בלאט 17 פון 29

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 6:48 am
דורך [NAMELESS]
איך געדענק צו הערן דעם ניגון אויף א וויזניצע טעיפ, מעגליך אז די ניגון איז מער אזא "ארכיוו" ניגון און מען זינגט דאס נישט בפועל, אי"ה נאך די דריי וואכן וועל איך בל"נ אויפזוכן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 10:57 am
דורך קאך_לעפל
דאכצעכמער האט געשריבן:פארוואס קען איך בשום אופן נישט טרעפן די אנגעבליכע "נאפויליאן'ס מארש" וואס ווערט געזינגן דורך ליובאוויטש אלס די מארש וואס דער אלטע רבי האט געהערט ווען נאפויליאן איז אריבער זיין שטאט ליאדי
ווייסט איינער פארוואס ווען איך זיך נאפויליאנס מארש קומט ארויף אלעס אבער נישט דאס
אדרבה לא ראינו אינו ראי' אויב איינער קען מיר עס ברענגן


דאס איז טאקע נישט נאפאלעאנ'ס מארש, ס'איז די לאַ מאַרסעילאַיע. א ניגון וואס ס'איז פארפאסט געווארן דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. די ווערטער זענען פול מיט רציחה און בלוט דורשטיקייט, און ס'דינט נאך באשיינפערליך אלס די אפיציעלע פראנצויזישער הומנא ביז צום היינטיגען טאג. מ'זינגט דאס איז חב''ד מיטן גרעסטן מאס חסידישער התלהבות, ווי איר קענט זיך פילייכט איבערצייגן אין דעם בייגעלייגטען קליפ.

https://www.youtube.com/watch?v=HU5j5QApn3Q

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: אבער וואס דרינגען מיר ארויס פון דעם...?! ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסאן ברענגט נאר א אראפ דעם פאקט אז די רבי האט געזינגען דעם ניגון אין מיטן די הקפות. אבער ער איז נישט מסביר. און זאגט נישט א טעם פארוואס. ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו הערן א תשובה אויף דעים...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 1:35 pm
דורך ונבנתה העיר
קאך_לעפל האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:פארוואס קען איך בשום אופן נישט טרעפן די אנגעבליכע "נאפויליאן'ס מארש" וואס ווערט געזינגן דורך ליובאוויטש אלס די מארש וואס דער אלטע רבי האט געהערט ווען נאפויליאן איז אריבער זיין שטאט ליאדי
ווייסט איינער פארוואס ווען איך זיך נאפויליאנס מארש קומט ארויף אלעס אבער נישט דאס
אדרבה לא ראינו אינו ראי' אויב איינער קען מיר עס ברענגן


דאס איז טאקע נישט נאפאלעאנ'ס מארש, ס'איז די לאַ מאַרסעילאַיע. א ניגון וואס ס'איז פארפאסט געווארן דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. די ווערטער זענען פול מיט רציחה און בלוט דורשטיקייט, און ס'דינט נאך באשיינפערליך אלס די אפיציעלע פראנצויזישער הומנא ביז צום היינטיגען טאג. מ'זינגט דאס איז חב''ד מיטן גרעסטן מאס חסידישער התלהבות, ווי איר קענט זיך פילייכט איבערצייגן אין דעם בייגעלייגטען קליפ.

https://www.youtube.com/watch?v=HU5j5QApn3Q

דו פארמישט די צינורות.

וואס מען רופט אין חב"ד נאפאליאנ'ס מארש, און שטאמט פונעם אלטן רבי'ן, גייט כזה:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OOllDdAaaXQ[/youtube]

די ניגון פון וואס דו רעדסט האט דער רבי ארויפגעלייגט אויף האדרת והאמונה, כזה:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=iNkasSFLXTg[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 1:59 pm
דורך קאך_לעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: אבער וואס דרינגען מיר ארויס פון דעם...?! ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסאן ברענגט נאר א אראפ דעם פאקט אז די רבי האט געזינגען דעם ניגון אין מיטן די הקפות. אבער ער איז נישט מסביר. און זאגט נישט א טעם פארוואס. ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו הערן א תשובה אויף דעים...!


כ'האב נישט דעם המשך פונעם קליפ, וואו ער איז דאס מסביר...ווארשיינליך בטו''ד כדרכו....

און אויף דעם אדרת ואמונה פון חב''ד איז דא א מקור אין די סעקולערע וועלט, דאס איז דאך די לאַ מאַרסעילאַיע. אבער אויפן אנגעבליכער מארש פון נאפאלען האב איך למעשה ביזדערווייל נישט געטראפן קיין מקור אין די סעקולערע וועלט. דער הייליגער תניא איז מיר מער ווי גענוג. אבער עמיצער דא האט דאס אנגעפרעגט...

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 8:38 pm
דורך דאכצעכמער
יישר כח פאר אלע מגיבים און טאקע ונבנתה לזאת היתה כוונתי איך זיך דעם ניגון וואס מען רופט אין חב"ד נאפוליאנ'ס מארש

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 8:39 pm
דורך דאכצעכמער
עס מוז זיעכר זיין צו געפינען ערגעצווי

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:38 am
דורך אור נוגה

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
אור נוגה: פרעגט די גמ'...מאי קא משמע לן...?! וואס לאזט ער מיך הערן. ס'איז א טיפיקל קאנטרי סאנג. איינער פון די אידישע זינגערס האט עס נאכנישט איבערגעזעצט אויף אידיש...פי' עס אריינגעטייטשט אין א פסוק אדער מאמר חז"ל (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:07 am
דורך אור נוגה
berlbalaguleh האט געשריבן:אור נוגה: פרעגט די גמ'...מאי קא משמע לן...?! וואס לאזט ער מיך הערן. ס'איז א טיפיקל קאנטרי סאנג. איינער פון די אידישע זינגערס האט עס נאכנישט איבערגעזעצט אויף אידיש...פי' עס אריינגעטייטשט אין א פסוק אדער מאמר חז"ל (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...!

איר דערקענט נישט דעם ניגון? (טראכט פון חודש אדר)

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 11:54 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:44 pm
דורך דאכצעכמער
א באקאנטע חתונה ניגון
https://youtu.be/VmHVFR3nIxc

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רבי משה לייב סאסובער פלעגט אסאך צאמקלויבן געלט פאר צדקה, איינמאל ביי א חופה פון א יתומה וואס ער האט צאמגעקליבן די געלט פאר די חתונה האבן די מוזיקאנטן געשפילט דעם הערליכן ראמענישן פאלקס ליד. ער האט אזוי ליב באקומען דעם ניגון אז ער האט געזאגט אז ער וויל אז ביי זיין לויה זאל מען עס אויך שפילן. הקיצור המעשה די מוזיקאנטן זענען אמאל געווען אונטערוועגנס און אינמיטן האבן די פערד זיך גענומען גיין פון זיך אליין און מ'האט זיי נישט געקענט אפשטעלן,זיי זענען אזוי געגאנגען און געגאנגען ביז זיי זענען אנגעקומען צו א בית הקברות זעען זיי אז מ'באגלייט א טויטן צו זיין אייביגן רוה. הערנדיג אז די נפטר איז ר' משה לייב סאסובער האבן זיי זיך דערמאנט די מעשה פון יארן פריער, און זיי האבן דארט געשפילט דעם ליד.

עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.

ראובן קסל שפילט דעם ליד, אביסל צו שטייט פאר מיין טעיסט, אבער מן הסתם מער אריגינעל.

נ.ב. יעצט קוקנדיג אינעם דעסקריפשן זעה איך ווי יענער פארציילט די זעלבע מעשה. :lol: :lol: :lol: .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:47 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.

מוסא ברלין שפילט דעם ליד, אביסל צו שטייט פאר מיין טעיסט, אבער מן הסתם מער אריגינעל.

נ.ב. יעצט קוקנדיג אינעם דעסקריפשן זעה איך ווי יענער פארציילט די זעלבע מעשה. :lol: :lol: :lol: .


אין וויזניץ איז דאס נאר איין תנועה פון א לענגערע ניגון

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:59 am
דורך וואלווי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
נישט דאס האב איך געמיינט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
דער וויזניצער ניגון איז באוואוסט אז ס'איז פון גוים במקור.


https://www.chasidinews.com/22817/

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:51 am
דורך רביה''ק זי''ע
צלפחד האט געשריבן:די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...

https://youtu.be/OceaHqks3HA

בנוסח אחרת אן קול אשה.

די ניגון אזויווי מ'זינגט עס אין וויזניץ.

די דריטע צו די לעצטע ניגון, 19-ניגון עתיק-ויזניץ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:20 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווייסט דא איינער פון אזא ניגון צוזאגן?

[tag]נקודת-אמת[/tag]?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:39 am
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייסט דא איינער פון אזא ניגון צוזאגן?

[tag]נקודת-אמת[/tag]?

פון די מינוט און ווייטער קען איך נישט.
אבער ביז דארט ווערט געזינגען אין אלע חצרות לעלוב
א ניגון אן קיין ווערטער.

דער קלארינעטיסט איז מסביר אז ער האט דאס אפ-געקויפט פון א ישמעאלי, לויט וואס איך האב געהערט איז דאס געוועהן א גלח.

געהערט האב איך אמאהל א גירסא אז דער לעלובער צדיק האט געפרעגט דער גלח וואס איז ער זיך מתבונן בשעת ער זינגט דער ניגון.
האט דער גוי געענטפערט, אז ער איז אמאהל געזעצן אויף א בוים און אריינגעווארפן א שטיינדעלע אין טייך אריין און די וואסער האט געפלאטשקעט א קליין פלאטשקע.
און דענטסמאהל איז עם איינגעפאהלן דער ניגון, און אייביג בשעת'ן זינגען טראכט ער וואס וואלט געוועהן:
ווען אלע מענטשן זענען מיר? (-כלו' אז ער וואלט געוועהן אזוי גרויס און אזוי שטארק ווי אלע מענטשן שבעולם צודעזאם)
און דער בוים (וואס איך זיץ אויף) וואלט געוועהן אלע ביימער? (-כלו' אזוי גרויס און הויעך ווי אלע בוימער פון וועלט צוזאם)
און דער שטיין (וואס איך ווארף) וואלט געוועהן אלע שטיינער? (-כלו' אזוי גרויס ווי אלע שטיינער שבעולם צוזאם)
און דער טייך (וואס אין עם ווארף איך אריין די שטיין) וואלט געוועהן אלע ימים ונהרות? (-כלו' אזוי גרויס און ברייט ווי אלע ימים ונהרות שבעולם צוזאמען)
און איך, דער גרויסער מענטש, פון אויפ'ן גרויס'ן בוים, ווארפט דער גרויס'ן שטיין, אין'עם גרויסן טייך אריין, וואס פארא פלאטשקע וואלט געשעהן..."
און דאן האט ר' דויד'ל לעלובער עם באצאהלט ער זאל איבער זינגען ביז ער האט דאס פארגעסן.

און ער האט געזאגט פאר די תלמידים אז דער גוי בשעת'ן זינגען דער ניגון האט ער געטראכט נאר פון זיך, וואס וואלט געוועהן ווען ער איז ווען דער גרעסטער שטערקסטער וכו'
און נאכ'ן אפ-קויפן דער ניגון, איז דער ניגון בלויז פאר'ן אייבעשטן בלתי לה' לבדו.

איך דענק נאך הרשנ"נ מלעלוב-שיכון-ה'-בני-ברק זצ"ל (נלב"ע ביוהכ"פ ה'תש"ע) פייער'ן ביי דעם ניגון אום שמחת בית השואבה, פורים, חתונות פון די אייניקלעך וכדו'.

(ס'ליגט מיר אין קאפ אז איך האב שוין אמאהל געשריבן וועגן דעם ניגון אבער איך געדענק שוין נישט וואו)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:47 pm
דורך יעקב מענטש
ווי באקאנט איז דער ניגון וואס איז פארשפרייט אויף י-ה אכסוף נישט די ארגינעלע ניגון וואס רבי אהרון הגדול האט געזינגען.

האט איינער דעם ארגינעלען?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.

ראובן קסל שפילט דעם ליד, אביסל צו שטייט פאר מיין טעיסט, אבער מן הסתם מער אריגינעל.

דאס האב איך געמיינט. (יוסף פריעדמאן פון אייוועלט האט מיר דאס צוגעשיקט)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:ווי באקאנט איז דער ניגון וואס איז פארשפרייט אויף י-ה אכסוף נישט די ארגינעלע ניגון וואס רבי אהרון הגדול האט געזינגען.

האט איינער דעם ארגינעלען?

דו ווייסט אז ס'קומט מיט עפעס א ספעציעלע ניגון? אין קארלין זענען דא צענדליגער ניגונים אויף קה אכסוף. די ניגון וואס אסאך מענטשן זינגען איז אויך פון קארלין, אבער מ'זינגט עס נישט אויף קה אכסוף.