בלאט 17 פון 23

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:59 pm
דורך געוואלדיג
איך האב אויך נישט געוואוסט

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 7:07 pm
דורך איך אויך
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב אויך נישט געוואוסט

בכלל אינטרעסירט מיך ווייניגער פון די פאריעריגע שניי צו וויסן ניקס איידענטיטעטן. כ'מיין לאמיר שוין זאגן אז איך וועל געוואויר ווערן אז געפילטע הייסט עכט מאטל שמעונאוויטש נו איז וואס? קען איך דען מאטל? עס איז סתם א נארישע עצת היצר תאוה פונקט ווי אלע תאוות.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 12:24 am
דורך berlbalaguleh
בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז בערל בעל עגלה הייסט ניטאמאל בערל... :lol: און איז נישט קיין בעל עגלה. נאר א ראש ישיבה...!

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 1:17 am
דורך [NAMELESS]
משבק האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האט נאכן אויסגעפינען די אידענטיטעט פון לעקוואד אנגעהויבען איבערצולייענען אלע זיינע תגובות?

ביי מיר איז פונקט פארקערט, איך האב אנגעהויבן פלייסיגער צו לייענען און בעסער צו אפלערנען ר' יצחק זאל זיין געזונט.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:17 pm
דורך יואב
וואס האלט אז שלום דין ערהאלט לכאורה דאס גרעסטע צאל פריוואטע הודעות דא אין שטיבל? ( אויב נעמט מען נישט אין חשבון די פריוואטע הודעות, וודאות און הודאות פון כוכב – כמובן.)

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:16 pm
דורך הוגה
[tag]יואב[/tag], דו האלטסט אז ס'דא אזויפיל ק"ש מיטגלידער וואס זוכן צו פארלאזן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:17 pm
דורך ונבנתה העיר
וועלכער מוז קודם אדורכמישען די גאנצע אויסגאבע, פאר מען הייבט עס אן ליינען געהעריג?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
איי געיס דו האסט בשיטה ליב די בילדער, זיי זענען העכער ווי אותיות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
בין איך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך אז דער רבי מהר"א שליט"א וועט לאזן אדורכגיין די ערב יו"ט טעג אן ארויסגעבן עפעס א ווילדן סטעיטמענט כדי מ'זאלל וויסן אז ער איז חי וקיים...!

אומן שונא בני אומנותו

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס האט לעצטענס אויפגעפאסט אז ס'הערשט א שטיקל נו וויאזוי הייסט עס (קוק העדליין), צווישן געוויסע העכערע קאליבאר ק"ש שרייבער?

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:18 pm
דורך כוכב
דהיינו?

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ'ווייס נישט. א קשיא אויף א געפיל/חלום. כ'קען נישט עלעבארירן

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס האט לעצטענס אויפגעפאסט אז ס'הערשט א שטיקל נו וויאזוי הייסט עס (קוק העדליין), צווישן געוויסע העכערע קאליבאר ק"ש שרייבער?

בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז ישמעאל הכהן האט מיך געמיינט...למי יחפוץ המלך לעשות יקר וגדולה יותר ממני... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:56 pm
דורך געוואלדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס האט זיך געמוטשעט עשי"ת צו געדענקען דעם המלך הקדוש, (#רויטע אלערט) און היינט האט זיך כמעט פון זיך אליין ארויס געזאגט המלך הקדוש?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:25 pm
דורך [NAMELESS]
בין איך דער איינציגסטער 'קאפל' וואס ליינט און שרייבט אויפן שטיבל, און מיינע תגובות ווערן אבזערווירט דורך די רבנית תליט"א? (און ערלויבט זיך מגיב צו זיין אן מיין וויסן)

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:31 pm
דורך mevakesh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער 'קאפל' וואס ליינט און שרייבט אויפן שטיבל, און מיינע תגובות ווערן אבזערווירט דורך די רבנית תליט"א? (און ערלויבט זיך מגיב צו זיין אן מיין וויסן)

הלואי אויף מיר....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:45 pm
דורך געוואלדיג
ווער האט דאס געשריבן דו אדער דין ווייב? נוגע לגבי לייקן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:32 am
דורך [NAMELESS]
בין איך דער איינציגסטער וואס שפעקעלירט ערענסט, אז דער מיסטריעזער ניק 'רעינבאו דעש' איז איינער פון די "בני משה" וואס פרובירט אנקניפן קשר פון די אנדערע זייט סמבטיון?

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:32 am
דורך טמיר
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער 'קאפל' וואס ליינט און שרייבט אויפן שטיבל, און מיינע תגובות ווערן אבזערווירט דורך די רבנית תליט"א? (און ערלויבט זיך מגיב צו זיין אן מיין וויסן)

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז בעצם איז דער געוואגטער א יונגל, נאר ער שרייבט דאס משום חשש גילוי? וערך אונטערן יוכיח

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער 'קאפל' וואס ליינט און שרייבט אויפן שטיבל, און מיינע תגובות ווערן אבזערווירט דורך די רבנית תליט"א? (און ערלויבט זיך מגיב צו זיין אן מיין וויסן)


:lol: :oops: :lol: :oops: :lol: :oops: :lol: :oops: :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:46 pm
דורך לית דין בר נש
רבותי די גילעכטער דא איז קול באשה ביטע פארשטאפן די אוירען

איך זוך מיך איינער זאל לערנען מיט מיר אידיש!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:44 am
דורך ישראל קאפקע
עפעס זינט די 'קאַשמו"ז' קאשמאר איז געקומען צו א טאלק, ווידמען זיך דא אשכולות ווי פעטע טראפענעס אין א פּרי-פרילינג רעגן, הערינג פישלעך אין א סארדינען שאכטל און שטודיעס פון אומליצענצטע וויסנשאפטלער.

צו מיין שלימזל פארשטיי איך נישט קיין אות אחת פון די חמש מגילות.

א פריוואטע לערער ווערט דרינגענד געזוכט צו לערנען מיט איך/זיך/מיך מאמע-לשון ווערסיע 'פאוסט-קאַשמוז'?
א טהעראפיסט א פּראָוּ באפארציגט צו אן אמאטע"ר אדער מעטעא"ר, ספעציעל די וואס שטאמען פון מארס אדער ווענוס.

ולמת-מצוה גדולה יחשב.