ליב צו וויסן האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:
קיין אסימילאציע מיט די די גוים איז נישט געווען קיינמאל אין די געשיכטע אין א מעסיוו סקעיל.
ה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, יָשְׁבוּ בְּקֶרֶב הַכְּנַעֲנִי, הַחִתִּי וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי, וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי. ו וַיִּקְחוּ אֶת-בְּנוֹתֵיהֶם לָהֶם לְנָשִׁים, וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם נָתְנוּ לִבְנֵיהֶם; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-אֱלֹהֵיהֶם. {פ}
איך האב געשטעלט צוויי פירכות.
אסמילירטע אידן היטן נישט קיין שבת.
אסימילירטע אידן האבן נישט קיין משכן אין שילה און נישט קיין כהנים גדולים, נישט קיין סנהדרין, מ'איז נישט מקריב קרבנות ציבור יעדן טאג פאר'ן רבונו של עולם, און ס'איז נישטא קיין פסח, עומר, סוכות. גארנישט.
אלע דעבאטעס זענען געענדיגט עפעקטיוו היינט פעברואר דעם 2טן 2022.
אויב דו ברענגסט מיר איין ראיה לדבריך אז כלל ישראל האט נישט געהאלטן קיין שבת פון מתן תורה עד היום הזה. געב איך שוין אויף. ברבים.
אויב דו ברענגסט מיר ראיה לדבריך אז כלל ישראל האבן נישט מקריב געווען קיין קרבנות - פאר'ן אייבערשטן כמצווה לנו בתורתו פון משכן אין מדבר ב' אלפים תמ"ח - עד חורבן הבית ראשון. געב איך שוין אויף. ברבים.
איך הייב אויף א ווייסע פאן און איך זאג ברבים אז איך צוה צוריק פון אלעם וואס איך האב געשריבן.
גענוג קלאר:
איך ערווארט פון דיר די זעלבע.
אויב דו האסט נישט קיין שום עווידענס אויף אסימילאציע אין שבת וקרבנות זאלסטו אויפהייבן א ווייסע פאן. און זאגן טעיתי.