בלאט 17 פון 21

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
יישר.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:09 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:41 am
דורך לעמיל
עפעס זעי איך אז עס קומט צו א המפתח אינדעקס צו קאווע שטיבל
viewforum.php?f=43
יישר כח פאר די הנהלה וואס זיצט נישט רואיג אפי' פאר א מינוט

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 2:58 pm
דורך Java
מיר האבן צוגעלייגט א לינק צו "אקטיווע אשכולות" אויף יעדן בלאט. די לינק געפינט זיך אויבן, אונטערן לאגא פון קאווע שטיבל, נאך די לינק פון "ווייז אייערע הודעות". דערווייל איז די לינק נאר אוועילעבל פאר איינגעשריבענע באניצער.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:02 pm
דורך מאראנצןזאפט
אפשר וואלט געווען כדאי אויב מ'לייגט די אקטיווע אשכולות קנעפל ערגעץ פון אונטן מ'זאל נישט דארפן ארויפסקראלן נאכאמאל דעם גאנצן בלעטל.
פאר די וואס האבן שוואכע קאנעקשען אדער א פוילן קאמפיוטער קען עס זיין אן אפקומעניש.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:13 pm
דורך משה געציל
בשם כל הקהל הקודש שותי קאווע, דריקן איך אויס א הארציגן יישר כח פאר'ן געטרייע הנהלה, יום וליל לא ישבותו מיטן איינציגן מטרה צו פארשענערן די שטיבל. ועל כולם פאר'ן צושטעלן א הערליכן מפתח צוטיילט לויט ענינים און לויט די מחברים!
יה"ר שתצליחו במעשי ידיכם לרומם ולהפאר שמו יתברך!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:43 pm
דורך מאראנצןזאפט
א יישר כח פאר ר' עוזר פאר'ן אוועקנעמען די מפתחות פון מאחורי, און עס אריינגעשטעלט דארט וואו עס געהערט.
די נשמה איז מיר כמעט ארויסגעפלויגן ווען איך האב געזען דעם גרייז, נאך דאס פעלט אונז אויס.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:40 pm
דורך Java
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי אויב מ'לייגט די אקטיווע אשכולות קנעפל ערגעץ פון אונטן מ'זאל נישט דארפן ארויפסקראלן נאכאמאל דעם גאנצן בלעטל.
פאר די וואס האבן שוואכע קאנעקשען אדער א פוילן קאמפיוטער קען עס זיין אן אפקומעניש.

מיר האבן צוגעלייגט נאך א לינק פאר אקטיווע אשכולות, אונטען פון יעדן בלאט, אויף די רעכטע זייט. אויך די לינק איז אוועילעבל נאר פאר איינגעשריבענע באניצער. געסט קענען ניצן דעם אלטן לינק אויפן הויפט זייט.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:43 pm
דורך יידל
פוילע קאמפיוטערס זאגסטו? פוילע מענטשן!! אלענפאלס :לייק פאר די הנהלה וואס שטעלט זיך אזוי שיין צו.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:45 pm
דורך טאמבל סאס
געוואלדיג . ווען איך ארבעט אויפ'ן קאמפיוטער, פעלט מיר עס גאר וויכטיג אויס.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:47 pm
דורך smart
java די ביסט געוואלדיג דאס וועט סעיווען אסאך צייט מען וועט שוין נישט דארפן ארויפסקרוילען ביז אויבן...

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:49 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי אויב מ'לייגט די אקטיווע אשכולות קנעפל ערגעץ פון אונטן מ'זאל נישט דארפן ארויפסקראלן נאכאמאל דעם גאנצן בלעטל.
פאר די וואס האבן שוואכע קאנעקשען אדער א פוילן קאמפיוטער קען עס זיין אן אפקומעניש.

פאר דעם איז דא א Home קנעפל אויף דיין קיבאורד, ס'מאכט אזא אוטאמאטישע עליית נשמה ביזן שפיץ פונעם בלאט.
איך זע אז מ'האט שוין צוגעלייגט א לינק פון אונטען, אבער די טיפ איז נאך אלץ נוגע.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
ואנכי לא ידעתי. שכויעח געפילטע.
אבער סעלפאנ'ס און טאבלעטן האבן נישט איינס.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:02 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי אויב מ'לייגט די אקטיווע אשכולות קנעפל ערגעץ פון אונטן מ'זאל נישט דארפן ארויפסקראלן נאכאמאל דעם גאנצן בלעטל.
פאר די וואס האבן שוואכע קאנעקשען אדער א פוילן קאמפיוטער קען עס זיין אן אפקומעניש.

פאר דעם איז דא א Home קנעפל אויף דיין קיבאורד, ס'מאכט אזא אוטאמאטישע עליית נשמה ביזן שפיץ פונעם בלאט.
איך זע אז מ'האט שוין צוגעלייגט א לינק פון אונטען, אבער די טיפ איז נאך אלץ נוגע.

און אז מ'רעדט שוין דארף מען צולייגן אז די End קנעפל מאכט אזא אויטאמאטישע ירידת נשמה ביזן תהום פונעם בלאט. און אז די PgUp און די PgDn קנעפלעך סקראלן ארויף און אראפ, כאוות לבכם הטהורה.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:10 pm
דורך זר זהב
און אז מ'רעדט שוין, וואס גייט פאר מיט'ן שלח קנעפעל? ס'ארבעט נישט אלץ? איך האב לעצטענס אפגעשריבן 2 הערליכע לענגערע ארטיקלען, איינס איבער די אויפדעקונג אז דער טיטאניק האבן פאסאדזשירן געזינקען, נישט פון א אייז בארג ווי אנגענומען.

און דאס צווייטע איבער דעם אויפגעדעקטן בריוו פונעם סייענטיסט עדווארד טעללער וואס ער האט געשריבן צום ראצפערטען רבי'ן. איך האב ביידע געשיקט, און סאט אויסגעזען ווי ס'גייט. אבער למעשה זעה איך גארנישט. איך גיי עס נישט איבערשרייבן.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:38 pm
דורך smart
זר פליז ווי דאוינט וואנט טו מיס אויט!!

משמע ווי צווי אינטרעסאנטע ארטיקלען ממש א שאד.

מהיום והלאה איך האב מיך אויך געלערנט די הארד וועי אז משרייבט עס אויף ווארד אין נאכדעם קאפיעט מען עס אריין על כל צרה שלא תבוא

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:46 pm
דורך קינות גירושין
זר די גייסט יא איבערלייגען די ברייו צום ראצפעטע רבי , כקען דיר דיר זאגען איין זאך סאיז קאמפליט שקר, ריפרעש דיין מעמערי און דערמאן זיך ווער ראצפעטע רבי איז געווען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:13 pm
דורך באריסטא
דער "מוזיק" פארום איז אריבערגעפירט געווארן צו "פארברענגען".

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:49 pm
דורך גלות יוד
ווי איז פארברענגען איך זעה דאס נישט גופא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:51 pm
דורך זר זהב
Capture80.JPG
Capture80.JPG (41.38 KiB) געזען געווארן 3906 מאל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:53 pm
דורך גלות יוד
אה יעצט כאפ איך שכוייח

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:31 pm
דורך Java
אויב באזוכט איר קאווע שטיבל פון אייער סמארטפאון אדער טאבלעט וועט איר זען דעם סייט אין א מאביל-פריינטליכע פארמאט. די מאביל סייט איז דערווייל אויף פראבע, אויב שטויסט איר זיך אן אין שוועריקייטן, מעלדט עס דא.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:34 pm
דורך ראשעקאל
הערליך! עס קימט פאר אייך טויזענט לייק'ס פאר'ן צושטעלן יומם ולילה.


אופס, לייק'ס ארבייט נישט דא