בלאט 17 פון 29
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 4:13 pm
דורך משולם שטיינפעלד
קוקט אויס ווי א לערנינג דיסעיבלד אינגל
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 4:31 pm
דורך איך אויך
ער איז ביידע.
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 6:15 pm
דורך שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:קוקט אויס ווי א גלח.......
פארשעם נישט די גלחים
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 6:52 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:קוקט אויס ווי א גלח.......
א גלח זעט נישט אויס אזוי
גאגעל פאר "כומר" וועסטי זען ווי אזוי עס קיקט אויס
אבער וואס יא? ער זעט אויס ווי א ענטענשאן סיקער
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 10:06 pm
דורך סאשי פיש
למעלה למעלה למטה למטה דרום דרום
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 10:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
די ליפא בעשינג פאסט זיך פאר די אנכי וועלטינקעס, נישט פאר צעווילזירטע קאווע טרינקער. מ'האקט און מ'זעצט אויפן סיסטעם אז מ'געט נישט אונזערע קינדער א נארמאלע עדיוקעישון. איז געקומען א אידל וואס מ'האט טאקע טענות אויף אים אין אנדערע זאכן, פיין! אבער באקומען אן עדיוקעשיון? דאס שרייט מען דאך דא כסדר אז מ'דארף! ער זוכט אבער עטענשען! אקעי, יעדער, אונז אלע זוכן עטענשען אויף אונזער אייגנארטיגע מהלך. לעב און לאז לעבן!!
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 1:16 pm
דורך smartinof
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די ליפא בעשינג פאסט זיך פאר די אנכי וועלטינקעס, נישט פאר צעווילזירטע קאווע טרינקער. מ'האקט און מ'זעצט אויפן סיסטעם אז מ'געט נישט אונזערע קינדער א נארמאלע עדיוקעישון. איז געקומען א אידל וואס מ'האט טאקע טענות אויף אים אין אנדערע זאכן, פיין! אבער באקומען אן עדיוקעשיון? דאס שרייט מען דאך דא כסדר אז מ'דארף! ער זוכט אבער עטענשען! אקעי, יעדער, אונז אלע זוכן עטענשען אויף אונזער אייגנארטיגע מהלך. לעב און לאז לעבן!!
איינער האט אמאל געזאגט אז די לעזונג איז גיין און קאלעדזש, מען טענה'ט נאר אז אונזער סיטעים דארף א גרויסען תיקון, און אז אונזער סיסטעים זאל מען אביסעל פאלישען מיט מער עדיוקעשין, מהאט אבער קיינמאל געזאגט אז די אנדערע סיסטעם, די קאלעדזש סיסטעם איז בעסער, ווער האט דיר געזאגט אז און קאלעדזש באקומט מער עדיוקעשין, די אלע ריכטיגע געלערענטע מענטשען זענען געווענליך אויסגעוואקסן פון אייגענע הארעוואניע, מען קען אונז נישט עדיוקעטן נאר אז מען גייט און קאלעדזש, מהיכי?
ובנוסף, סאיז אן אנטוישונג אז דער שמעלצער איז אונזער דוגמא פון חכמה און עדיוקעשין..
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 1:55 pm
דורך קול דודי
smartinof האט געשריבן:מהאט אבער קיינמאל געזאגט אז די אנדערע סיסטעם, די קאלעדזש סיסטעם איז בעסער, ווער האט דיר געזאגט אז און קאלעדזש באקומט מער עדיוקעשין, די אלע ריכטיגע געלערענטע מענטשען זענען געווענליך אויסגעוואקסן פון אייגענע הארעוואניע..
לאפוקי קאלעדזש? טאקע? למשל ווער? (אין די לעצטע צוויי-דריי הונדערט יאר, ביטע.) איך קען טראכטן נאר פון צוויי (מ.פ. און ב.פ) פון די הונדערטער ״ריכטיגע געלערנטע״ אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אמער, ס׳קוקט אויס אז ס׳איז כמעט נישט מעגליך אן קאלעדזש.
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 2:10 pm
דורך smartinof
קול דודי האט געשריבן:smartinof האט געשריבן:מהאט אבער קיינמאל געזאגט אז די אנדערע סיסטעם, די קאלעדזש סיסטעם איז בעסער, ווער האט דיר געזאגט אז און קאלעדזש באקומט מער עדיוקעשין, די אלע ריכטיגע געלערענטע מענטשען זענען געווענליך אויסגעוואקסן פון אייגענע הארעוואניע..
לאפוקי קאלעדזש? טאקע? למשל ווער? (אין די לעצטע צוויי-דריי הונדערט יאר, ביטע.) איך קען טראכטן נאר פון צוויי (מ.פ. און ב.פ) פון די הונדערטער ״ריכטיגע געלערנטע״ אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אמער, ס׳קוקט אויס אז ס׳איז כמעט נישט מעגליך אן קאלעדזש.
אוודאי דארף מען זיך דרייען און אן אקעדעמישער סביבה, מיין פוינט איז אז די עיקר טענה דא אויפן סיסטעם איז געווען אז מען דארף 'דעם' סיסטעם מתקן זיין, און נישט אז א 'אנדערע' סיסטעם איז בעסער, און מיט די געלערענטע מענטשען האב איך געמיינט זאגן, אז גרויס געווארן זענען זיי נישט און אונובירסיטה נאר לאנגע יארן נאך זייער אייגענע הארעוואניע, צו זיי זענען געגאנגען, יא אבער זיי זענען נישט געגאנגען לערנען סתם און קאלעדזש געווענליך זענען זיי געגאנגען צו א ספעציפישע פילוסוף, מאטעמאטיקער, וכדו',
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 10:39 pm
דורך סאשי פיש
זאבי פריד פון שירה מאכט הבדלה...
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 10:42 pm
דורך סאשי פיש
יוסי גרין מיט גרשי מאשקוויטש מיט שרולי ווערדיגער ביים שמוסען איבער ניגונים
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 10:44 pm
דורך סאשי פיש
כח הנגינה!
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 10:51 pm
דורך סאשי פיש
יא ער לעבט נאך!!
מען זאל מתפלל זיין יואל בן גיטל!
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
נייע סידי שימי ענגעל
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:52 pm
דורך שטילע אינגערמאן
בערי וועבער........
כ'טראכט שוין צען מינוט וואס צו שרייבען אלץ קעפל, כמיין "..........." איז די בעסטע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=aSRNTFvwIRU[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:08 pm
דורך סאשי פיש
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:10 pm
דורך סאשי פיש
יודל ווערדיגער האט בר מצוה געמאכט!
פינקי
זאבי פריד פון שירה
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:47 pm
דורך מ גפני
ווער איז דער מיטעלסטער אינעם לעצטן בילד?
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:50 pm
דורך מצטמק ויפה
אוהב צדקה וחסד הרב הצדיק יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמור מסקווירא בפ זצ"ל, הנקרא בלשון חיבה איצי.
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:58 pm
דורך טיטאניק
סאשי פיש האט געשריבן:זאבי פריד פון שירה מאכט הבדלה...
דער שווארצער יונגערמאן מיטען שטריימעל הייסט שווארץ, כ'האב עם איינמאל געהערט דאווענען שחרית שבת, ער האט אראפ געלייגט א הערליכען געדאווענעכץ
דאכט זעך אז ער זינגט מיט איינע פון די קאפעליעס ווייס נישט וועלכע
איינער האט מער דיטעלס איבער עם?
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
ער איז פון מאנסי, כ'מיין אז זיין טאטע איז דער גבאי ביי ניקלשבורג/לעבאוויטש. ער זינגט אמאל ביי מזמרים
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:22 pm
דורך טיטאניק
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ער איז פון מאנסי, כ'מיין אז זיין טאטע איז דער גבאי ביי ניקלשבורג/לעבאוויטש. ער זינגט אמאל ביי מזמרים
איך האב זייער ליב געהאט זיין שטימע, פארוואס הערט מען עם נישט מער??
אוי האט ער שיין געזאגט! הויעך שטארק קלאר און זייער הארציג
א פלא אז מען הערט נישט פון עם מער