בלאט 17 פון 50
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?
ס'איז דא גענוג "אישוס" וואס אויפצוברענגען. וואס מ'קען און מ'דארף אלץ מתקן זיין.
אויב זיי וועלן ברענגען אלע זייערע רעפארטס אויף אזא קאמפריהענסיוון און דורכדריגליכן אופן ווי זיי האבן געברענגט די אישו פון דירות קריזיס, דאמאלס וועלן זיי שטארק מצליח זיין...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:15 pm
דורך יידל
צוויי אינטערעסאנטע אנמערקונגען פונעם מאמענט די וואך. אינעם הויפט ארטיקל איבער עבאלע האט מאמענט א שמועס מיט איינעם "ד"ר בערגער, אן אסיסטענט פראפעסאר אין דזשאן האפקינס". דער נאמען האט מיר אויסגעזען קענטליך, און נאך א מינוט האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי ד"ר [tag]שלום בערגער[/tag]! פארוואס דער מאגאזין האט נישט געשריבן זיין ערשטער נאמען ווייס איך נישט, נאך אלעמען איז ער דאך שוין גע'כשר'ט געווארן דורך מעלות.
מיין צווייטע אבזערוואציע איז אז אין די יש אומרים קאלום ברענגן זיי נאך א ציטאט פונעם קאמפעטישאן, אידישער טריביון.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:10 pm
דורך ידען
יידל
סיז ווערט 5 דאללער?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:23 pm
דורך בשבילי!
'ווערט' זיכער נישט. אפשר 'ווערד'... איך ווייס נישט, איך קויף עס נישט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 6:58 pm
דורך פישלע העררינג
איין ווארט: פראפעסיאנאל!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:26 pm
דורך shem-tov
סווערט בעסער און בעסער. זייער שיין ארויסגעברענגט די אנדערע זייט פון די מטבע אז אין אמתן ווארפן זיך די טאטעס מיט ישיבות פונקט אזוי ווי ישיבות ווארפן זיך מיט טאטעס, און אז קיין שום ישיבה וואס האט אריינגענומען "יעדען" בחור האט נאך נישט מצליח געווען. קיפ איט אפ די טאפיק אליינס קען נאך גיין א דריי חדשים. רעד פון מוסדות פון סקולס סדא אסאך סודות אויפצודעקען פון ביידע צדדים
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:06 pm
דורך קאווע טרינקער
געקויפט די וואך.
נאר געליינט ממש א משהו, און ס'איז באמת געווען אינפארמאטיוו.
כ'מיין אז ארטיקלן וועגן ביזנעס רעדט צום עולם, דאס איז דער ערשטער קאלעם אין "עמי" וואס כ'מוש אויף.
(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:09 pm
דורך פלאוויוס
[tag]קאווע טרינקער[/tag] דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:10 pm
דורך שמעקעדיג
מסכים, עס ווערט בעסער און שענער. בלי ספק ווערד די פאר דאלער. די ישיבות ארטיקל עפנט אויף אביסל הונטער די קוליסן פון די אנדערע זייט. די ביזנעס ארטיקלען זענען אויך פיינע נייעס. כה לחי!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:21 pm
דורך ישראל קאפקע
ריכטיג @שמעקעדיג @קאווע טרינקער @שם טוב @פישעלע
איך האב עס אויך באמערקט, ער איז געווארן מער פראפעסיאנאל, און ער רעדט צום זאך, עס איז פשוט אנגענעם צו ליינען,
די חידוש איז אז אידישע וועכנטליכע מאגאזינען ווערן 'פון נאטור אויס' שוואכער פון וואך צו וואך, אנדערש איז מיט דער מאמענט, קיעפ איט אפ!
#אנגענעמע איבעראשונג
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:22 pm
דורך פלאוויוס
קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )
צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קאווע טרינקער[/tag] דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?
ביידע.
כ'האב זיך נישט גענוג קלאר גע'מסביר'ט.
איך ליין די עמי, און די ביזנעס ארטיקלן (lunch break און פון מאריס) זענען די ערשטע וואס איך ליין.
דאס זעלבע אינעם מאמענט, איך טרעף די ביזנעס ארטיקלן אינטערסאנט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:26 pm
דורך קאווע טרינקער
פלאוויוס האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )
צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?
ס'איז טאקע נישט!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:31 pm
דורך פישלע העררינג
קאווע טרינקער האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )
צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?
ס'איז טאקע נישט!
צירל מענדלאוויטש / מענדל צירלזאהן
כאפסט?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:33 pm
דורך פלאוויוס
בכל אופן גם אני מצטרף אל השבחים. איך האב עס געקויפט די וואך און ס'איז כדאי געווען. באזונדערס איז מיר געפאלן ווי זיי האבן געטראפן וויאזוי אנצושליסן דעם עבאלע ווירוס אין אידישער געשיכטע. ס'איז שיין געווען צו ליינען.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:39 pm
דורך פישלע העררינג
מאמענט איז געווארן עפעס וואס מען ליינט נישט אויס אין איין מאמענט. עס קען ליגן משבת זה עד שבת הבאה עלינו לטובה און כל זמן שממשמש בה מוצא בה דברים מועילים.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 9:12 am
דורך יידל
כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 6:49 pm
דורך אחד העם
יידל האט געשריבן:כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
אבער זיין שפראך איז מיר געקראכן, סהאט מיר אויס געקוקט ווי איינער וואס פראבירט נא צו מאכען עפעס איינעם אדער א געוויסע גאנג און עס געלונגט אים נישט, עכ"פ סהאט מיר נערווירט אז עס וואלט געקענט זיין א באלערנדער ארטיקל ובא פנחס וקישקש...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 6:57 pm
דורך אפטעמיסט
די גראמאטיק ארטיקל איז א נייע זאך?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:09 pm
דורך פישלע העררינג
אחד העם האט געשריבן:יידל האט געשריבן:כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
אבער זיין שפראך איז מיר געקראכן, סהאט מיר אויס געקוקט ווי איינער וואס פראבירט נא צו מאכען עפעס איינעם אדער א געוויסע גאנג און עס געלונגט אים נישט, עכ"פ סהאט מיר נערווירט אז עס וואלט געקענט זיין א באלערנדער ארטיקל ובא פנחס וקישקש...
וואס איז שלעכט צו האבן א סטייל נאכצומאכן סטיילס? עס איז א שיינע אינטערווויו, א חידוש פון א היימישע אויסגאבע צו שטעלן א פאלא שערט איד אויפ'ן דעקל און איהם באשרייבן ווי א חסיד'ישע איד.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:39 pm
דורך אחד העם
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אחד העם האט געשריבן:יידל האט געשריבן:כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
אבער זיין שפראך איז מיר געקראכן, סהאט מיר אויס געקוקט ווי איינער וואס פראבירט נא צו מאכען עפעס איינעם אדער א געוויסע גאנג און עס געלונגט אים נישט, עכ"פ סהאט מיר נערווירט אז עס וואלט געקענט זיין א באלערנדער ארטיקל ובא פנחס וקישקש...
וואס איז שלעכט צו האבן א סטייל נאכצומאכן סטיילס? עס איז א שיינע אינטערווויו, א חידוש פון א היימישע אויסגאבע צו שטעלן א פאלא שערט איד אויפ'ן דעקל און איהם באשרייבן ווי א חסיד'ישע איד.
כהאב נישט גערעדט פינעם חומר, סאיז טאקע גוט, אבער די שפראך זאלסט מיר מוחל זיין איז געווען ווי א ערשטע הודעה אויף קאווע שטיבל ווען מען איז נאך רייסעריש...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:51 pm
דורך פלאוויוס
ס'איז אן ענין פון טעם וריח. איך האב זייער ליב וויאוזי ער שרייבט. א יחיד במינו אין מיין אפיניען.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 9:36 pm
דורך ישראל קאפקע
מיר זעט אויס אז עטליכע שרייבער דארט ליינען קאווע שטיבל, צו מעסטן דעם דופק וואס טוט עכט פאראינטערעסירן היימישע חסידישע אידן וואס 'דער איד' אינטערעסירט זיי נישט.