בלאט 17 פון 26

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
I'm back

דארפסט אפגרעידן צו 'שר ארבע מאות'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:51 am
דורך דענקער
איך האב הנאה געהאט פון [tag]חביבי[/tag]'ס אונטערשריפט

לעב נישט ווי א ארימאן צו קענען שטארבען ווי א עושר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:09 am
דורך טעפל
איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:50 am
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס:

א שטורעמיש ווינקל צו שמועסן, פאברענגען, לאכן, וויינען, שרייען, גראפיטין, חוזק'ן, זינגען, טאנצן, רעדאגירן און קריכן אויף די געהירן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:03 pm
דורך אויס מענטש
איציק האט א פיינע חתימה.

:like

איך וויל קאמענטירן וועגן א ניק נישט וועגן א חתימה ווי טוט מען דאס ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:07 pm
דורך ברסלבער
אויס מענטש האט געשריבן:איך וויל קאמענטירן וועגן א ניק נישט וועגן א חתימה ווי טוט מען דאס ?

viewtopic.php?f=4&t=4363

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:21 pm
דורך איציק
טעפל האט געשריבן:איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

מ'זאגט אז "איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער," דערפאר האב איך עס געברענגט אין בילד פארמאט. אבער איך וויל זיך נישט שפילן מיט יענעם'ס נערוון. ביז די נערוון!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:40 pm
דורך טעפל
איציק האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

מ'זאגט אז "איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער," דערפאר האב איך עס געברענגט אין בילד פארמאט. אבער איך וויל זיך נישט שפילן מיט יענעם'ס נערוון. ביז די נערוון!

יעצט האטו מיר בארואיגט די נערווען!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 7:33 pm
דורך שמעקעדיג
[tag]איש עברי[/tag] שרייבט - זייער פאסיג:

אויב דאס לעבן איז א וויץ דאן איז עס א אומגעלונגענע. ווייל איך כאפ עס נישט


:like :like

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 7:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיר ליגט אין זכרון אז איינער האט עס שוין גענוצט דא אמאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:12 pm
דורך ברסלבער
[tag]הילל[/tag]'ס חתימה:
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

הרב אשר לעווין האט דעם חודש אין דער שטערן א שיינע אריכות אויף דעם, ער טייטשט "זה כלל גדול בתורה", עס איז נישט אפגעשריבן קיין פרטי הלכות אויף אהבת ישראל, אויף הלכות אהבת הבריות, ווייל דאס איז א זאך וואס דארף קומען פונעם אייגענעם מענטשליכן געפיהל, די תורה זאגט נאר דער "כלל" ואהבת לרעך כמוך. ואידך פירושא - די פרטי הלכות, זיל גמור - דאס דארף זיך א מענטש אליין לערנען און וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אנדערע מענטשן.
ער איז נאך מאריך דארטן זייער שיין, אפשר וועט [tag]שמעקעדיג[/tag] שאפן דעם גאנצן ארטיקל פון עפעס א רוצה בעילום שמו.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א שיינע ארטיקל איך האב עס געליינט. אז מ'רעדט פון שטערן וויל איך זיי בעטן אויפהערן שרייבן אין זייערע מודעה יעדע חודש וועגן קאלירפול שיינע עדס אז זיי זענען דער איינציגסטע אויסגאבע וואס ליגט ביי יעדן אינדערהיים א גאנצע חודש.. ס'נישט אמת. מעלות ליגט אויך א גאנץ חודש אויב נישט א גאנץ יאר/יארן... און ס'דא נאך. פארוואס דארף מען ליגענט זאגן? ס'נישט עטיש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:43 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געטוישט זיין חתימה, טרם ישאלו ואני אענה, ס'איז מיוסד אויף אן ענדליך ווארט: האסט נישט וואס צו טוהן? טוה עס נישט דא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:43 pm
דורך מאטי
האסט נישט וואס צו חתמ'ען חתמ'ע נישט דא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:49 pm
דורך איש עברי
מאנכע קריכן ארויס פונעם ״קליינעם באקס״ בלויז זיך צו טרעפן אין א גרעסערן.


מאטי וואס איז די טיפקייט פון דיין חתימה? אוודאי איז א גוטע זאך צו ארויסגיין צו א גרעסערע באקס מען קען זיך א ריר געבן סאיז דא מער פלאץ צו אטעמען, וואס איז דיין פוינט?

און נאך א הערה לויט דיינע געשמאקע תגובות וואלסטו געמעגט האבן מער א זאפטיגע נאמען [tag][/tag]moti107 קלונגט עפעס ווי נאך איינער פון די פיר הונדערט קאממענטס אויף א נייעס וועבזייטל

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:13 pm
דורך מאטי
על ראשון ראשון כ׳על דיר דאס מסביר זיין מיט א משל: ס׳אמאהל אריינגעקומען א אינגערמאן אין שול מיט א שיינער האריגע ״קוטשמא״ צום ערשטען מאהל. זיין חבר פרעגט אים וואס איז געשען ? גארנישט גארנישט - זאגט ער - איך קאק אויפן סיסטעם.....

על אחרון, ביסטו טאקע גערעכט, מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
moti107 האט געשריבן:מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

דארף דיין ניק מאכן א ברכה "שלא עשני כרצוני".

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:13 pm
דורך ברסלבער
moti107 האט געשריבן:על אחרון, ביסטו טאקע גערעכט, מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

איך מיין אז מען קען אריינגעבן א פארלאנג צו טוישן די ניק. גבאי שני שרייבט דא:
גבאי שני האט געשריבן:דער ניק "בנימין פרנקל" איז געטוישט געווארן צו "בענדזשאמין פרענקלין".

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:21 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען זיכער טוישן, אבער נישט אלץ לוינט עס.
אז דער עולם איז שוין געוואוינט דערצו, לאז עס לענ"ד.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
און בכלל, וואס טראכטן די אלע וואס "כאפן נישט" אז עס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר יעדן צו זעהן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:26 pm
דורך אפטעמיסט
איזה עשיר השמח בחלקו. עטס זעהטס? ווען איך הייס ווען שמעקעדיג וואלט איך מיר שוין לאנג גע'הרג'עט. אבער דער שמעקעדיג גייט אן כאילו לא היה. מ'קען זיך לערנען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
סארי צו זאגן אבער דיין אוואטאר קוקט אויך אויס אביסל שמעקעדיג :twisted:

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אינטער א שטענדיגע suicide watch.