לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

ר׳ @חכמת שלמה. מיר ווילן דיר בעטן אריין צו קומען מיט א מער קלארע באריכט פון די גאנצע בעק און פאורט וויאזוי סאיז צו געגאנגען די וויינגארטענס טעסטעמאני. סאיז לכאורה זייער שטערקסטע טאג געדאפט צו זיין היינט פאר די דיפענס. ווען זיי אליין זיצן אויפן סדענד, און האבן א טשענס צו פארציילן פאר די דזשורי זייער זייט פון די סטאורי. וואס זיי האבן נאכנישט דאס געקענט טוען געהעריג ביז אהער.
ווען די באשילדיגטער נעמט אליינס די סטענד קען עס א סאך מאהל זייער אויסמאכן צו גוט אדער שלעכטס. מען זאגט אז סאיז פון די שווערסטע דזישענס וואס א לויער דארף מאכן ביים טרייעל איז צו ער זאל נעמען די טשענס פון לאזן זיין קלייענט נעמען די וויטנעס בענקל אדער נישט.
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 6:30 pm היינט איז געווען ששון ושמחה אין קארט. די צוויי וויינגארטן ברידער האבן לצנות געמאכט פון די פראסעקיוטער, געענטפערט יעדע שאלה סארקאסטיש און מיט לצנות. א גאנצע נושא איז געווען די רעקארדירונג, "ביזן לעצטן טראפן בלוט", וואס דאס מיינט. עס איז אויך געווען א גאנצע מערכה, וויפיל שעה גוטאמאלא איז אפגערוקט פון דאהי. עס איז געווען באמת פורים.

מארגן אינדערפרי הויבט זיך אן קלאוזינג ארגאמענטס. דאס קען נעמען א גאנצן טאג, נאכדעם וועט די דזשורי זיך אוועקזעצן ארויסצוגעבן א "נאט גילטי" ווערדיגט. מעגליך אז מיטוואך וועט מען שוין האלטן נאך אלעמען.

מארגן 9:30 הייבט זיך אן קלאוזינג ארגומענטס פון די גאווערמענט. דזשעמי באגלייבטער - א פרוי - מזרע ישראל, וועט דאס עפענען אין נאמען פון די אמעריקאנע רעגירונג מיט א שטורמישע קול און וועט מאכן א סך הכל פונעם גאנצן קעיס ארום און ארום. צוזאמברענגען אלע עדותשאפט פון אלע צדדים - ווי זי וועט טייטלען מיט די פינגער אויף די 3 באשולדיגטע, הלא הם אחים וויינגארטן הידועים לשמצה. זי איז ערוואטעט צו מאכן א גאר גוטע איבערצייגנדע ארבעט מיט איר גאט באלוינטע שטימע און שפראך. זי איז זייער קלוג, געשיקט, און איבער-רעדנדיג. בקול חוצב להבות אש וועט זי אפמאלן פאר די דזשורי מיטגלידער פון וועם מ'רעדט דא. חיות בדמות אנשים, מענטשן אן קיין שום מענטשהייט אדער אחריות, נישט בגשמיות און זיכער נישט ברוחניות. חילול שבת טראגט נישט ביי זיי קיין ווערט, פייניגן מענטשן און דיקטאטורן אנדערע איז זייער טאג טעגליכע באשעפטיגונג, דינא דמלכותא דינא איז ביי זיי נישט גילטיג, זיי האבן רעכטן צו אינגע יוגענטליכע מער ווי די אייגענע עלטערן פון די קינדער. אלעס ווערט ביי זיי מותר ווען סקומט צו זייער אייגענע אגענדעס און אלעס אחוץ פון דעם איז אסור בתכלית האיסור. אלעס ווערט ליידער אפגעטון בשם ישראל ובשם התורה רחמנה ליצלן, און כאילו די תורה גאר איז וואס שטופט זייער וואגן, און אלע ראיות און הוכחות ברענגט נאר צו איין מסקנא: שולדיג! שולדיג! און נאכאמאל שולדיג.

די באשולדיגטע וועלן דערנאך קענען אפענטפערן מיט זייער שוין-באוואוסטע סלאגאן פון: בלבול, שונא ישראל, שקרים, שופט איז אונטערגעקויפט... זיי מעגן אלעס צוליב: הצלת נפשות, פיקוח נפש, הכנסת כלה, מצוה עונה, מצות ביכורים, פטר חמור.. און אזוי ווייטער..

כלל ישראל איז מתפלל אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און דעי בעלגישע בריונים זאל זיך שוין אפטוהן פון כלל ישראל. מער זאל נישט ארויפקומען אזוינע ערב רב וואס זענען מבזה ומשפיל השם ותורתו, און עס זאל שוין נתגלה ווערן העטרה און יעדער וועט זעהן עין בעין אז דעי זענען נישט מזרע ישראל און זיכער נישט שומרי תורה ומצות.

נ.ב. חכמת שלמה. קיינמאל צו פרי צו אנהייבן שפינען אפיעל חלומות. נסים. גלות.. הסתרת פנים. שונאי ישראל. זיי גרייט מיט די געשרייבעכטס... צו זיין גרייט אויף די שוואכע מינוטן וואס ווערט ערווארטעט, הייב שוין אן ווארפן זאמד אין די אויגן פון די מוחות וואס לעבן אין עולם הדמיון אין לב טהור און זעהען שוין די סעודת הודאה פאר די אויגן...
חס ושלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חס ושלום »

@חכמת שלמה, איך וויל פארשטיין וויאזוי די לעבן גייט אן אין אזא קליינע שטעטל פון זעכציג משפחות ווען ס'איז א נארמאלע געשעעניש אז גאנצע צען אינגעלייט זאלן אזוי נישט מיר נישט דיר ווערן געלייגט אין א זייט פאר עטליכע חדשים, דאס דארף זיך לכאורה נישט אויסשפילן ווי א שטראף נאר פאר זיי, נאר אלס עפעס וואס זאל פארקריפלען דעם סדר היום פונעם גאנצן שטעטל.

טראכט פון א קלאס פון דרייסיג קינדער (וואס איז ליידער זייער נארמאל היינט) וואס פינף קינדער האבן באשלאסן צו מאכן פורים מיט די סובסטיטוט, נאך אין א טאג וואס די מנהל איז נישט דארט (ווייל ער איז אין תפיסה...), די סובסטיטוט קען זיך אויסדרייען און אהיימגיין...

בכלל וואונדערט מיר זייער, צווישן זעכציג האוסהאלדס און נאך מיט א שיינע צאל פון זיי וואס זענען אונטער אכצן, וויאזוי גייט מען אן דארט מיטן טאג טעגליכן לעבן?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 6:30 pm היינט איז געווען ששון ושמחה אין קארט. די צוויי וויינגארטן ברידער האבן לצנות געמאכט פון די פראסעקיוטער, געענטפערט יעדע שאלה סארקאסטיש און מיט לצנות. א גאנצע נושא איז געווען די רעקארדירונג, "ביזן לעצטן טראפן בלוט", וואס דאס מיינט. עס איז אויך געווען א גאנצע מערכה, וויפיל שעה גוטאמאלא איז אפגערוקט פון דאהי. עס איז געווען באמת פורים.
ס'מיר גוט, אויב די וויינגארטן ברידער זענען טאקע אזעלכע פיפיגע פארשוינען וואלטן זיי געמעגט וואוסן אז עווערידש גוים פארשטייען נישט צו סארקאזם, דאס איז 100% זיך געשאסן אין די פיס. אויסער אויב ס'איז א ייאוש מאוו.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
חס ושלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חס ושלום »

@אפרים דו אויך, אפשר קענסטו פארציילן מער פון דיין געוועזענע היימשטעטל? איך בין נייגעריג וויאזוי מ'קען זיך באגיין עקאנעמיש מיט אזוי ווייניג ערוואקסענע מענטשן; איבערהויפט אין א צייט וואס די פירער זענען נישט דארט.

פארוואס פאלט עס נישט צוזאם אזויווי א ביזנעס וואס די סי. אי. או. און מענעדזשערס זענען נישט צום האַבן פאר עטליכע חדשים?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך קען אייך נישט דערציילן גענוג וואס עס האט זיך אפגעטון היינט אין קארט. עס איז געווען זייער א היציגער און א שארפער פארהער צווישן דער גאווערמענט און די צוויי וויינגארטן ברידער. אויב איז ביז יעצט געווען אלעס שיין און פארמאל, איז היינט ארויסגעקומען די היציגקייט פונעם טרייעל.

אויב האבן מיר געמיינט אז דער רבי מיט זיינע ענטפערס האט געמאכט לצנות פון דער גאווערמענט, האבן היינט די צוויי ברידער וויינגארטן אויפגעטרעטן אלס עדות און אויף יעדע שאלה האבן זיי געגעבן חוצפה'דיגע בייסיגע ענטפערס. איך האב זיך געוואונדערט ווי אזוי זיי ציטערן נישט אזוי צו ענטפערן, אבער כנראה אז זיי האבן באשלאסן אז זיי האבן שוין נישט וואס צו פארלירן און זיי זענען אריינגעפארן אינעם פראסעקיוטער כמו שכתוב. עטליכע מאל האט דער דזשאדזש רעאגירט אויף זייערע ענטפערס, "סטעטמענט סטרייקט", דהיינו אז עס זאל נישט ארויפגיין אויף די רעקארד וואס זיי האבן יעצט געזאגט.

מאידך, איז געווען אסאך מאל וואס סיי האבן "אבדזשעקטעט" אויף די פראגעס וואס מען האט פון זיי געפרעגט, און פיל מאל האט דער שופט "סוסטענט די אבדזשעקשן". דער פראסעקיוטער פון זיין זייט, האט זיי אויך נישט געשוינט און זיי פשוט אפגעשיילט די הויט, עס איז געגאנגען דארט כמעט מיט הויכע קולות. אין געוויסע פעלער האט ר' שמואל מאיר אויסגעשריגן, "די גאווערמענט איז לייאינג" און נאך אזעלכע ווערטער.

איך האב נישט די פיזישע און גייסטישע כוחות איבערצוגיין אלעס, מיר האבן היינט אויך געטרינקען. ביי די שושן-פורים סעודה האט דער ריש-מתיבתא אויך דערמאנט דער משפט און דערמאנט אז אויב מיר וועלן מתפלל זיין, קען די גזר-דין אויך איבערגעקערט ווערן לששון ולשמחה, והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דוד ודור, משפחה ומשפחה שבט ושבט. אויך ביי אונזער משפחה און אונזער שבט, וועט אי"ה פאסירן נסים ונפלאות, כשם שעשה הקב"ה בימים ההם ובזמן הזה. מיר האבן אלע צוזאמען געזאגט תהלים און געבעטן דעם אויבערשטן דערויף. יעצט, סוף טאג, האב איך ווייניג כח, אבער איך וועל פראבירן עפעס צו שרייבן.

א גרויסער עיקר פון ר' יעקב נחומ'ס עדות'שאפט איז באשטאנען דערפון, אז דער טרענסלעיטער וואס דארף איבערזעצן אלע רעקארדירונגען פון אידיש צו ענגליש, איז געווען איינזייטיג מיט שנאה צו לב-טהור, און די רעקארדירונגען זענען איבערגעזעצט געווארן נישט ריכטיג און מיט א מטרה צו באשמוצן לב-טהור. מען האט געשמועסט איבער די באקאנטע רעקארדירונג, "ביזן לעצטן טראפן בלוט", וואס ר' יעקב נחום האט גע'טענה'ט אז דאס איז א סארט אויסדרוק וואס מען נוצט אין אידיש און דאס באדייט בשום-אופן נישט א סטראשע אדער עפעס א שלעכטע זאך וואס מען וויל דורכפירן חלילה. ווען מען האט אים געבעטן אפצוליינען דעם ענגלישן איבערזעצונג וואס דער טרענסלעיטאר האט איבערגעזעצט פון אידיש צו ענגליש, האט ער זיך אנטזאגט דאס צו טון, זאגנדיג אז דאס זענען נישט זיינע ווערטער און דאס איז ארויסגענומען פון קאנסענס. ווען דער שופט האט אים באפוילן דאס צו טון, האט ער געפרעגט סארקאסטיש, "וועלכע ווערטער, וואס איך האב באמת געזאגט, אדער וואס דא שטייט געשריבן"? - צום סוף האט ער דאס אויסגעליינט אויפן באפעל פון שופט, נישט פארגעסנדיג צוצולייגן אז דאס איז א פאלשער לינגט פון דער גאווערמענט, כאילו ער האט דאס געזאגט. אזוי איז געווען עטליכע אזעלכע דוגמאות.

מען האט זיך אויך מתיחס געווען צו דער באקאנטער בריוו וואס איז לעצטנס נתפרסם געווארן, כאילו ר' יעקב נחום שרייבט פאר די קהילה, אז טאמער די אטאריטעטן פאלן איבער די קהילה, זאל יעדע מאמע נעמען א מעסער און שעכטן די קינדער, אין דעם בריוו איז אנגעוויזן פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס דארף געטון ווערן. די פראסעקיוטער האט אים געפרעגט דערוועגן און ער האט דאס געלייקנט (און איך קען מעיד זיין אז דער בריוו איז א פאלשער), ווען מען האט אים געפרעגט צי מען קען אים אויפפרישן דעם זכרון דורכ'ן ווייזן דעם בריוו, האט ער געענטפערט אז דער זכרון וועט אים נישט אויפגעפרישט ווערן דערמיט, וויבאלד אזא בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. דער גאווערמענט האט למעשה נישט אויפגעשפילט דעם בריוו.

א באזונדערע דיסקוסיע איז געווען איבער די צייט דיפרענץ צווישן גוטאמאלא און ניו-יארק, וואס עס האט זיך געטון דערויף א גאנצע טענה'ריי, בעיקר צוליב דער יום-תפילה וואס מען האט אפגעראכטן אין בבל, בשעת די אקציע איז פארגעקומען. ר' יעקב נחום האט פראבירט צו טענה'ן אז דאס גארנישט איינגעלייגט מיט די אקציע, נאר וויבאלד עס איז געווען אזא הויכע צייט ווי שבת חנוכה, האט מען געזאגט תהלים פרייטאג-צו-נאכטס. אלס ראיה האט ער געוואלט זאגן אז עס איז אפילו נישט פארגעקומען אין די זעלבע צייט וכו'... א גאנצע דיסקוסיע געווען איבער דעם.

מען האט אויך ארויפגעברענגט דאקיומענטן איבער ר' יעקב נחומ'ס טענה פון אמאל, אז די מאמע האט געטשעפעט די מיידל, מען האט אים געפרעגט אז דאס שטימט נישט מיט אנדערע פעלער וואו ער האט געזאגט ביי דער טרייעל אז זי איז געווען א גוטע מאמע. ר' יעקב נחום האט געענטפערט אז זי איז שטענדיג געווען א גוטע מאמע און אויך יעצט, ביז אנדערע זייטיגע מענטשן האבן זיך אריינגעמישט און איר קאנטראלירט.

עס דארף דערמאנט ווערן, אז כמעט יעדע עד וואס האט אויפגעטרעטן מצד לב-טהור, וועלכער האט א שייכות מיט די קהילה, האט דער פראסעקיוטער געפרעגט די זעלבע שאלה, צי מען מעג זאגן ליגנט פאר די אטאריטעטן, א זאך וואס דער רבי האט דערויף געענטפערט ביי זיין טעסטעמאני, אז יא, אין געוויסע פעלער מעג מען און מען דארף זאגן ליגנט.

אצינד ביי ר' יעקב נחום, האט דער פראסעקיוטער אים געפרעגט צי זיין רבי איז ר' נחמן העלבראנץ, אויף וואס ער האט געענטפערט, "יעס, טענקס גאד". דאן האט ער אים געפרעגט צו ער גייט אינאיינעם מיט אים אין זיין שיטה, און צי ער פאלגט אים יעדע זאך, און צי ער איז זיין דוגמא וועמען ער וויל כסדר נאכוואקסן, אויף וואס ר' יעקב נחום האט געענטפערט "יא" אויף אלע פראגעס. דאן האט ער אים געזאגט, "און דער רבי האט געזאגט דא אויפן סטענד, אז מען מעג זאגן ליגנט אין אזא פאל. האט ר' יעקב נחום געשריגן "דו ביסט א ליגענער, אזוי ווי דו טוסט מיט אלע זאכן, פארדרייסטו זאכן און דו נעמסט עס ארויס פון דעם ריכטיגן פערספעקטיוו און דו דרייסט איבער זאכן. דער רבי האט קלאר געזאגט אז ווען עס האנדלט זיך אין אן ענין פון פיקוח נפש, מעג מען עס טון, און דו אליין האלסט אויך אזוי און דו וואלסט אויך געטון אזוי, ווען דו שפירסט אז איינעמ'ס לעבן איז אין א סכנה. דו ווילסט קאלערן א שרעקליכע בילד אויף די גאנצע קהילה, וכדו' וכדו'... דער שופט האט געזאגט דערויף, אז די גאנצע סטעטמענט איז סטרייקט און קען נישט אריינגיין. ר' יעקב נחום האט רעאגירט דערויף, "אקעי", און דער שופט האט זיך אויפגערעגט און געזאגט "דאנט אקעי מי, יא דזשאסט סעי, יעס יאאר אננער". האט ער צוריקגעענטפערט, "אקעי, יעס יאאר אננער"...

בכלל, האט ער אלעס געענטפערט הויך און מיט חוצפה, לדוגמא, אפילו קלענערע ענטפערס וואס ער האט נאר געדארפט זאגן "יעס" אדער "נא", האט ער געענטפערט מיט א הויכע קול, מער אויפן אן אופן פון חוצפה. ער האט געקוקט שטרענג אויפן פראסעקיוטער אין פנים אריין... ס'איז געווען שטארק ניכר.

ווען דער פראסעקיוטער האט געענדיגט און אויסגערופן "נא פורדער קוועסטשננס", האט ר' יעקב נחום אויסגערופן, "פאר גודנעס", און דער שופט האט געהייסן דאס צו סטרייקן.

עס איז נאך געווען רי-קראס דורך זיין לויער. איין שטארקע פונקט וואס דער לויער האט אים געפרעגט, איז געווען איבער אויבנדערמאנטע בריוו וואו ר' יעקב נחום הייסט דעם עולם צו הרג'ענען די קינדער רח"ל. דער לויער האט אים געפרעגט צי אטאריטעטן זענען אמאל איבערגעפאלן בבל, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא, איין מאל? - מער, צוויי מאל? - מער וכדו'. דאן איז מען אריבער צו קאנאדע, וויפיל מאל מען איז באפאלן, און גייענדיג צו אנדערע מדינות, אז זייער אסאך מאל זענען אטאריטעטן איבערגעפאלן און געטון זאכן צו די קהילה. דאן האט ער אים געפרעגט, צי איינע פון די פעלער איז געווען עפעס אזא זאך, אז עלטערן זאלן שעדיגן קינדער, אויף וואס די ענטפער איז פארשטייט זיך געווען אז נישט.

דאן האט ער געפרעגט, פארוואס די קאנאדישע רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף די קהילה (א זאך וואס מען האט שטארק אויסגעשמועסט אין די קראס, אבער מען האט אים נישט געגעבן די געלעגנהייט צו ענטפערן געהעריג - איך האב נישט געשריבן אלעס און איך האב נישט געקלערט אז די תגובה וועט זיין אזוי לאנג בכלל). ר' יעקב נחום האט געענטפערט אז די געזעצן אין קאנאדע זענען זייער שטרענג ווען עס קומט צו חינוך און אויב לערנט מען נישט אלע זאכן וואס זיי פארלאנגען - זאכן וואס אידן קענען נישט לערנען - ווערט עס פאררעכנט אלס "טשיילד אביוז". עס איז געווען א מצב אז מען האט נישט געקענט בלייבן דארט.

ווען דער לויער האט אים געפרעגט, וואס עס איז געווארן מיט די טשארדזשעס, האט ר' יעקב נחום געענטפערט: אלע טשארדזשעס זענען געווארן דיסמיסט. אבער די גאווערמענט האט שנעל אריינגעשריגן אן "אבדזשעקשן" און דער שופט האט גע'פסק'ענט אז "אבדזשעקשן סוסטענט און די פראגע מיט די ענטפער זאל סטרייקט ווערן".

דאן האט דער שופט ארויסגעשיקט די דזשורי און זיך אנגערופן צו ר' יעקב נחום, "איי דידנט וואנט טא אינבערעס יא אין פארנט אף דער דזשורי, אבער דו האסט זיך אויפגעפירט זייער נישט שיין און נישט דרך-ארצ'דיג וכו' וכו'."

דער גאווערמענט האט געבעטן רשות אז זיי ווילן נאך ארויפברענגען איין עדות, און די וויינגארטנ'ס האבן זיך געשלאגן דערויף, וויבאלד דאס איז נישט געווען אפגעשמועסט פון פריער. די גאווערמענט האט אבער גע'טענה'ט, אז וויבאלד די וויינגארטנס האבן פיל זאכן געלייקנט אין זייער עדות'שאפט, פעלט אויס אראפצוברענגען זאכן פון דעם פריעדיגן טרייעל, אז מען זאל דאס קענען אויפשפילן. מען האט זיך גע'הרג'עט אביסל און דער שופט האט דאס אפראווט. די אנגעקלאגטע האבן זיך נישט געלאזט און פארפירט, אבער דער שופט האט געשריגן אויף זיי און געזאגט, אז ער האט שוין ארויסגעגעבן זיין פסק און עס איז נישט עטיש זיך צו דינגען מיט אים... זיי האבן זיך נאכאלס נישט געלאזט, אבער דער שופט האט זיי שטיל געמאכט.

עס איז אריינגעקומען א פרוי און דער גאווערמענט האט איר קודם אויסגעפרעגט ווער זי איז, און זי האט דערציילט אז זי איז איינגעשטעלט ביי די פאליציי אין א געוויסע פריסינקט און איר טיטל איז "ספעשל אינוועסטעגעיטאר" (איך כאפ נישט פונקטליך וואס איר מיסיע איז). מען האט ארויסגענומען די עדות'שאפט פון די מיידל, וואס זי האט איבערגעגעבן ביי די פאריגע טרייעל און מען האט איר געבעטן אפצוליינען געוויסע שטיקלעך, וואו עס ווערט בעיקר ארויסגעברענגט ווי אזוי די מאמע האט איר אביוזט און געשלאגן זייענדיג אין אמעריקע. די עדות'שאפט פון די מיידל איז געווען געשניטן און פארמעקט, געבנדיג די געלעגנהייט פאר די ספעשל אינוועסטעגעיטאר צו ליינען בלויז געוויסע שטיקלעך דערפון.

דאן איז ר' שמואל מאיר געגאנגען אויף קראס מיט איר. ער האט איר געפרעגט צי זי קען די קעיס און צי זי האט שוין דיסקוסירט אמאל דעם קעיס מיט אנדערע מענטשן און צי זי האט שוין אמאל גערעדט מיט די מיידל, אויף וואס זי האט אויף אלעמען געענטפערט אז ניין. זי האט קיין מושג נישט און מען האט איר דא אהערגעברענגט יעצט צום ערשטן מאל איבער דעם קעיס.

ר' שמואל מאיר האט איר געפרעגט איבער די עדות וואס זי האט יעצט געגעבן, מיטן פארליינען די עדות'שאפט און ער האט איר געפרעגט צי זי האט באמערקט אז עס זענען געווען פארמעקטע זאכן אין דעם דאקיומענט, אויף וואס זי האט געענטפערט אז יא. דאן האט ער איר געפרעגט צי זי האט באמערקט אז די מעקערייען איז געווען זייער זייער גרויס, פיל מער פון די געשריבענע. אויף די שאלה איז געווען אן אבדזשעקשן וואס דער שופט האט נישט געלאזט ענטפערן דערויף. דאן האט ער געפרעגט צי עס איז נישט מערקבאר אז מען האט ארויסגענומען זאכן פון קאנסענץ און דאס איז נישט די ריכטיגע בילד פון די עדות. עס איז ווידער געווען אן אבדזשעקשן דערויף און דער שופט האט נישט געלאזט ענטפערן דערויף און געהייסן ארויסנעמען די שאלה פון די רעקארדס.

צום סוף האט ר' שמואל מאיר ווידער געפרעגט צי זי האט קיינמאל נישט גערעדט מיט קיינעם איבער די קעיס, אויף וואס זי האט ווידערהאלט אז ניין. האט ר' שמואל מאיר געפרעגט, "סא, מען האט דיר געדארפט שלעפן און רופן, בלויז דערפאר אז דו זאלסט לייענען אפאר ווערטער? - יעדע פורסט גרעיט קינד קען דאס דאך טון?" - ווידער געווען אן אבדזשעקשן און דער שופט האט געהייסן ארויסנעמען די שאלה פון די רעקארדס.

דערמיט האט זיך דער טאג געענדיגט. איך האב נישט געשריבן אלעס, איך האב מער אויסגעלאזט ווי געשריבן.

מארגן הויבט זיך אן קלויזינג ארגעמענטס, וואס וועט לכאורה נעמען א גאנצן טאג.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מילך טראק »

חס ושלום האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:01 am @אפרים דו אויך, אפשר קענסטו פארציילן מער פון דיין געוועזענע היימשטעטל? איך בין נייגעריג וויאזוי מ'קען זיך באגיין עקאנעמיש מיט אזוי ווייניג ערוואקסענע מענטשן; איבערהויפט אין א צייט וואס די פירער זענען נישט דארט.

פארוואס פאלט עס נישט צוזאם אזויווי א ביזנעס וואס די סי. אי. או. און מענעדזשערס זענען נישט צום האַבן פאר עטליכע חדשים?
זיי פירן אלעס פון תפיסה הייסט עס
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה האט געשריבן: איך קען אייך נישט דערציילן גענוג וואס עס האט זיך אפגעטון היינט אין קארט. עס איז געווען זייער א היציגער און א שארפער פארהער צווישן דער גאווערמענט און די צוויי וויינגארטן ברידער. אויב איז ביז יעצט געווען אלעס שיין און פארמאל, איז היינט ארויסגעקומען די היציגקייט פונעם טרייעל.

רַבִּי יוֹחָנָן בֶּן בְּרוֹקָא אוֹמֵר:
כָּל הַמְּחַלֵּל שֵׁם שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר,
נִפְרָעִין מִמֶּנּוּ בַּגָּלוּי.
אֶחָד שׁוֹגֵג וְאֶחָד מֵזִיד בְּחִלּוּל הַשֵּׁם

ונזכה ונחיה ונראה... כן יאבדו כל אויביך השם. ...

חכמת שלמה. ס'איז גארנישט קיין חכמות וואס דיינע גוי'שע ברודער פון בבל גוטאמאלא האבן היינט געטוהן אין געריכט..
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אין יארן ארום גייען היסטאריקער פרובירן צו דערגרונטעווען איבער א מאדנע כת פון אידן, וועלכע האבן געוואוינט אין בבל און דערנאך אין גוואטעמאלע, און די גוים האבן זיי געפייניגט.
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך kolal1 »

נאך א מיינונג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 3:22 pm ממילא די גונבי נפש אדם וואס האבן מחלל שבת געווען, זיי האבן זיך איינגערעדט, צוליעב זייער פארדארבענע מדות, אז נישט זיין אין לב טהור מיינט שמד.

אבער דער פון וויליאמסבורג, וואס וואוינט דארט מיט זיין משפחה, ער גלויבט דאף זיכער נישט אזוי. וואס איז געווען זיין היתר מחלל שבת צו זיין?

און וואס איז פונקט די חילוק צווישן מחלל שבת זיין איין מאל און עטליכע מאל? די הלכה טוישט זיך נישט, און די זעלבע היתר גילט דארט אויך.
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז די קידנעפערס נוצן א היתר פון שמד זיי חזרן די זעלבע היתר פון נערווען
אוד מוצל מאש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:06 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אוד מוצל מאש »

חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:06 am
מען האט זיך אויך מתיחס געווען צו דער באקאנטער בריוו וואס איז לעצטנס נתפרסם געווארן, כאילו ר' יעקב נחום שרייבט פאר די קהילה, אז טאמער די אטאריטעטן פאלן איבער די קהילה, זאל יעדע מאמע נעמען א מעסער און שעכטן די קינדער, אין דעם בריוו איז אנגעוויזן פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס דארף געטון ווערן. די פראסעקיוטער האט אים געפרעגט דערוועגן און ער האט דאס געלייקנט (און איך קען מעיד זיין אז דער בריוו איז א פאלשער), ווען מען האט אים געפרעגט צי מען קען אים אויפפרישן דעם זכרון דורכ'ן ווייזן דעם בריוו, האט ער געענטפערט אז דער זכרון וועט אים נישט אויפגעפרישט ווערן דערמיט, וויבאלד אזא בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. דער גאווערמענט האט למעשה נישט אויפגעשפילט דעם בריוו.
איר מיינט מן הסתם דעם באקאנטן בריוו?. לויט ווי איך פארשטיי טענעהט די גאווערמענט אז זיי האבן עס ארויס באקומען פון יעקב נחום'ס Google Drive.
בייגעלייגטע פיילס
Document.pdf
(2.39 MiB) אראפגעלאדנט 80 מאל
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך היימלינד »

אוד מוצל מאש האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:20 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:06 am
מען האט זיך אויך מתיחס געווען צו דער באקאנטער בריוו וואס איז לעצטנס נתפרסם געווארן, כאילו ר' יעקב נחום שרייבט פאר די קהילה, אז טאמער די אטאריטעטן פאלן איבער די קהילה, זאל יעדע מאמע נעמען א מעסער און שעכטן די קינדער, אין דעם בריוו איז אנגעוויזן פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס דארף געטון ווערן. די פראסעקיוטער האט אים געפרעגט דערוועגן און ער האט דאס געלייקנט (און איך קען מעיד זיין אז דער בריוו איז א פאלשער), ווען מען האט אים געפרעגט צי מען קען אים אויפפרישן דעם זכרון דורכ'ן ווייזן דעם בריוו, האט ער געענטפערט אז דער זכרון וועט אים נישט אויפגעפרישט ווערן דערמיט, וויבאלד אזא בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. דער גאווערמענט האט למעשה נישט אויפגעשפילט דעם בריוו.
איר מיינט מן הסתם דעם באקאנטן בריוו?. לויט ווי איך פארשטיי טענעהט די גאווערמענט אז זיי האבן עס ארויס באקומען פון יעקב נחום'ס Google Drive.
@אוד
חכמת האט דאס געלייקענט, אלץ איינער וואס איז דארט געווען what's your take on it ? איז עס טאקע א אמת'ע בריוו ? בכלל שטימט עס מיט זיי דאס צו הייסן טוען?
קום אריין קלאר
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך Visionary »

חכמת שלמה האט געשריבן: איך קען אייך נישט דערציילן גענוג וואס עס האט זיך אפגעטון היינט אין קארט. עס איז געווען זייער א היציגער און א שארפער פארהער צווישן דער גאווערמענט און די צוויי וויינגארטן ברידער. אויב איז ביז יעצט געווען אלעס שיין און פארמאל, איז היינט ארויסגעקומען די היציגקייט פונעם טרייעל.

@חכמת שלמה איך געב דיר א לייק פארן נעמען די צייט צו שרייבן אזעלעכע דעטאלירטע באריכטן, א גרויסע יישר כח. אבער מיין לייקס זענען נישט קיין שום אינדארסירונג אויף די מעשים מטורפים ומשונים, ממעשי סדום ודור המבול, וואס ווערן געטוהן ביי אייך אין קהילה. איך בין אויפגעוואקסן אז די נאמען העלבראנס קומט מיט די אותיות ימש"ו און עס בלייבט אזוי.
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

גאווערמענט קלאוזינג פארטיג געווארן פאר לאנטש. ווי פרוי באגלייבטער - בשם די יונייטעד סטעיטס - האט אנטשלאסענערהייט פארלאנגט פון די דזשורי מיטגלידער א שולדיג אורטייל אויף אלע קלאגעס אקעגן אלע באשולדיגטע. יעצט פון 130 ביז 4 איז דיפענדענעטס וויינגארטןס קלאוזיג. שמואל מאיר רעדט די ערשטע. דערנאך יואל. דערנאך יעקב נחום. אלע 3 ברידער ווערן ערווארטעט צו רעדן היינט. דערנאך האט די גאווערמענט א קורצע - צום פינטל - אנטווארט צו לעצטן שאנס פאר די דזשורי.

מארגן צופרי וועט די דזשאדש געבן פונטליכע אנווייזונגען פאר די דזשורי מיטגלידער איבער די קלאגעס און איבער די געזעץ. דער נאך הייבט זיך אן דזשורי דעליבערעישןס. אונטער פארהאקטע טירן.

לתמצית הענין. מען קריגט זיך דא בעיקר אויף די ס*קס טשארדזשעס. אלע אנדערע קלאגעס וועלן ווארשיינליך זיין גילטי. און איז באמת נישט אזוי געפערליך ווייל זיי זענען שוין געזיצן אפאר יאר. און עס טראגט נישט קיין גרויסע טורמע אורטיילן. אויב וועט קומען א נישט גילטי אויף די ס*קס טשארזשעס איז עס א גרויסע געווינס פאר די באשולטיגטע. איך שרייב עס דא ברבים נאך פאר די דזשורי קומט צוריק מיט א אורטייל.
אוד מוצל מאש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:06 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אוד מוצל מאש »

היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:00 pm
אוד מוצל מאש האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:20 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:06 am
מען האט זיך אויך מתיחס געווען צו דער באקאנטער בריוו וואס איז לעצטנס נתפרסם געווארן, כאילו ר' יעקב נחום שרייבט פאר די קהילה, אז טאמער די אטאריטעטן פאלן איבער די קהילה, זאל יעדע מאמע נעמען א מעסער און שעכטן די קינדער, אין דעם בריוו איז אנגעוויזן פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס דארף געטון ווערן. די פראסעקיוטער האט אים געפרעגט דערוועגן און ער האט דאס געלייקנט (און איך קען מעיד זיין אז דער בריוו איז א פאלשער), ווען מען האט אים געפרעגט צי מען קען אים אויפפרישן דעם זכרון דורכ'ן ווייזן דעם בריוו, האט ער געענטפערט אז דער זכרון וועט אים נישט אויפגעפרישט ווערן דערמיט, וויבאלד אזא בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. דער גאווערמענט האט למעשה נישט אויפגעשפילט דעם בריוו.
איר מיינט מן הסתם דעם באקאנטן בריוו?. לויט ווי איך פארשטיי טענעהט די גאווערמענט אז זיי האבן עס ארויס באקומען פון יעקב נחום'ס Google Drive.
@אוד
חכמת האט דאס געלייקענט, אלץ איינער וואס איז דארט געווען what's your take on it ? איז עס טאקע א אמת'ע בריוו ? בכלל שטימט עס מיט זיי דאס צו הייסן טוען?
קום אריין קלאר
"איז עס א אמתע בריוו?" דאס קען איך נישט ווערעפייען, איך בין ארויס פון דארט פאר די דעיט וואס די בריוו איז געשריבן געווארן.
"בכלל שטימט עס מיט זיי דאס צו הייסן טוען?" 100% אז יא. ס'זעהט זייער שטארק אויס צו זייין אמת. בכלל איז דאס געשריבן געווארן ממש בלשונם.

[אויב לב טהור האט דאס נישט געשריבן מוז עס זיין איינער ווי חכמת שלמה זאל עס האבן געשריבן. מען דארף דאס גוט קענען נאכמאכן זייערע לשונות און טילוטלים, קען נאר א עכטע אינסיידער שרייבן, אדער איינער ווי חכמת שלמה וואס קען גוט פלעיען די געים אזוי ער איז פון דארט.
נאך א סיבה פארוואס סמוז זיין חכמת שלמה, ווייל ער שרייבט אז ער קען מעיד זיין אז סאיז פאלש, מוז זיין ער ווייסט דאך ווער סהאט עס יא געשריבן. ווייל סתם זיין איינעם פון לב טהור און זאגן אז סאיז נישט מיינט גארנישט, קען זיין מען האט איהם עס נישט געוויזן דארט אזוי ווי סאיז ידוע אז לב טוהר טראסטן נישט יעדעם מיט אלעס אפילו זייערע אייגענע מענטשען. סא אז ער שרייבן ער קען מעיד זיין מיינט ער ווייסט פירסט הענד.]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אוד מוצל מאש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

פשש... גאונות.

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דו האסט אזא פלפול קאפ. זייענדיג דא האט מען דיר נישט אנגעקוקט פאר אזא חריף... נו, וועלן מיר מוזן טוישן אונזער בליק...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה. עפעס א באריכט פון געריכט פון אייער אויער אין זאל??
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

חכם מכל האדם האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:07 pm שמואל מאיר רעדט די ערשטע. דערנאך יואל. דערנאך יעקב נחום. אלע 3 ברידער ווערן ערווארטעט צו רעדן היינט.
ר' יואל האט גערעדט נאך ר' יעקב נחום.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

ר' חכמת שלמה. וואס גייט היינט פאר ביי ענק אין די קהילה היינט?
סאיז דאך מן הסתם א שווערע טאג מען ווארט צו באקומען היינט [שפעסטענס מארגן] אן אורטייל, איז דא היינט א תענית ציבור וכדו'?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

א שרעקליכע טראגעדיע האט היינט פאסירט אין גואטאמאלא, ווען האברך החשוב ר' אהרן יום-טוב ז"ל איז געפארן מיט א קאר און א גרויסער טראק האט אריינגעהאקט אין אים און ער האט בעווה"ר אויסגעהויכט זיין נשמה אין יונגן עלטער פון עטליכע דרייסיג יאר אלט, לדאבון לב משפחתו.

ר' אהרן איז געווען גאר א חשוב'ער יונגערמאן, מלא שמחת החיים און לעבן, א ירא-שמים מרובים און שטענדיג איז ער ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אויפן פנים, אויפהייטערנדיג די געמיטער פון אנדערע אידן. וואו אימער ער האט געזען א צובראכענער יונגערמאן, האט ער אים מחזק געווען און געהאט א גוט ווארט צו זאגן.

ר' אהרן איז לכתחילה געווען א תורה'דיגער ספרדי'שער יונגערמאן פון ירושלים, וואס האט זיך מדבק געווען אין הרה"ג ר' אהרן צבי רומפלער זצ"ל, כ"ק מרן אדמו"ר מתהילות ישראל. אין ירושלים איז ער געווען דער מנהל און געפירט א תלמיד-תורה על טהרת הקודש און ער איז געווען גאר אן ארויפגעקוקטער יונגערמאן. נאך די פטירה פון רבו מתהילות ישראל, אין וועמען ער איז געווען דבוק בחייו, האט ער אנגענומען די צוואה פון זיין רבי, וועלכער האט ממנה געווען בכתב ידו את בנו הרה"ג ר' אלעזר שליט"א, צו דינען אלס רב אין די קהילה. זייענדיג אן ערנסטער יונגערמאן, האט ער נישט געפרעגט קיין קושיות נאר ער האט זיך תיכף צו געשטעלט צו ר' אלעזר און געטון מיט א תמימות אלעס וואס ער האט געפאדערט. ווען ר' אלעזר האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ-ישראל און ער איז אריבערגעגאנגען שווערע צייטן, איז דעמאלס געווען א תקופה וואס אפילו אין תהילות ישראל זעלבסט האט אים קיינער נישט געוואלט העלפן. פון די געציילטע יונגעלייט וואס האבן זיך צוגעשטעלט, זיך מוסר נפש געווען און געטון אלעס פאר זיין רבי'ן, איז געווען ר' אהרן זצ"ל.

שפעטער איז ר' אהרן געבליבן פארבינדן טעלעפאניש מיטן רב, ר' אלעזר, און טראצדעם וואס ער האט נישט געקענט דינען אלס מנהיג הקהילה, האט ער אנגענומען די צוואה כפשוטו און זיך כסדר דורכגערעדט מיט אים טעלעפאניש.

אויפן ראט פונעם רב, ר' אלעזר, האט ר' אהרן איבערגעלאזט זיין גאנצע לעבן אין ארץ-ישראל, נאכן הערן פון ר' אלעזר אז די איינציגסטע אמת'דיגע פלאץ וואו מען קען זיין אמת'דיג געטריי פארן אויבערשטן, איז נאר אין די קהילה. עס איז נישט גרינג געווען פאר ר' אהרן זיך איינצוגלידערן אין א נייעם ארט, בפרט נאך וואס ער האט אפילו נישט געקענט די אידישע שפראך, אבער זייענדיג זיך מוסר-נפש פאר תורה, האט ער געטון אלעס וואס ער האט געקענט צו דינען דעם אויבערשטן אויף דעם ארט.

אין די לעצטע תקופה, איז ר' אהרן יום-טוב אריבערגעגאנגען צו די נייע קהילה, למורת לב חבריו וידידיו. דארט איז געווען ממש דער רוח החיים אויפן ארט, אריינבלאזנדיג שטענדיג שמחה מיט חיות. אזוי ווי עס פארשטייט זיך אליין, ווען מען גרינדעט אזא קהילה, דארף מען צוקומען צו חיזוק און פיל מאל גייען אריבער שווערע מצבים אויף אזעלכע מענטשן, טייל פון די מענטשן האבן זיך אפגעהאקט פון משפחה און קיינער וויל מיט זיי נישט רעדן. ר' אהרן האט שטענדיג געהאט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, ער פלעגט שטענדיג מייעץ זיין פאר מענטשן ווי אזוי צו האנדלען מצבים, און זיין לעכטיגע צורה און שטענדיגע גוטע שטימונג, האט געהאלטן פאזעטיוו די מענטשן אין די נייע קהילה.

ר' אהרן איז אויך געווען כמים קרים על נפש עייפה, פאר געוויסע מענטשן וואס זענען פארבליבן אין לב-טהור, אבער זיי האבן געהאט שוועריגקייטן מיט די הנהלה און אויספאלגן די תקנות. די אלע מענטשן האבן געוואוסט די אדרעסע און באהאלטענערהייט האבן זיי זיך דורכגעשמועסט מיט ר' אהרן, וועלכער איז שוין געווען אין די נייע קהילה. ר' אהרן האט יעדן איינעם מייעץ געווען, מחזק געווען און שטענדיג געזאגט א גוט ווארט, אז עס וועט נאך אמאל קומען גוטע צייטן וכו'.

דוכט זיך אז אפילו אין לב-טהור אליין, איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל האבן צו זאגן א שלעכטע ווארט אויף ר' אהרן. ער איז געווען א גרויסער ירא-שמים און נאכדערצו שטענדיג גוטמוטיג און פרייליך, מיט די קאפ אויפן פלאץ.

פאר מיר פערזענליך איז זיין פטירה א שווערע פארלוסט, ער איז מיר פארט געווען א גוטע חבר, טראץ אונזערע מיינונגס פארשידנהייטן. זיין ליכטיגע צורה און שטענדיגע שמייכל וועט מיר שטענדיג שטיין פאר די אויגן, וזכרו לא יסוף ממכיריו ומידידיו.

זיין פטירה איז א שרעקליכער פארלוסט פאר די נייע קהילה, וואס איז דערווייל אויף די שטאפלען פון זיך בויען און זיי גייען אריבער שווערע צייטן זיך צו קענען האלטן אלס קהילה פאר זיך. ר' אהרנ'ס פטירה איז א גרויסער שוועריגקייט מיט וואס די קהילה דארף זיך פארמעסטן און איך בין זיכער אז עס קומט זיי נישט אן לייכט. לויט ווי איך קען ר' יואל העניך, דער מנהיג פון די נייע קהילה, איז ער מסתמא אויס מענטש און ער האלט דאס נישט אויס.

ר' אהרן האט איבערגעלאזט אן אלמנה מיט עטליכע קינדער. איך שטעל זיך פאר אז זיי וועלן צוריקפארן קיין ארץ-ישראל, צו זיין מיט די משפחה. תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נחום הסופר »

וואס איז די נייע קהילה? וואו איז עס? ווער איז ר' יואל העניך זייער מנהיג?

חכמת שלמה, האסט שוין דא געשריבן דערוועגן בעבר? אויב יא ביטע אנצייכענען
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך היום »

עהם @חכמת.
אויב מ׳מעג פרעגן אפאר אפיקורסישע שאלות.
ווער האט געדרייווד דער קאר? ער?
ער האט געהאט וואלידע דרייווערס לייסענס?
ער האט געקענט די חוקי המקום / אדער מנהגי המקום וועגן דרייווען?
איז אראפ געקומען א חוקר אויפן פלאץ פונם עקסידענט צו אריינקוקן וואס איז געשעהן דא?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך Visionary »

היום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:25 am עהם @חכמת.
אויב מ׳מעג פרעגן אפאר אפיקורסישע שאלות.
ווער האט געדרייווד דער קאר? ער?
ער האט געהאט וואלידע דרייווערס לייסענס?
ער האט געקענט די חוקי המקום / אדער מנהגי המקום וועגן דרייווען?
איז אראפ געקומען א חוקר אויפן פלאץ פונם עקסידענט צו אריינקוקן וואס איז געשעהן דא?
אדער עס קען גאר זיין אז דער איז דערמארדעט געווארן פארן פארלאזן די קהילה. נו, רציחה פאר פיקוח נפש איז דאך נאר א קלייניקייט. די איסור ווערט דאך נאר דערמאנט אין תורת משה, אבער נישט אין תורת לאקשאן פון שלמה הלברנץ.
פארשפארט