קוק דא וואס איינער האט געשרייבען ווי אזוי די עסקנים האבן עם גדרייט א קאפ
viewtopic.php?f=24&t=13541&start=50
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 19, 2020 3:31 pm
איך האב יעצט געהערט אביסל פון די מעשה מיט הרב קענטאר.
הרב קענטאר איז א בן שמונים וחמש, און ער איז אריין יענעם טאג קיין מאנהאטען אויף א דאקטאר'ס וויזיט. ווען ער איז אהיים געקומען האט אן עסקן פון סקווער זיך געוואלט טרעפן מיט אים וועגן די וויכטיגע נושא, און זיין זון וואס האט אויפגעהויבען די טלפון געזאגט פאר'ן עסקן אז ער איז יעצט נישט געזונט, קום אן אנדערן צייט. ווען יענער האבען דאס געהערט האבען זיי גלייך פארשטאנען אז יעצט דארפען זיי ערשט קומען, און זיי זענען טאקע געקומען.
זיי האבען געזאגט פאר הרב קענטאר אז הרב דוד פיינשטיין שליט"א וויל נאר אונטערחתמ'ן מיט די מאנסי רבנים, און ממילא זאל ער חתמנ'ן. זייענדיג שוואך פון די נסיעה און די פרעשור וואס מ'האט געלייגט, האט ער אונטער געגעבן.
(עס זעט אויס אז דאס איז געשען. ווארשיינדליך האבען די דזשוליקעס לבית סאטמאר-זאלי געמיינט אז פון די פראנקרייך מערכה האבען זיי הרב דוד אויף זייער זייט, און זיי זענען ערשט געגאנגען צו איהם מיט זייער בייזוויליגע פלענער. זייענדיג א גברא דמרא סייעיה, איז ער פון זיי פטור געווארען מיט א זאג 'די זאכען זענען מאנסי'ס זאכען, עס איז פאר די לאקאלע רבנים'. און די שקרנים האבען דאס אבערגעטייטשט אז ר' דוד גייט חתמנ'ן. דערנאך האבען זיי געשיקט יעדער 'עסקן' צו זיין ציל, דער מאנסי'ער האט באומען זיין סקווערע, דער סאטמארער און לעיקוואדער האבען באקומען זייער זאלי וכו').
ווען ער האט געזען די צעטל און הרב דוד פיינשטיין'ס חתימה איז זטארק קענטיג אין זיין העדר, האט ער פארשטאנען וואס איז דא געשען. מ'האט גע'ארבעט אויף א שוואכע איד. ער האט איינגעזען אז ער האט דא געטון א גרויסע עוולה, און צען יאר פריער וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטון, אפילו מיט ר' דוד'ס נאמען, און ער האט געקלינגען הרב ניימאן איהם איבערצובעטן. הרב ניימאן האט איהם מוחל געווען, אבער געבעטן די זאך בכתב. האט ער געגעבען די בריוו.
מ'האלט אין איין ווייטער מאכען פרעשור מיט טענות, היתכן ער שרייבט 'הרה"ג' אויף איהם? ממילא איז ער נישט מסכים צום אריגינעלע צעטיל, אבער וואס נעמט ער יענעמ'ס צד? און ער טענה'ט, 'וואס הייסט? איך האב איהם בא'עוולה'ט, איך מוז איהם מפייס זיין!'.
ער האט געזאגט פאר זיין זון אין לעיקוואד אז ער שלאפט נישט נעכט צוליעב דער זינד וואס האט איהם אזוי אריין געשלעפט. (דער זון פון הרב קענטאר זאגט מיר אויך אז ער זעט זיין טאטע איז פאר'עלטערט געווארען מיט צען יאר צוליעב דעם) איך האב געזאגט פאר דער זון אז זיין טאטע זאל זיך נישט זארגען, מהעז יצא מתוק. זיי האבען קיינמאל נישט געדארפט די חתימה פון הרב קענטאר, אבער די חזרה ווארפט א ליכט אויף די גאנצע זאך, און די גאנצע פאשקעוויל האט אזוי פארלוירען זיין ערך, דייקא צוליעב די חזרה פון הרב קענטאר.
צום שלוס, דא האט איהר א וועבסייט מיט רעקארדירונגן פון די שיעורים פון הרב קענטאר, וואס זיין משפחה לייגט ארויף.