בלאט 17 פון 19

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היינט נאכט, אין סטעמפארד היל, ביי די אראבישע קאסטאם פון צינדען פייערס לכבוד א הילולא, וואס האט זיך אריבער געפירט קיין לאנדאניסטאן, האבען מאנכע מחליט געווען אריין צו ווארפען זייער אלטע סמארטפאוןס אין די פייער (נאכ׳ן קויפען נייער). דאס האט פאראורזאכט אויספלאצונגען וואס האבען לייכט פארוואונדעט צוואנציג מענטשען.

חרב לה׳ ולגדעון!

יואב האט שוין פאראויס געזען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:39 pm
דורך בן ישי
Link?

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווארט צו ביז עס קומט אן אין די נייעס. עס לויפען ארום אפאר קליפס צווישען לאנדאנער אידען און עקס פעטס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביי די אראבישע קאסטאם פון צינדען פייערס לכבוד א הילולא

נאכנישט אזוי אראביש ווי די עקספלאוזשענס ביי רחוב ירמיהו, השומר, ז'בוטינסקי און קפלן ביים רכבת.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 7:10 pm
דורך בן ישי
WATCH: 10 Injured After Lag BaOmer Fire EXPLODES In Stamford Hill, Was It Caused By Fuel Or A Smartphone?
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... phone.html

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:25 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז נאכ'ן פארברענען די אלע טמא'נע סמארטפאונס איז געווארן א מאנגל אין כשר'ע סעלפאונס, טאקע בעצם היום הקדוש ל"ג בעומר.
און צוליב דעם וועט מען זיין אפן "פארלענגטע" שעות.

.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:20 pm
דורך אונטער חכם
איך זעה אז עס איז נישט אזוי זיכער אז עס איז טאקע געווען סמארטפאונס, אויף די קליפ וואס איך האב געזען זעהט מען ווי עס עקספלאודט גלייך ביים אנצינדן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אונטער חכם האט געשריבן:איך זעה אז עס איז נישט אזוי זיכער אז עס איז טאקע געווען סמארטפאונס, אויף די קליפ וואס איך האב געזען זעהט מען ווי עס עקספלאודט גלייך ביים אנצינדן.


לאמיר גוט מסביר זיין. אין די ערשטע שעה'ן האט מען געוואוסט אז עס איז סמארפאונס. עד שבא חכם אחד און מפרסם געווען אז עס איז petrol גאזאלין דא אין אמעריקא. יעצט איז מען אין א געוואלדיגע צושטאנד. די רעגירונג וועט אויספארשען, און דאס וועט זיין די ראיה אז זיי זענען אנטיסעמיטען, מיר האבען דאך באשטעטיגט אז עס איז געווען petrol?! און ווען זיי וועלען געוואויר ווערען אז עס איז טאקע געווען סמארטפאונס, וועט מען וויסען פאר זיכער אז עס איז אנטיסעמיטען אדער גאר א.ט.ד.ס וואס שטעלען עס אונטער.

אין ספרי קבלה האבען זיי שוין לאנג צוגעשטעלט דער ענין פון הדלקה ל"ג בעומר און מציצה בפה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 8:25 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: דיין תגובה איז א ביסל דזשיבעריש, בלע"ז. אבער איך האב ארויס וואס ס'דרוקט דיך. מיך באדערט אויך די זעלבע. מ'נעמט א קליינעם ברענטש פון אידישקייט און מ'מאכט פון דעם אן עיקר. און פון עיקר מאכט מען א טפל. און נאכדעים וואונדערט מען זיך פארוואס ס'זענען דא אזויפיהל או.טי.די'ס ביי אונז...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט דאס האב איך געמיינט. מיר לאזן נישט קיין שום פארשונגען אויף מציצה בפה, ווייל עס איז דאך באשטעטיגט אז עס איז בסדר. ד"ר בערמאן האט עס באשטעטיגט. און ממילא איז אלסדינג רעליגיעז פרידאם, ווייל קיין סכנה איז דאך נישט דא.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:41 pm
דורך לייבעלע
אין מאנסי איז לעצטענס די וויגעלע פון עקטרימיזם נאכדעם וואס עטליכע רבנים זענען ביזי מיט די טעכנאלאגיע בכל עת ובכל שעה

די קומענדיגע שבת (וואס צייכענט אפ נאך א יאר צו די ערב ר"ח סיון פון די כינוס כלל ישראל און מעמד הדר קבלוה)
גייט זיין א שבת גערופען 'לדורותם'
וואס די מעין איידיע איז צו ענדיגן מיט סמארטפאונ'ס אין פאבליק

יעדע שול גייט האבן א בעל דרשן וואס גייט אויפאדערען דעם ציבור נישט ארויסצונעמען א ס"פ ברבים.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:42 pm
דורך לייבעלע
דאס איז געהאנגען אין די שולען

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:43 pm
דורך לייבעלע
און די צעטליך האט מען פאשפרייט אין אלע שולען דעם פארגאנגענע שבת

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:43 pm
דורך לייבעלע
און יעצט זוכען זיי עסקנים

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 3:39 pm
דורך יין שרף
אוי רבש"ע. על מי נטשת הצאן האלה..

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 3:43 pm
דורך יין שרף
אהרן יוסל האט גע'יושב ראש'ט...

איך האף ער האט זיכער געמאכט צו אויסמעקן זיין צווייטע נאמבער פארדעם, ווייל ביז נישט לאנג צוריק פלעגט עס ארויסקומען אויף וואטאפפ און טעלעגראם..

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 3:43 pm
דורך רימון
די קאמפיין זעט אויס מורא'דיג פרעמד נעמענדיג אין באטראכט דער גאנג וואס די אינטערנעט מערכה האט גענומען די לעצטערע יארן, אז די תשע"ב שפראך ארום די טעג פון כינוס כלל ישראל הערט זיך ווי א קאלטע רעפארמיסטישע שפראך...

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 3:47 pm
דורך בן ישי
ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 3:53 pm
דורך יעקב מענטש
איינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?

נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 12:41 am
דורך יין שרף
בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

הייסט ער איז א דאפלטער שגץ.. א בחינה פון יודע את בוראו ומכוון למרוד בו

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:39 am
דורך [NAMELESS]
גראדע אויף די צעטלעך וואס הענגען אין די שילען איז די לשון גאנץ איידל. ס'שטייט נישט קיין שום שלעכטע ווארט אויף סמארטפאונס, און ס'איז נאר אויף נישט עס ארויסצונעמען בפרהסיא. (די גליון שוין נישט...)

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:56 am
דורך יין שרף
אוודאי, ווייל נארמאלע מענטשן האבן נישט קיין צייט צו דורך לייענען א גליון, נאר כולל אינגעלייט, מוחים און עסקנים.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 8:36 am
דורך שמעקעדיג
בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?