בלאט 17 פון 213

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 5:45 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:ווי אויך נישט טרוקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען


וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט דערפון!

http://www.chabadlibrary.org/books/adha ... /index.htm

אינמיטן סעיף ט׳, ער שרייבט דארט אז עס איז נאר ווען מען טוט אן שיך, אדער אנפלאות, אהן זאקן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:11 pm
דורך גוטזאגער
עס מיז נישט זיין אז עס האט א פשט אבער עס איז זייער אינטערסאנט אז פינקט די קאלירען איז געווארן אנגענומען אינטערצינאל

וויייס פאר דאקטוירים כלעטליך
גרינע כלעטליך פאר די וואס מאכען אפעראציעס
געל פאר שילע באסעס
שטארק בלוי פאר די פאליציי
בלוי פאר יונגלעך
ראזע\פינק אר מיידלעך
ברוין פאר די תפיסות
שווארץ פאר גלחים שופטים און להבדיל בין אלף אלפי אויך חרדים
רויט צו אפשטעלן
גרין אז מען זאל ווייטער גיין
געהל??

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:20 pm
דורך שמעקעדיג
געהל איז פאר "פארזיכטיג" CAUTION

און ביי חסיד'ישע אידן:
טונקעלע מלבושים אינדערוואכן
ווייסע שבת (דאס ווערט שוין געברענגט ע"פ קבלה)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 9:14 am
דורך גוטזאגער
גוטזאגער האט געשריבן:עס מיז נישט זיין אז עס האט א פשט אבער עס איז זייער אינטערסאנט אז פינקט די קאלירען איז געווארן אנגענומען אינטערצינאל

וויייס פאר דאקטוירים כלעטליך
גרינע כלעטליך פאר די וואס מאכען אפעראציעס
געל פאר שילע באסעס
שטארק בלוי פאר די פאליציי
בלוי פאר יונגלעך
ראזע\פינק אר מיידלעך
ברוין פאר די תפיסות
שווארץ פאר גלחים שופטים און להבדיל בין אלף אלפי אויך חרדים
רויט צו אפשטעלן
גרין אז מען זאל ווייטער גיין
געהל??


וועל איך דא דורכלערנען סוגיות קאלירען

די אייבערשטער האט אריינגעלייגט א כח אין א קאליר
א קאליר האט א כח צו טוישען די מצב און די מאד ביי יעדעם איינעם
ווייס מאכט א מענטש זאל זיין מער פרייליך
גרין בריאוגט א מענטש די זעלבע ווי גראז
ברוין מאכט א מענטש מער טרויעריג וועגן דעם ניצט מען עס אין תפיסה
רויט כאפט די מענטשעס אויג זייער שנעל אזוי ווי מען זעט ביי הלכות צניעות
שווארץ איז א איידעלע קאליר און מען גייט נישט אין ווייסען משום יהורא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 9:37 am
דורך sunbar
לאו דוקא... רויט ציט נישט מער, נאר היות עס איז א שרייעדיגע קאליר, וועט מען קוקען, און דעמאלס קען מען צוקומען צו אומגעווינטשענע זאכן... וד'ל

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 9:44 am
דורך גוטזאגער
sunbar האט געשריבן:לאו דוקא... רויט ציט נישט מער, נאר היות עס איז א שרייעדיגע קאליר,

בקיצור רויט איז א שטערקערע קאליר צו עס ציט צו עס שרייט

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:56 pm
דורך ידען
67 מיליאן מענטשען האבען מיטגעהאלטען די דיבעיטס.

וויזוי ווייסען זיי?

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:12 pm
דורך זר זהב

זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:58 pm
דורך מיקוה נייעס
איך וויל וויסן צו עס איז דא אזא זאך ווי פארשפארן א אימעל אדרעס?? איך האב געדארפט האבן וויכטיג נאך א אימעל אדרעס אבער יעצט דארף איך עס שוין נישט. האב איך געוואלט וויסן צו איך קען דאס אפשפארן???????

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:28 pm
דורך געפילטע פיש
מיקוה נייעס האט געשריבן:???????
?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:59 pm
דורך מיקוה נייעס
געפילטע פיש האט געשריבן:
מיקוה נייעס האט געשריבן:???????
?

וואס איז די באדייט פון די ? ???

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:01 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז די באדייט פון דיינע זיבן פראגע צייכענעס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:38 pm
דורך מיקוה נייעס
מיקוה נייעס האט געשריבן:איך וויל וויסן צו עס איז דא אזא זאך ווי פארשפארן א אימעל אדרעס?? איך האב געדארפט האבן וויכטיג נאך א אימעל אדרעס אבער יעצט דארף איך עס שוין נישט. האב איך געוואלט וויסן צו איך קען דאס אפשפארן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:42 pm
דורך שמעקעדיג
מקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...

מקוה'לע, פארוואס ווילסטו עס אפשפארן? קענסט עס איגנארירן. עס קאסט דיר גארנישט עס צו לאזן אפן.
אבער ע"פ רוב קען מען אפשפארן. איך האב אפגעשפארט א גי'מעיל אקאונט נישט לאנג צוריק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:49 pm
דורך מיקוה נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:מקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...

מקוה'לע, פארוואס ווילסטו עס אפשפארן? קענסט עס איגנארירן. עס קאסט דיר גארנישט עס צו לאזן אפן.
אבער ע"פ רוב קען מען אפשפארן. איך האב אפגעשפארט א גי'מעיל אקאונט נישט לאנג צוריק.

פארוואס זאל איך עס לאזן אפען ? איך נוץ דאס נישט.....וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:10 pm
דורך sunbar
וועלכע תגובה האט די מערסטע לייקס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:21 pm
דורך שמעקעדיג
מיקוה נייעס האט געשריבן:פארוואס זאל איך עס לאזן אפן? איך נוץ דאס נישט..... וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??


ביי גוגל, גיי צו דיין נאמען אויבן ביים רעכטן זייט, און דרוק דעם עראו סימבאל, דאן דרוק ACCOUNT
עס וועלן ארויסקומען עטליכע אפציעס, צווישן זיי, אויסצומעקן דעם אקאונט.

זעה בילד:

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:40 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:מקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...

ס'נישט אז מיר פארטראגן זיך נישט, נאר איך פארטראג נישט ווען מענטשן לייגן פאנקטועישענס (?,!, וכדומה) איבער די מאס, אדער מאכן גרויסע שרעקעדיגע פאנטס אין בלוט-רויטע קאלירן, די אלע זאכן צייגן אן אז זיי מוזן שרייען צו מאכן א פוינט, און אז מ'קען נישט מאכן די זעלבע פוינט רואיגערהייט מיינט אז ער טרייעט צו קאמפענסעיטן פאר די חסרון אין תוכן. ווי אויך מאכט מיר עס קאפ וויי.

מיקוה נייעס האט געשריבן:פארוואס זאל איך עס לאזן אפן? איך נוץ דאס נישט..... וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??

און וואס שטערט דיר אז ס'בלייבט אפען אין א פארשטופטע ווינקל פונעם אינטערנעט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:43 pm
דורך מיקוה נייעס
א גרויסן יישר כח שמעקעדיג זאלסט זיין געבענטשט איך האב עס שוין געטוהן און עס האט געארבעט ב"ה נאכמאל א יישר כח

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:48 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן: איך פארטראג נישט ווען מענטשן לייגן פאנקטועישענס (?,!, וכדומה) איבער די מאס, אדער מאכן גרויסע שרעקעדיגע פאנטס אין בלוט-רויטע קאלירן, די אלע זאכן צייגן אן אז זיי מוזן שרייען צו מאכן א פוינט, און אז מ'קען נישט מאכן די זעלבע פוינט רואיגערהייט מיינט אז ער טרייעט צו קאמפענסעיטן פאר די חסרון אין תוכן. ווי אויך מאכט מיר עס קאפ וויי.


כ'האב טאקע באמערקט ווי דו ביזט א רואיגער סאלידער ניק, און ברענגסט ארויס דיינע דעות שטיל און רואיג, ווערסט נישט פארלוירן פון אטאקעס...
אבער נישט יעדער איז אזוי ווי דיר.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:53 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב טאקע באמערקט ווי דו ביזט א רואיגער סאלידער ניק, און ברענגסט ארויס דיינע דעות שטיל און רואיג, ווערסט נישט פארלוירן פון אטאקעס...
אבער נישט יעדער איז אזוי ווי דיר.
פאו'ס געזעץ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:00 pm
דורך זר זהב
קען מיר איינער זאגן בקיצור ווואס איז די מעשה מיט'ן פילם ''פידלער אן די רוף''? מה טיבו?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:34 pm
דורך Espresso
פידלער אויפן דאך איז א פילם אדאפטעישען פון די מיוזיקעל מיטן זעלבן נאמען וואס איז באזירט אויף שלום עליכם'ס טעוויע דעם מילכיגן, ס'איז א מעשה פון ר' טעביע פון שטאט אנטעווקע, ווי אזוי ס'גייט צו דע טאג טעגליכען לעבן אין שטעטל, די יאר איז אין די אנהויב ניינצען'ערס, און ער פראבירט צו לעבן א רואיג נארמאל לעבן מיט זיין ווייב און פינף טעכטער, מיט חלומות פון ווערן אן עושר "איף איי וואז עי ריטשמאן", און ווי יענטע די שדכנ'טע פראבירט אנצושדכנען זיין עלסטער טאכטער (צייטל?) צום בוטשער, אבער זי איז באליבט מיט עפעס א שניידער, זיין צווייטע טאכטער פארליבט זיך אין א צווייטן אידיאלאג, און די דריטע שוין צו א קריסטליכן ערל, וכו' זיינע אלע מיטמאכענישן, קווענקלענישען, ווי ער רעדט זיך אויס פארן בוכ"ע זאל עם ארויסהעלפן, "וואס גייט דיר שוין אן אז טעוויע פון אנטעווקע וועט זיין אן עושר?" און זיינע אינערליכע קאמפען מיט זיך אליין, מיטן גלח, מיטן ווייב, (ליעבסט מיט צערטע?). ס'איז א וואנדער ארבעט, זייער לאנג, אבער ווערט צו וואטשען.