בלאט 17 פון 46

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:35 pm
דורך קאווע טרינקער
אגב, ער האלט שטארק פון גרימפיגזאא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:41 pm
דורך ישראל קאפקע
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב, ער האלט שטארק פון גרימפיגזאא

עס קען נישט זיין, סהאט די אותיות גאזא אין זיך, ער קען עס אויף קיין שום פאל נישט שטיצן ;)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
וואס כהאב גאנץ גוט געויסט איז אז אין א גויסע זין איז די אינטרנט ערפינדונג גאר א שעדליכע זאך, אויב ניצט מען דאס נישט מיט שכל איז די שעדליכקייט פון דעם אומבאשרייבלעך, וואס כהאב נישט געויסט איז אז דווקא די גרעסטע פאנאטישע אז״ג קנאים זיי זענען די וואס פארברענען שעות על גבי שעות אויף אינטרנט וואס איז אסאך מער שעדליך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:19 am
דורך מאטי
berlbalaguleh האט געשריבן:
אויליגער האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

אנטשולדיגט ר' אויליגער: די סמ"ך ביי הסיגוי והשגב איז דארט ווייל ס'באלאנגט דארט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

און פארוואס ביי נון איז דא א גימל "הגוי והנצח" ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:14 am
דורך קאווע טרינקער
מאך נישט קיין joke
ווייל עוז והדר וועט נאך מאכן אן הגה אז אין אלטע סידורים איז געשטאנען ה"ג"וי, עד שבא נשיא ממלכת וחזר ויסדו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:17 pm
דורך געפילטע פיש
אויליגער האט געשריבן:נעכטען באמערקט ביי איכה וואס די ערשטע 4 קאפיטלעך גייט לפי די א-ב אז קאפיטעל ב' ג' ד' איז די "פ" פאר די "ע" נאר קאפיטעל א' גייט געהעריג "ס" "ע" "פ"

Did peh once come before ayin in hebrew?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:09 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אויליגער האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

אנטשולדיגט ר' אויליגער: די סמ"ך ביי הסיגוי והשגב איז דארט ווייל ס'באלאנגט דארט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

און פארוואס ביי נון איז דא א גימל "הגוי והנצח" ?

מאטי: אפשר בשעת מ'האט קאמפאוז'ד דעם שיר "האדרת והאמונה" איז נאכנישט געוועהן קיין ווארט פאר "סמך". האט מען סובסטיט'ד מיט א "שין שמאלית". אבער היינט ווען מאדערן עברית עקזיסטירט, איז אפשר יא דא א ווארט מיט א "סמך".
אה. כ'האב פארגעסן. אינז :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :oops: :( ;) :o ערליכע אידן טארן דאך נישט רעדן די שפה הטמאה. אשר בדו הציונים מליבם (הטמא.(...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:14 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:מאך נישט קיין joke
ווייל עוז והדר וועט נאך מאכן אן הגה אז אין אלטע סידורים איז געשטאנען ה"ג"וי, עד שבא נשיא ממלכת וחזר ויסדו.

אז עוז והדר וועט מאכן אן הגהה, פון דעים שרעק איך מיך נישט אזוי שטארק. כ'האב אבער מורא אז "עוז והדר לבושה" וועט מאכן עפעס אן הגהה. אדער אן אסיפה. פון דעים דארף מען שוין מורא האבן... :lol: :twisted: :lol: :twisted: :lol: :twisted: ;) :o

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:16 pm
דורך יין שרף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:06 pm
דורך ישראל קאפקע

געוויסט 4, 41, 44, 51, און 53. 8-)
הנאה געהאט, שכויעך,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:30 pm
דורך איך אויך
39 איז דער מקור פאר אונזער סנודס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:41 pm
דורך shem-tov
91 כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז סאיז דא אזאך ווי איבערמארגן אין ענגליש. געווענדליך זאגט מען "די דעי עפטער טאמאראו"

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:41 pm
דורך shem-tov
19

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:02 pm
דורך יין שרף
אנשטאט רופן 411 פונעם סעליולאר אין צאלן דערפאר 1.25 פער מינוט, קען מען רופן 800FREE-411

אדער 800-373-3411

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:55 pm
דורך דריידל
אין בריטיש ווירזשען איילענדס (BVI), וואס איז לעבן אמעריקא, פארן קארס אויף די לינקע זייט, אזויווי אין ענגלאנד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:20 am
דורך ונבנתה העיר
אז דער גרויסער ענין פון זאגן 'אם ירצה ה'' שטייט סיי אינעם ברית החדשה און סיי אינעם קוראן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:53 am
דורך קאווע טרינקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז דער גרויסער ענין פון זאגן 'אם ירצה ה'' שטייט סיי אינעם ברית החדשה און סיי אינעם קוראן.

און נישט אין די אלטע בייבל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:15 am
דורך ונבנתה העיר
נישט וואס איך געדענק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:31 am
דורך רויטע וואנצעס
דו מיינסט צו זאגן אז ס'שטייט דארט אז ס'איז א גרויסע ענין, אדער אז מ'באניצט זיך מיט דעם אין זייער בייבל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:04 pm
דורך ונבנתה העיר
עס שטייט דער גרויסער ענין אזוי צו זאגן, ווייל וואס ווייסט דען א מענטש וואס וועט זיין מארגן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:15 pm
דורך דריידל
די של"ה אין פרשת בהעלותך זאגט אויפ'ן פסוק על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו אז ווי זיי זענען געגאנגען האבן זיי געזאגט מ'גייט אי"ה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
מיין מלמד פלעגט זאגן אז די מקור איז פון יוסף הצדיק, שם השם שגור בפיו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:11 pm
דורך יין שרף
מיין רבי פלעגט עס טייטשען אז עס אים געווען געשמאק צו דאווענען און דערמאנען די אייבישטערס נאמען, שהיה שם שמים SUGAR על פיו...