך אויך
מלך שפירא האט הוראה?
Re: ספרים חדשים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:01 pm
דורך חוקר ודורש
איך אויך האט געשריבן:מלך שפירא האט הוראה?
יא, פונעם בעל רבבות אפרים
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הוראה פון א חדר מלמד? איך האב אויך הוראה פון מיין חדר מלמד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:56 pm
דורך חוקר ודורש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הוראה פון א חדר מלמד? איך האב אויך הוראה פון מיין חדר מלמד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הגאון ר׳ אפרים גרינבלט איז געווען א חדר מלמד? ער האט משמש געווען ברבנות און געווען א באוואוסטע פוסק
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, ער איז געווען א חדר מלמד. זיין פעטער להבחל"ח ר׳ נטע איז דער רב
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 7:03 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה אז אין וויקיפדיה טוט זיך אויך א טענה'ריי איבער דעם גדלות זיינער.
https://en.wikipedia.org/wiki/Talk:Ephraim_Greenblatt
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאר מעורר צו זיין, הרב גרינבלאט ז"ל איז נישט קיין קלענערע ת"ח ווי אסאך נותני היתר הוראה. נאר וויבאלד געווענדליך נעמט מען הוראה אדער פון א רב וואס איז משמש ברבנות אדער פון א ראש ישיבה\כולל ביי וועמן מ'האט געלערנט, דעריבער איז עס מאדנע און א שטיקל סימן ווען מ'באקומט היתר הוראה פון איינער וואס דינט אלס א חדר מלמד.
פשעווארסק
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 10:31 am
דורך ואאלפך בינה
וויסט עמעצר אויב די נייע ביכל אויף פשעווארסק איז פארלעסליך א איד פארציילט מיר איבער א מעשה וואס ווערט געברענגט בשמו אינם ביכל אז ער האט עס קיינמאל נישט פארציילט!!
פשעווארסק
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 10:37 am
דורך [NAMELESS]
קענענדיג אביסעל די זאך איז מיר קלאר אז די מחבר האט זיכער נישט געהאט א ציל דא צו בלאפן ער האט בלויז ארגינעל אפגעשריבן אלעס וואס ליגט איהם אין זכרון און א מענטש איז דאך א מענטש !
ספרים חדשים
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 11:05 pm
דורך חוקר ודורש

א הערליכע נייע ספר פון רבי אמנון בזק א מגיד שיעור אין ישיבת הר עציון, וועגן אלע שאלות וואס איר האט אויף תורה שבעל פה און אויף די גמרא

די זעלבע האט ער שוין געמאכט אויף תורה שבכתב ווי ער רעדט וועגן די שאלות פון די וואס זענען עוסק אין ביקורת המקרא און ווי אזוי זיך איין עצה צו געבן דערמיט אזוי אויך מיט אנדערע קשיות, זייער גוטע ספרים וואס לוינט זיך צו דורכליינען
Sent from my iPhone using Tapatalk
ספרים חדשים
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 11:22 pm
דורך חוקר ודורש

א שיין נייע ספר אויף הגה״צ רבי קלמן וועבער אב״ד פישטיאן, געשריבן דורך הסופר מהיר ר׳ אליעזר אבראמאוויטש (וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיטן שרייבען דעם שיינעם בוך ״רבה דעמיה״ אויפן נייטרא רב בעל נאות דשא) צוזאמען מיט החוקר דובעריש וועבער, דער פישטיאנ׳ער רב איז געווען א באקאנטע נאמען און איז געווען די נשיא פון די לשכת הארטאדאקסען אין מדינת סלאוואקיי, די ספר האט אסאך אונטערסאנטע עפיזאטן און היסטאריע פון זיין תקופה בנוגע די אידישע לעבן, אזוי אויך ווערט געשריבען באריכות זיין קשר מיט די אגודה און זיין התנגדות צו די ציוניסטישע באוועגונג. אז איר ווילט זיך באקענען מיט א אונגערישע רב מתלמידי תלמידיו פונעם חת״ס, און וואס איז ״נישט״ געווען קיין קנאי ווי סאטמאר רב צו ווי דער מעשי למלך פון ווייצען וכו׳ דאן ליינט די בוך
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:34 pm
דורך טובי געלד
און די אגרות מאן מלכי רבנן איז דא א בריעף פון דר' ראבינער חיים ראפאפרט וואס איז מבזה הרה"ג רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א חוב למחות על זה בזיון ת"ח רופט אים אן מיט שפאט ווערטער ואסור לשתוק
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א נייעם ספר ארויס געקומן פון א יונגערמאן פון ירושלים, ומקורו בליקווד, א זון פון איינער פון די אנגעזענער יונגעלייט אין ב.מ.ג. וואס לערנט שוין דארט מסתמא זעכציג יאר.
דער יונגערמאן האט צוזאמען געקליבן א ריזיגע צאל מימרות און תורות פון גדולי ליטא על סדר הפרשיות, און עס איז זייער געשמאק. אלע ווערטליך וואס דרייען זיך אין ישיבות, מיט נאך א סאך מער, זענען דארט.
Ad_╫נ╫¿╫צ╫ש ╫פ╫£╫ס╫á╫ץ╫ƒ AZ-10336_H_no crop marks10241024_1.jpg
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 3:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויף פרשת וזאת הברכה, ברענגט יענער מחבר א תורה פון רבינו אביגדור בן חיים אב"ד פינסק מגדולי הרבנים בתקופת הגר"א מווילנא.................
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 4:49 pm
דורך נהורא נפישא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף פרשת וזאת הברכה, ברענגט יענער מחבר א תורה פון רבינו אביגדור בן חיים אב"ד פינסק מגדולי הרבנים בתקופת הגר"א מווילנא.................
דער מושחת אביגדור איז געווען מגדולי המוסרים און א שונא מובהק פאר חסידים ער האט געברענגט אז מען זאל איינזעצן אין תפיסה הגאון הקדוש רבינו הגר"ז בעל שו"ע הרב. מ'פארציילט אז סוף ימיו איז ער געווען א שיכור וואס האט זיך געוואלגערט אין די גאסן.