בלאט 17 פון 22

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:39 am
דורך טעפל
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...

עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

ר' יאסעלע דו זאגסט אליינס אז ס'איז דא ערגעץ אנדערש, בכל הכבוד קיינער איז אייך נישט מכריח צו שרייבען דא, איהר קענט אריבערגיין צום אנדערען פלאץ וואו מען שעפט חיזוק (וואס איז אמת).

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:43 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געלייקט יאסעלע ווייל ער איז גערעכט אז קאווע'ס סטעיטמענט איז נאריש און באלאנגט נישט דא. אבער איך כאפ נישט פארוואס די מנהלים לאזן נאך צו דעם יאסעלע דא קימען איינמאל און נאכאמאל נאר אויף צו העצן און העצן און העצן. ער האט שוין געסטראשעט אז ער גייט מער נישט דא שרייבען , און ער איז עס מקיים!! ער "שרייבט" נישט ווי א נארמאלע מענטש - ער איז נאר דא צו שימפען און העצן.
איך מיין אז נישט אויף אים אפציטוהן, נאר פאר די טובה פון אלע קאווע שטיבלער'ס דארף מען דעם יאסעלע ארויסשפארען פון דא

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:46 am
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן:פרישע דעטאלן קומען אפיר איבער דעם מערדער באריכטעט דער דעילי ניוס באריכות. צווישן אנדערע האט פארציילט דער רוצח אקעוועדא פאר פריינט אז ער איז געווען אין א קאר טשעיס דורך איינעם פון זיינע אלטע דראג פיינט ווען ער האט געדריקט דעם געס פעדעל אויף קענט עוויניו. ער האט איינעם געהארגעט אין 1987 און צוויי וואכן צירוק האט איהם די פאליציי אפגעשטעלט דרייוון שיכור מיט רויטע אויגן. שוין פארוואס איז דער פארשוין אויף די גאס מיט א קאר? דער ברוקלין סיסטעם זעט אויס איז ביזי איינשפארן מענטשן ווי ר' אריה לייב גלאנץ צו שיקן מעסעזשעס פאר די ריכטיקע מאפיאנערן חסידים. ביני לביני פארן דא ארום די שעדליכסטע עלעמענטן צו רצח'נען אונזערע זיסע פארלעך און די פיצינקע במעי אמם.

עַל נִפּוּץ אֱלֵי סֶלַע עֲוִללֶיהָ נְעָרֶיהָ
וְעַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ

http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1278855

Wow!! איך זעה די דעילי נאס האט געשטעלט "אכט" ריפארטערס אויף די מעשה!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:01 am
דורך בן תמליון
יא, א שטארקער באריכט ווי אויך אונזער יניב. די קאמענטס זענען פאזיטיוו דאס מאל חאטש איך זעה איינער שרייבט מען האט אויסגעמעקט זיין שאלה ווי די פרויען זענען ביי די לוויה, וואס זאגט אז דער ניוס גיבט דא אכטונג די נאציס זאלן נישט שטעלן קאממענטס אין אזא סענסיטיווע טעמע.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:34 am
דורך שרייבער
א בריוו וואס נחמן ע"ה האט געשריבן לפני יום חופתו פאר זיינע עלטערן


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=350

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:36 am
דורך לעמיל
שרייבער האט געשריבן:א בריוו וואס נחמן ע"ה האט געשריבן לפני יום חופתו פאר זיינע עלטערן

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=350

נוי יארק האט שוין געפענט א אשכול דערוועגען

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:38 am
דורך שרייבער
יא, יעצט געזען, אנטשולדיגט

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:09 am
דורך שמעקעדיג
איך הער אז גאב"ד מאנסי הרב האלבערשטאם איז געזעצן א גאנצע נאכט מוצש"ק אינעם הויז פון הרב גלויבער, לעודד ולחזק.
זייער שיין, כה לחי!

ועיי' מה שכתבתי באשכול אחר.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:38 am
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך הער אז גאב"ד מאנסי הרב האלבערשטאם איז געזעצן א גאנצע נאכט מוצש"ק אינעם הויז פון הרב גלויבער, לעודד ולחזק.
זייער שיין, כה לחי!

ועיי' מה שכתבתי באשכול אחר.


הרב שמעקעדיק:

די צייכענטס צו, צו אנדערע אשכול וואס דארט ביזטו מסביר די קוואלעפעקאציעס וואס מען דארף האבן צו זיין א רבי, און לויט דיין מיינונג האט גאב''ד הרב האלבערשטאם שליט''א די רבישע שטריכען, צילוב זיינע מידות און ג''ח וואס ער טיט,

כיהודה ועוד לקרא:

איך געדענק נאך ווען זיין שוואגער האט בר מצווה געמאכט זיין ערשטע אייניקל, א טאג נאך שבת שיבה, שנת תשס'ב, און די זאלן פון קאנקארד פלאזא, איז דער גאב''ד רב האלבערשטאם שליט''א אנגעקימען נאך דער בר מצוה, און דער שוואגער וואס איז דעמאלס דירוך געגאנגען א שווערע תקיפה, האט אים א פרעג געטאן, איצט קימט מען? האט דער גאב''ד רב האלבערשטאם שליט''א גענפערט מיט זיין באבווער חן, און זיין ענווה, און מידות, " איך האב נישט געקענט טרעפן קיין בעבי סיטער" עכ''ל

וואו נאך טרעפט אזא בעל מידות, אזא פארזענליכקייט וואו דער רב האלבערשטאם?

ער קען דאך ווען זאגן א רבניש תירוץ, וואו ער האט געהאט א שווערע שאילה, אדער א קאמפלעצירטע ד''ת אד''ג?
ניין! ער זאגט דעם " ריינעם אמת" " איך האב נישט געקענט טרעפן קיין בעבי סיטער"

אשרינו אז ביי יודן איז נאך דא אזעלעכע ערליכע אמת'ע רבנים וואו דער גאב''ד הרב האלבערשטאם שליט''א

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:49 am
דורך שעפטל
ריפארט: ברעיקינג! דער דרייווער פונעם בי עם דאבעליו הולויא אסאוועידאו איז ארעסטירט!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:53 am
דורך שעפטל
אפדעיט: די פאליציי האט אים אויפגעפיקט אויף עווערגרין עוו. אין ברוקלין

*

געוויסע זאגן ס'איז נישט אמת... (ווי ריפארט יו דיסייד...)

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:59 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
מורינו הרב איז דא 11:59
והמבין יבין...

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:19 pm
דורך שעפטל

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:23 pm
דורך ניו יארק
מן הסתם קראנט

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז געגאנגען צום ארבעט געהעריג? איז ער אזא שוטה משוטה? די גאנצע וועלט זיכט אים און ער גייט צום ארבעט?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:35 pm
דורך יואליש
די אייגענטימעריו פון די בי עם דאבעליו איז ארעסטירט געווארן זונטאג צופרי פאר אינשורענס פראוד. לויט ווי איך הער אויף עללעון פיקס ניוז באשטייט די פראוד פון בארגן איר קאר פאר איימיצען וואס איז נישט אויף די פאליסי. כ'פארשטיי אז די פאליציי האט געזיכט דאס מינדעסטע חטא כדי איר צו קענען אויספארשן. אבער איז טאקע בארגן א קאר א טעכנישע ווייאלעישאן פון די אינשורענס פאליסי?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:36 pm
דורך אוהב ספרים
וואס איז נייעס האט אראפגענומען די ריפארט

יעצט שרייבען זיי אז עס איז נישט אמת, ער איז לעת עתה נישט ארעסטירט

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:42 pm
דורך בן תמליון
Oren Yaniv ‏@OrenNYDN
You know how I know reports on Acevedo's arrest were bogus? I was on the phone with him after he was supposedly busted

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:44 pm
דורך שעפטל

זיי אפדעיטן....
An NYPD spokesman denied Tuesday afternoon that they had anyone in custody.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:45 pm
דורך בן תמליון
http://www.nydailynews.com/new-york/dri ... -1.1279817

אין קורצן ער זאגט ער וועט זיך איבערגעבן ווען ער האט א לויער. ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

איך גלייב נישט ממש וואס ער זאגט.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:55 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/driver-julio-acevedo-talks-death-crash-article-1.1279817

אין קורצן ער זאגט ער וועט זיך איבערגעבן ווען ער האט א לויער. ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

איך גלייב נישט ממש וואס ער זאגט.


מעגליך אז די גאנצע מעשה אז איר איז אנטלויפן םון א שונא איז געבאקן פריש לכבוד פסח דורך זיין לויער צו פארענטפערן די ספידן און דאס אנטלויפן פונעם סצענע.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:56 pm
דורך בן תמליון
Oren Yaniv ‏@OrenNYDN
Another giveaway that Acevedo's arrest at his work was bogus: he's unemployed.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
בן תמליון האט געשריבן:ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

אינטרעסאנט אז פון אלע פארבייגייער האט מען נישט געהערט קיין רמז קל פון קוילן...