בלאט 17 פון 17
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:06 pm
דורך פאליטיקאנט
יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).
פאר אונז פשוט'ע 'ריטעיל' איז עס נישט עכט דא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:08 pm
דורך אייראפעישער חסיד
איז דא פון זיי געאייגנט פארן יחיד?
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:17 pm
דורך פאליטיקאנט
יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).
ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:19 pm
דורך אייראפעישער חסיד
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).
ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....
לכאורה טעכניש דארף עס צו זיין אומשטאנד ? ניין?
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:21 pm
דורך פאליטיקאנט
נישט ממש.
פארגעס נישט אז די אלע אלגאריטמס זענען אויך בעיקר געבויעט אויף "פראבעביליטיס" וואס ארבעטן נאר טיילמאל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:27 pm
דורך אייראפעישער חסיד
ש'כוח פאר דיר פאליטיקאנט פאר דיין לב טוב מסביר צו זיין פאר מיר די ע''ה !
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 10:56 am
דורך הוגה
[justify]
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).
ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.
.[/justify]
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 1:20 pm
דורך פאליטיקאנט
הוגה האט געשריבן:[justify]
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).
ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.
.[/justify]
יעדע העדש פאנד ארבעט אנדערש.
נישט די גאנצע ווערט געטוען בלויז דורך קאמפיוטערס, אוואדי מאכן גרויסע חכמים אפ שווערע החלטות, בעיקר אויף שארט טערם דירעקציע (למשל אז יעצט איז געקומען די צייט צו אגרעסיוו שארטן די מארקעט אדער א געוויסע סטאק און אזוי אראפברענגען די סטאק) געבויעט אויף "מארקעט סענטימענט", אדער מער לענגערע אינוועסטמענטס געבויעט אויף פונדאמענטאל אנאליסיס, חוץ פון דעם האבן זיי אויך היי פריקווענסי טרעדינג וואס די עיקר פון דעם איז צו כאפן די "ספרעד" פון א סטאק און אזוי מאכן אפאר פיאסטער (נאר געוויסע העדש פאנד / מארקעט מעיקערס טוען דעס).
דערנאך איז דא א חלק פון די געלט אדער די גאנצע געלט וואס איז 'גע'מענעדשד' דורך אלגאריטמען, עס זענען דא אלגאריטמען וואס זענען טרענירט צו טרעידן בלויז אויף טעקניקעל טשארטס (און א קליין חלק געלט ליגט דארט) און עס זענען דא מער קאמפליצירטע וואס נעמען אין חשבון הונדערטע פאקטארן, למשל זיי מאניטערן געוויסע טוויטער אקאונטס, העדליינס פון נייעס, סאשעל מידיא 'סענטימענט', וואליום, (און סאך מער, אבער דאס איז אן אריכות).
למשל א קאמפאני קען באריכטן אומגעראכטענע הויעכע רעוועניו אבער אביסל ווייניגער ערנינגס צוליב אן איינמאליגע עקספענס - פאר א שנעל וואקסענדע (Growth) קאמפאני איז דאס גאר גוטע נייעס, אבער אלגאריטמס קענען דאס אויסטייטשן שלעכט (מיססד עקספעקטעישענס) און די קאמפאני וועט טראסקענען די קומענדיגע טאג....
כבר היה אז אלגאריטמס האבן געקראכט א סטאק אדער די מארקעט, אין 2010 איז געווען א 'פלעש קרעש' פון 35 מינוט וואס האט אראפגעברענגט די 'דאו' 1000 פוינטס בלויז פון אן אלגאריטם מיסטעיק.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/2010_flash_crash
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 2:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א געניאלע בייפאל האב איך היינט געזעהן אויף רעדדיט פאר ניו יארקע איינוואוינער וואס ווילן סטעיקן, פארלייען קריפטאו דורך בלאקפיי, און נאך זאכן וואס זענען אומלעגאל אין ניו יארק, איז פארמען אן LLC אין אן אנדערע סטעיט און די LLC זאל עפענען די טרעידינג אקאונט. קען זיין אז אנדערע דא טוען עס שוין אבער מיר איז עס נישט בייגעפאלן.
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 7:46 pm
דורך נײגעריגער
רויטערס באַריכטעט אז על סאַלװאַדאָר איז די ערשטע לאנד װאו ביטקאָין װעט פאררעכנט װערן װי לעגאַלע װאַלוטע
א שטארקע געװינס פאר ביטקאָין, און קריפּטאָו בכלל
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 7:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען האבן זיי עס באריכטעט?
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 7:48 pm
דורך נײגעריגער
June 9
https://www.reuters.com/world/americas/ ... 021-06-09/Under the law, bitcoin
must be accepted by firms when offered as payment for goods and services. Tax contributions can also be paid in the cryptocurrency
כ'זעה יעצט אז מע רעדט שוין דערפון בקצרה אינעם דערנעבנדיגן אשכול:
viewtopic.php?f=25&t=12014&start=50"פאליטיקאנט" זאגט דארט אז ס'מיינט גארנישט,
אהן א הסבר...
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:37 am
דורך קאצקע ציקער
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:51 am
דורך אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.
עס איז מזל און גאטס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 10:34 am
דורך קאצקע ציקער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.
עס איז מזל און גאטס.
על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:56 am
דורך פאליטיקאנט
איינער וואס האט דאן געקויפט "און געהאט שכל", וואלט פארקויפט ביי 300, אדער 600.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:21 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.
עס איז מזל און גאטס.
על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל
כעין דברי פאליטיקאנט, איינער וואס האט געהאט שכל און געקויפט דעמאלס, ווען וואלט זיין שכל איהם געזאגט צו פארקויפן?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:03 pm
דורך קאצקע ציקער
איך הער
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 10:12 pm
דורך קידוש
ביטקוין טראסקעט זינט גרייכען די אסטרענאמישע סומע פון $68,000 נאוועמבער 21'
עס האט די וואך דערגרייכט אונטער $20,000!
עס בלייבט בלויז איבער צו שפעקעלירען צו עס גייט ווייטער גליטשען אדער צוריג ארויפגיין אין די קומענדיגע וואכען /חדשים ( אני הקטן האט געקויפט ביי 10k)
נשלח: מיטוואך יוני 22, 2022 5:11 pm
דורך כלבאשבוע
Bitcoin could plunge even further to a low of $13,000
https://www.cnbc.com/2022/06/22/bitcoin ... warns.html
Re: ביטקוינס Bitcoin
נשלח: מיטוואך יוני 22, 2022 10:18 pm
דורך פאליטיקאנט
It "could" even plunge to zero.
אלעס וואס ווערט געטרעידט אויף א פרייע מארקעט קען גיין צו זערא!
נאר די כללים פון סופליי און דימענד זענען גילטיג, און ממילא מאכט נישט אויס וואס די "אנדערלייאינג" איז כלומרשט ווערט, אדער די אפיניאן פון 'עקספערטן'.
אויב זענען דא מער קויפערס גייט עס ארויף, אויב מער פארקויפערס דאן גייט עס אראפ.
עס איז אויך נישטא קיין לימיט וויפיל עפעס קען פאלן אדער ארויפגיין, סא, גארנישט איז צו ביליג אדער צו טייער.
One of the great paradoxes of the Market, is that what seems expensive usually gets more expensive and what looks cheap often gets cheaper.