בלאט 17 פון 26

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:26 am
דורך חתם סופר
שלום עליכם חשוב'ע חברים. איך האף אז מ'וועט מיר שיין אויפנעמען. איך ליין שוין די שטיבל א לאנגע צייט, און איך קום נישט צו צו די קרסולי רגליהם פון די גרויסע תלמידי חכמים און ידענים דא, אבער אמאל שפירט זיך א געפיל פון "גם אני אענה חלקי", איז כדאי צו האבן א ניק אין צייט וואס מ'שפירט א דראנג עפעס צו ענטפערן אדער צולייגן.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:27 am
דורך זר זהב
פוטין האט געשיקט א שפיאן דא! :אומגלויבליך:

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:46 am
דורך בן תמליון
שלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:15 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם, מאך זיך היימיש,
לאמיר זעהן, מיר דארפן באשליסן ווי אזוי מען גייט אייך אפיציעל רופן. תמליון שרייבט "סופר". קען מען דאס נוצן?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:32 pm
דורך איך אויך
בן תמליון האט געשריבן:שלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.

און ביטע טוישט צו עפעס נארמאלס.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 4:37 pm
דורך ראשעקאל
лпم iοوԴ האט געשריבן:שלום עליכם חשוב'ע חברים. איך האף אז מ'וועט מיר שיין אויפנעמען. איך ליין שוין די שטיבל א לאנגע צייט, און איך קום נישט צו צו די קרסולי רגליהם פון די גרויסע תלמידי חכמים און ידענים דא, אבער אמאל שפירט זיך א געפיל פון "גם אני אענה חלקי", איז כדאי צו האבן א ניק אין צייט וואס מ'שפירט א דראנג עפעס צו ענטפערן אדער צולייגן.

שלום עליכם!!! לאמיר זעהן ווי נאך די קענסט אריינשטיפען אזאן קריעיטיוויטי!!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:04 pm
דורך געפילטע פיש
שלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:16 am
דורך טעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:שלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?

איך מיין אז דאס איז האמארית וואס די יוצצי אתיופיה נוצען.
שלום עליכם -/+. סופר מאכט אייך באקוועם נעמט א טעפל קאווע און שרייב אויף אלע שפראכען אפילו אטיופיש..

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:04 pm
דורך לעמיל
וואס עפעס גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:44 pm
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:וואס עפעס גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען

סיג לחכמה שתיקה..

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:26 pm
דורך יוסף שרייבער
ייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.

די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:31 pm
דורך יאנקל
מיר פערזענליך אינטערעסירן אלע די נושאים, אויף דעם סדר: היסטאריע, אינטערעסאנטע דרוקן, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטן (איך כאפ נישט פונקטליך וואס "דאקומענטן" שטעלט פאר).

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:34 pm
דורך יוסף שרייבער
דאקומענטען איז בעצם היסטאריע נאר געשריבענע אדער געדרוקטע פון כל מיני מקומות און קהילות.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:19 pm
דורך יידל
יוסף שרייבער האט געשריבן:ייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.

די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?

היסטאריע איז זייער ברייט, זיי ביטע מגדיר וואס רופסטו היסטאריע?

פון אלע אנדערע זענען מיינע אינטערעסן אין דעם פאלגענדעם סדר: תולדות קהילות, דאקומענטן, אינטערעסאנטע דרוקן, תולדות רבנים, חתימות והקדשות.

כ'גלייב אויך אז איך וועל מער הנאה האבן אויב איר הייבט אן מיט נושאים/אישים/מקומות וועלכע זענען ברייטער באקאנט.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:27 pm
דורך יוסף שרייבער
אלעס אבער בעיקר היסטאריע פון די לעצטע צוויי-דריי הונדערט יאר מיט א נייגונג צו אנגארען ותלמידי מרן החת"ס.

געווענליך פראביר איך צו שיינען א ליכט אויף די ווייניגער באקאנטע, ווייל אויף די באקאנטע איז דא גענוג וואס שרייבען, אבער אינו מוכרח.

אויב איינער דא האט ספרים מיט חתימות חותמות והקדשות אדער רבנישע בריווען וואלט איך זיך געפרייט ער זאל ארויפשטעלען און איך וועל פראבירען מפענח צו זיין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:03 pm
דורך זר זהב

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:21 am
דורך זר זהב
המממממ... שלו' עליכם גלאטע בחור

:דמיונות:

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:29 am
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:המממממ... שלו' עליכם גלאטע בחור

:דמיונות:

כ'האב שוין געמיינט גאלאנטע בחור, עפעס א חאזער באחער נאך פונדערהיים אין גאלאנטע, נא שוין שלום עליכם בחור-חלק למהדרין, אסאך לאק!

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 6:50 pm
דורך לעמיל
ב"ה אונז האבען שוין א נאה דורש און אויך א נאה מקיים וועלכאם עבארד

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 2:35 pm
דורך סאשי פיש
וואס איז פשט פון די נייע ניק [tag]10952[/tag] וואס מיינט עס?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 3:33 pm
דורך מאטי
גמטרי״א 11211 אנעם כולל (בני תורה) עיין ערך מאנסי ווערט נייער ווילי

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 9:24 pm
דורך פילון
שלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 9:26 pm
דורך זר זהב
עליכם השלום. סעים העיר