בלאט 17 פון 19

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:03 pm
דורך אביגדור
נאכ'ן לייענען יוסי גרין'ס אינטערוויו אינעם "עמי" מאגאזין לעצטע וואך, האב איך פארשטאנען וואס דער פראבלעם דא איז.

יוסי טייטשט, דאגה בלב איז ישיחנה לאחרים, פארוואס? ווייל ווילאנג די דאגה איז נאר אין מחשבה, ארבעט די פאנטאזיע און פארגרעסערט און פארטיפט די דאגה אסאך מער ווי ס'איז באמת, ווייל עולם המחשבה האט נישט קיין צמצום. אבער איינמאהל מ'רעדט עס ארויס, לאנדעט די דאגה אויפ'ן עולם המעשה, און ס'איז שוין מוגבל צום דיבור בעלמא, ממילא שפירט זיך עס קלענער.

ווען באס דרייווער האט זיך ארומגעדרייט מיט זיינע ווייטאגן, האט עס איהם געעגבערט אין מחשבה טאג און נאכט. הלמאי?! פונקט איך פון אלע מענטשן דארף אהיימקומען צו א שלאק? מה עשיתי כי תשא עלי חטאת? און די מחשבה דמיונ'ט און ער איז אלץ געווארן מער און מער אויפגעגעסן אין הארצן. ער האט געטראכט: אפשר וואלט געוועהן א פלאן דאס אלעס אראפצושרייבן אינעם קאווע שטיבל ויקראו חכמים ויקחו לקח.

אבער ער האט נישט געוואוסט דאס וואס יוסי גרין האט געוואוסט: איינמאהל דו ביזט מצמצם דיינע מחשבות צו א קיבאורד און א סקרין, ווערט ארויס געוועקיומט ס'רוב נשמה פון דיין מעשה, און ס'לייענט זיך לעכערלעך.

מ'דארף זיין גאר א גוטע שרייבער, אזוי ווי גאר א גוטע קאמפאזירער, צו קענען איבערגעבן דאס וואס מען טראכט במחשבה צו א כלי גשמי אן דעם וואס ס'זאל פארלירן פון איר טיפקייט.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:55 pm
דורך green sunday
איך קען נאר אזויפיל צולייגן אז דו ביסט 100% גערעכט, דו ווייסט נישט וויפיל אינגעלייט (ווי אויך עלטערע בע"ב) האבן פראבלעמען מיט די ווייב, פשוט ווייל זיי ווייסן נישט וואספארא באשעפעניש די פרוי איז און ווי אזוי מען דארף דאס הענדלען, עס איז אזוי ווי מען זאל אריינשטעלן א פרישע אינגערמאן נאך די חתונה אין א באדי שאפ און מען זאגט אים פאנג אן צו פארעכטן קארס אן געבן די מינדעסטע אינסטראקשענס וואס א קאר איז בכלל.

איך גיי נישט אדווערטייזען קיינעם, אבער דעם אמת מעג איך זאגן, איך אליין האב מיך היבש געמוטשעט מיט די פראבלעמען, ביז איך בין איינמאל געגאנגען צו ר' אלעזר פרידמאן'ס שיעור פון "שעורי הלב", עס איז נישט קיין שלום בית שיעור, ער איז פשוט מסביר פארוואס דער באשעפער האט באשאפן אזא מין זאך ווי א פרוי, אין פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן זכר, און וויאזוי מען דארף דאס הענדלען, און ב"ה איך האב באקימען גאר א נייע בילד פין דעס מין זאך וואס רופט זיך חתונה האבן, און אסאך זאכן האבן זיך געטוישט צום גוטן ב"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער אויך. פון מיין קוק ווינקל קען א יעדער בר דעת נוצן אזא שיעור, עס איז פשוט אן אינסטראקשען מעניואל.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:34 pm
דורך היימישער ליטוואק
זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:44 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
היימישער ליטוואק האט געשריבן:זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!
דא מי א פלעיוואר. מען שלאגט זיך און מען הרגעט זיך איבער די גאנצע וועלט. באשולדיג נישט דעם חסידישען דרעליאק דא.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:19 pm
דורך היימישער ליטוואק
אין די גאנצע וועלט איז כאטש דא א תקופה פון עטליכע חדשים/יאר נאך די חתונה + א פאר יאר פריער ווען זיי האבן זיך ליב. נאר שפעטער וועפט דאס אויס מחמת כמה סיבות, און דער יצר פון רציחה שלאפט אויך נישט וכו'. אבער ביי אונז איז דער חסרון אז מיר זענען בכלל קיין מענטשן נישט.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:37 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
וואס פארא שייכות האט ליבשאפט, מיט זיין א מענטש?
בכלל, ווארפט מען זיך דא ארום מיט 'ליבשאפט' ווי דאס איז מעשים בכל יום. קוק דא אז 30% מענער אין אמעריקא זענען מודה אז זיי וועלן מתחלה חתונה האבן אפי' זיי האבן נישט קיין אהבה. עס איז זיכער דא אסאך מער וואס רעדן זיך און דעם ווייב איין אז זיי האבן זיך ליב.
קוק אויך דא אז שידוכים סיסטעם איז מער מצוי אז עס זאל געלונגען.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:50 pm
דורך green sunday
היימישער ליטוואק האט געשריבן:זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!

הוא אשר דברתי אז מען פארשטייט די גאנצע קאנצעפ פין א פרוי האט מען נישט די קשיא בכלל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:29 am
דורך אביגדור
ואני אומר, אז מען דארף בכלל נישט קיין שיעורים און קיין רבי'ס. מען דארף שכל. ווען איך האב ביי מיר געזעהן אז מיינע שמועסן זענען איר נישט אינטרעסאנט, וכדומה, האב איך צוגעלייגט אביסל קאפ צו די שמועסן וואס זי האט מיט אירע חבר'טעס. איך האב אריינגעטראכט פארוואס צו די און די חבר'טע האט זי א געשמאק מה שאין כן צו אן אנדערע וואס זי האט נישט אזוי ליב מיט איר צו רעדן.

יגעת ומצאת תאמין, כ'בין דערגאנגען איר גאנג. כ'האב ארויסגעהאט וואס עס מאכט איר tick'ען. פון דאן און ווייטער דעליווער איך איר נאר די סחורה וואס זי האט ליב, און וואונדער איבער וואונדער!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:20 pm
דורך gehlungen
Ha Ha easier said then done. We still say "sheloi usonee eeshoo !

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:27 pm
דורך אביגדור
געלונגען,

ועוד אני אומר, "שלא עשני issue"...

אז מ'מאכט נישט קיין אישו, האט מען נישט קיין פראבלעם מיט'ן אשה...

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 4:37 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:הארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.

http://tcciinternational.org/

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:17 am
דורך נארמאלער
ער איז גאנץ פארשטענדליך אין אויסגעהאלטן צים פּאונט

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 3:42 am
דורך טעפל
ביסט גערעכט ביי רוב מקרים, איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין ערענסטע נושא דערפון און אונז שמואסן א מחיה, זי רעדט מיט מיר מער ווי מיט איהרע חבערטעס

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:09 pm
דורך בדחן
איך וויל איבערבעטן ברבים דעם ניק "באס דרייווער" פאר'ן זיין פון צווישען די ניקים וואס האבן עפענטליך געצווייפעלט אין זיין מעשה.

לא עלתה על דעתי אז אזעלכע זאכן קענען זיין אמת, ליידער האב איך די לעצטע עטליכע וואכן מיטגעהאלטן צוויי מעשות אקוראט די זעלבע ווי באס דרייווער האט געהאט, איך האב עס מיטגעהאלטן ערשט-האנטיג ווי אזוי א (אומ)מענטש וואס טוט אין שלום בית, ער הייסט א ריזיגער תלמיד חכם און ער איז א געלערענטער דערצו פאר פעסיכילאגיע, ביי איינס האט מען אים אפגעטעיפט ווי דער אינגערמאן וויינט ווי צו א גזלן צו זיין אפיס צוויי מאל צו באקומען א אפויטמענט און מען לאכט זיך אויס פון אים, און יענער גייט אן מיט א העצע צו די פרויען קעגן די מענער,

וויבאלד איין פאל איז מיין נאנטע חבר, בין איך געווארן אריינגעדרייט אויך ביי די צווייטע מעשה, און איך זע אלעס ערשטהאנטיג. אוי לנו שכך עלתה בימינו..!!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:18 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
אזוי ווי דו ביסט בכלל נישט פון די וואס זוכען צו האקן אויפן סיסטעם, נעם איך שטארק אהן דיינע ווערטער. עס כאפט מיר א ציטער.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:24 pm
דורך משה געציל
עס כאפט מיר אן א ציטער אז די וואס נעמען זיך אייביג אן פאר'ן סיסטעם, פארשטייען אויך אז אלעס איז פיין און וואויל ביז עס קומט צו אים פרעזענדליך.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:31 pm
דורך בדחן
עס כאפט אן א עקל און גרויל צו זען די שנאה און אפשיי פון א טייל מענטשן צו יעדע זאך וואס שמעקט מיט ערליכע אידישקייט..

---

אגב, איך האב דערציילט א מעשה.. קענסט ארויס נעמען דערפון ווי אזוי דו ווילסט אז מאך זיכער נישט צו ציטערן קענסט ח״ו באקימען א סידשער.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:38 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל, איך מיין אז דו גייסט צו שארף.
ס'איז באמת פאראן מענטשן וואס גלייבן נישט געוויסע זאכן און צווייפלען אין געוויסע מעשיות, ביז זיי איבערצייגן זיך דאס מיט די אייגענע אויגן. איך בין אויך אמאל אזוי געווען מיט געוויסע ענינים,
אבער מען לעבט און מען לערנט זיך.

גיב קרעדיט ווען עס קומט זיך. ער האט די קוראזש מודה צו זיין, און איבערבעטן א חבר דא ברבים (ער וואלט עס געקענט טון אין אישי פונקט אזוי)... מודים דרבנן היינו שבחייהו!

בדחן! :like :like :like

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:44 pm
דורך משה געציל
ווען איינער וואס פארשטייט אייביג אז די סיסטעם האט נישט קיין שום לאך, אלעס פארט געשמירט, און איינער וואס ריפט זיך אן א ווארט ווערט אראפגעריסן בכל התוקף, שרייט עס אויס פון זיך אליינטס "פארוואס ווען עס קומט צו דיינע אינטערעסן זענען די הלכות אנדערשט".

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:46 pm
דורך זר זהב
אקעי אבי מ'קען זיך שלאגן אויף עפעס ווייטער....

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:29 pm
דורך בעל הבית
ווי קען זיין, אז די קענסט מסיח דעת פין דיין טייערע כאצימאטידית ?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:20 am
דורך אויס מענטש
בדחן די חלומסט !
די ערשטע מעשה איז א דמיון און די צווייטע א פאנטאזיע
זיי מודה און זיי נישט קיין בעבי

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:23 am
דורך איחוד פעלד
אויס מענטש האט געשריבן:בדחן די חלומסט !
די ערשטע מעשה איז א דמיון און די צווייטע א פאנטאזיע
זיי מודה און זיי נישט קיין בעבי


ג"א מצטרף