נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שליח, געוואלדיג. איך האב שוין לאנג געווארט אויף אזא איינער ווי דיר, וואס זאל שיין פארענטפערן וויאזוי די אלע שווערע קשיות שטימען מיט וואס אונזערע רבי'ס האבן געלערנט. און רעקאנסיילן די צוויי - פון אויבן אויף - "אויסקוקנדע" קעגנגעזעצטע לערנונגען. -- טעאלאגיע מיט סייענס.
ס'איז גוט אז מיר האבן דיר דא, צו באלאנסירן די מיינונגען און פארפעסטיגן אונזער ערליכע געדאנקען גאנג וואס די גוים זוכן אויסצורייסן.

איך געפין פאר א זכיה צו דרייען זיך מיט דיר אונטער איין שאטן, זעהענדיק וואו דו האסט א יד ורגל אין יעדען תחום, און שטענדיג א גוטע ענטפער אויפ'ן פלאץ, ווען די מאדערנע חכמות שטעלן אין געפאר די יסודי הדת. אלס טיפיזיניגע מחדש, און גלייכצייטיג מיט דיין וואונדערליכע אנאליטישן צוגאנג, און גליטשיגע פיש-הויט, טרעפסטו שוין אייביג א אויסוועג וויאזוי מ'קען מעגליך אריינלערנען פשט, און פארשטיין -- אונז אדער זיי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

:oops:

אלעס קען איך באשטיין, אבער קיין גליטשיגע פיש הויט האב איך נישט. כ'פארמאג סנפירים וקשקשים. :)
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בילד
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

הוגה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.


Case in point, סם איז אויך נאטורליך, גיפטיגע בעלי חיים זענען אויך. בדידי הוה עובדא, גענומען א הונדערט פראצענט נאטורליכע סופלעמענט און עס האט פארגיפטעט מיין פארדייאונגס סיסטעם.


אויב איז דיין הונדערט פערצענטיגע נאטורליכע סופלימענט געקומען אין שיינע גליטשיגע פילעכלעך איז דאס נישט א ראי', ס'איז ענדערש נישט ריכטיג געלעיבעלט.
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

כ'וויל נישט צופיל אריינהאקן, מ'וועט נאך מיינען אז כ'וויל עפעס פארענטפערן, אבער לאמיר נאר אויסקלארן.
[tag]געפילטע פיש[/tag], בעפאר ניוטאן איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע וואלט יא א נארמאלער מענטש אראפגעשפרינגען?
איר זעהט, דער צעטל איז גארנישט מער ווי פוסטע רעטאריק.
ניוטאן האט נישט מחדש געווען אז ווען א מענטש שפרינגט פון א בארג פאלט ער אראפ, דאס ווייסן מיר אהן אים אויך (יעדער וואס האט שוין געהאט א צוויי-יעריגס ווייסט אז זיי עקספערימענטירן דאס הונדערטער מאל מיט עסצייג און פלעשלעך). ניוטאן האט אויסגעארבעט דער מעכאניק און חשבון וויאזוי דאס גייט צו, און יא, דאס איז בלויז א טעאריע.
יעצט, וואס מיינט "בלויז א טעאריע"? אין טאג-טעגליכע געשפרעך מיינט עס אומזיכער, קען אזוי און קען זיין פארקערט. אויף דעם האט [tag]יידל[/tag] צוגעברענגט אז לגבי סייענס איז דאס נישט ריכטיג, טעאריע מיינט דארט די העכסטע וודאות. אבער וואס מיינט "די העכסטע וודאות" אין סייענס? אויף דעם האב איך צוגעברענגט אז די אנגענומענע פאראדיגמע היינט איז אז ס'מיינט נישט עפעס וואס איז אויפגעוויזן, ווייל סייענס קען נישט אויפווייזן, ס'מיינט עפעס וואס שטימט דורכאויס מיט אלעם וואס מיר ווייסן, און ניוטאן'ס טעאריע שטימט טאקע מיט אלעם וואס מיר ווייסן (בערך, עכ"פ ווילאנג מ'ברענגט נישט אריין רעלאטיוויטעט אין בילד).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה. ווייל למעשה איז סייענס אויפגעוויזן צו זיין איינע פון די שטערקסטע וועגן צו דערגיין דעם אמת. דהיינט, וויבאלד עס איז פארהאן אזויפיל געלעגנהייטן יעדן טאג אז ניוטאנ'ס טעאריעס זאלן צוזאמפאלן, און פונדעסטוועגן שטייט עס קביע וקיימא פעלזן פעסט, מיינט דאס, עכ"פ אין אונזער שפראך, אז דאס איז אויפגעוויזן beyond reasonable doubt. וואס דו זאגסט איז ריכטיג אין די פילאזאפיע פון סייענס, נישט אין די פאקטישע וועג ווי אזוי די תוצאות פון סייענס ווערן אויסגעטייטשט. געווען אמאל צייטן וואס מ'האט פראקטיצירט סייענס לויט לאגישע און פילאזאפישע הוכחות, און איך דארף דיר נישט זאגן וואו מען איז אנגעקומען.
והשנית, אפילו אין די טעאריע פון עוואלוציע איז אויך דא פאקט און טעאריע. דער פאקט איז אז בעלי חיים האבן זיך עוואלווד, די טעאריע, דהיינו די מעכאנזים ווי אזוי דאס האט אנגעבליך פאסירט, איז נאטורליכע סעלעקציע. ממילא אפילו איינער איז נישט איבערצייגט אין די מעכאניזם, איז נאכאלס נישטא קיין סיבה צו זיין מסופק אין די פאקט פון עוואלוציע, וואס מיר קענען זען מיט די אייגענע אויגן, סיי ביי די היינטיגע בעלי חיים, און סיי דורך באטראכטן די איבערגעבליבענע שיריים פון די אמאליגע בעלי חי.
והשלישית, אויב מיר זוכן צו פארענטפערן בראשית ברא, וועט דאס זיכער נישט העלפןן, וויבאלד סייענס האט שוין עכ"פ אויפגעוויזן אז ששת ימי בראשית כפשוטו איז זיכער נישט אמת. ממילא אפילו איינער וויל נישט אננעמען די מסקנות פון סייענס ווייל "סייענס קען גארנישט אויפווייזן", פונדעסטוועגן בלייבט ער סטאק און ער קען נישט אננעמען בראשית ברא אויך נישט (אויב ער גלייבט אין סייענס פארשטייט זיך), בלייבט ער קרח מכאן וקרח מכאן.
די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאיר איך גיי דיר פרעגן א קריוזער משל אבער איך קען באשטיין א מער נארמאלן תירוץ.

שאלה 1) וואס דארף איך טון אויב לאמיר זאגן ס׳דא א א פסוק אין די תורה אז אויף 13טע עוועניו קר 45ט איז פארהאן א גרויסער בוים עד היום הזה, און למעשה מיינע פליישיגע אויגן זעט נישט קיין זכר פון קיין בוים.

שאלה 2) אויב די שטייסט פאר א רויט לייט דינסטיג 12pm, און א חבר ווייזט דיר אויף בפירוש און די תורה איז יעצט איז עכט גרין, אבער למעשה פארסטו נישט דורך ווייל האסט מורא צו פארן רויט ביסטו אן אפיקורס?

פארשטיי אז ביים ערשטען משל מיטן בוים, נישט קיין חילוק וואס איך גלייב מאכט דאס נישט קיין למעשה׳דיגער דיפערענס און מיינע מעשים .
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

יאיר האט געשריבן:@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה.


שליח האט געשריבן:מ'וועט נאך מיינען אז כ'וויל עפעס פארענטפערן


אשר יגורתי יבא לי...
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין התחלת תירוץ אויף עניני תורה ומדע. אויב האב איך יא געהאט דא אן אגענדא איז דאס געווען עפעס אנדערש: אסאך זענען דורכאויס פארבלענדעט פון סייענס און לאגיק, יעדע זאך מוז זיין אויסגעהאמערט דורך אנאליטישע חשבונות אדער מורגש מיט די חושים, אינטואיציע איז בבל יראה. דער אמת איז אבער אז איינס אנעם צווייטן איז נישט מעגליך. אין אנדערע ווערטער, סייענס בויט זיך ענדערש אויף אינטואיציע ווי לאגיק, לאגיק קען בלויז צעווארפן, נאר אינטואיציע זאגט אז א טעאריע איז אויפגעוויזן, (טאקע די זעלבע אינטואיציע וואס זאגט מיר אויך אז כ'בין א בעל בחירה, און דארט איז עס נאך שטערקער ווייל ס'זאגט נישט אויף די וועלט נאר אויף זיך). דוכט זיך אז איר שרייבט אויך אזוי, אז אלעס דארף זיך בסופו של דבר בויען אויף אינטואיציע, ממילא אין דעם פאל קריגן מיר זיך גראדע נישט.

כאמור בין איך בכלל נישט געקומען פארענטפערן בראשית ברא, בלויז איין הערה'לע: לגבי עוואלוציע איז מערסטענס פאקט אז בע"ח קענען עוואלוון ביז א געוויסע גראד, און אפשר אויך אז זיי האבן עוואלווד אביסל. אבער ווי ווייט און וויאזוי די עוואלוציע איז געגאנגען (ובעיקר צו ס'האט איבערגעהיפט irreducibly complex שטאפלען) איז לכל היותר טעאריע. צו בראשית ברא איז כפשוטו איז תלוי אין טעאריע, נישט אין פאקט (צו ס'מאכט א נפק"מ איז א שמועס פאר זיך).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יאיר האט געשריבן:די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.


נישט ריכטיג, סייענטיפיש גיי ווייטער ארויף דעם לייטער, קומען מיר אן צו שטערן שטויב, גיי נאך ווייטער, קומען מיר אן צו ענערגיע, גיי נאך ווייטער קומט מען אן צו "נישט" "אין" "תוהו"

לפי פשוטו של מקרא, עפר פון אדמה, וואס לויט רוב אידישע דענקער האט גט ממציא געווען פון אפס הגמור.

ועל זה אמר שלמה בחכמתו, כל הנחלים הולכים אל הים
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר האט געשריבן:@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה. ווייל למעשה איז סייענס אויפגעוויזן צו זיין איינע פון די שטערקסטע וועגן צו דערגיין דעם אמת. דהיינט, וויבאלד עס איז פארהאן אזויפיל געלעגנהייטן יעדן טאג אז ניוטאנ'ס טעאריעס זאלן צוזאמפאלן, און פונדעסטוועגן שטייט עס קביע וקיימא פעלזן פעסט, מיינט דאס, עכ"פ אין אונזער שפראך, אז דאס איז אויפגעוויזן beyond reasonable doubt. וואס דו זאגסט איז ריכטיג אין די פילאזאפיע פון סייענס, נישט אין די פאקטישע וועג ווי אזוי די תוצאות פון סייענס ווערן אויסגעטייטשט. געווען אמאל צייטן וואס מ'האט פראקטיצירט סייענס לויט לאגישע און פילאזאפישע הוכחות, און איך דארף דיר נישט זאגן וואו מען איז אנגעקומען.
והשנית, אפילו אין די טעאריע פון עוואלוציע איז אויך דא פאקט און טעאריע. דער פאקט איז אז בעלי חיים האבן זיך עוואלווד, די טעאריע, דהיינו די מעכאנזים ווי אזוי דאס האט אנגעבליך פאסירט, איז נאטורליכע סעלעקציע. ממילא אפילו איינער איז נישט איבערצייגט אין די מעכאניזם, איז נאכאלס נישטא קיין סיבה צו זיין מסופק אין די פאקט פון עוואלוציע, וואס מיר קענען זען מיט די אייגענע אויגן, סיי ביי די היינטיגע בעלי חיים, און סיי דורך באטראכטן די איבערגעבליבענע שיריים פון די אמאליגע בעלי חי.
והשלישית, אויב מיר זוכן צו פארענטפערן בראשית ברא, וועט דאס זיכער נישט העלפןן, וויבאלד סייענס האט שוין עכ"פ אויפגעוויזן אז ששת ימי בראשית כפשוטו איז זיכער נישט אמת. ממילא אפילו איינער וויל נישט אננעמען די מסקנות פון סייענס ווייל "סייענס קען גארנישט אויפווייזן", פונדעסטוועגן בלייבט ער סטאק און ער קען נישט אננעמען בראשית ברא אויך נישט (אויב ער גלייבט אין סייענס פארשטייט זיך), בלייבט ער קרח מכאן וקרח מכאן.
די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.

דרך אגב איז דאך ניוטונ'ס מאדעל אוועקגעשטופט געווארן אין טייל, רעכענענדיג צייט צו זיין אבסאלוט, דורך איינשטיין וואס האט ערפינדן אז צייט איז רעלאטיוו, נאר איז פראקטישער אין באנוץ וויבאלד סאיז ווייניגער קאמפלעצירט.
אבער דאס איז קלאר דער רמב"ם שרייבט אז ווען אזאך ווערט נתאמת מיט ראיות ומופתות חותכות מאכט מען דאס נישט אוועק כלאחר יד הגם פארשידענע הנחות אין די וויסענשאפט קומען און גייען איז עס אבער נישט קיין מהלך אוועקצומאכן דברים שכליים נאר פאר דעם אז די משמעות הכתובים זענען אנדערש, מיט די פסוקים קען מען זיך אייביג אן עצה געבן ואין לך אלא המדענים שבימיך
הגע עצמך קדמות העולם איז די גרעסטע קאנטראסט צו די פשטות פון די תיאור מעשה בראשית פונדעסטוועגן זאגט די רבמ"ם קלאר אין מורה (ח"ב פט"ו) וואס כידוע האט דער רמב"ם געהאלטן אז אריסטו איז דער העכסטער אוטאריטעט אין פיליזאפיע און האט מיטגעהאלטן מיט אים מיט אלעס אחוץ מיט קדמות העולם און השגחה שרייבט דארטן די רמב"ם קלאר אז נישט דערפאר איז ער פאר חידוש vs קדמות ווייל אזוי שטייט דאך ארויס בפשטות ווייל מיט די פסוקים וואלט ער זיך אן עצה געגעבן נאר ער האלט פשוט וויבאלד אריסטו'ס באווייז אויף קדמות איז נישט איבערצייגענד דערפאר נעמט ער אן די ווערסיע וואס שטייט און די תורה
פארשטייט זיך אז דער רמבמ'ס פיליזאפיע איז שוין היינט נישט גילטיג וויבאלד שפעטערדיגע פיליזאפישע סיסטעמן געבויט אויף וויסענשאפטליכע הנחות האט אוועקגעבלאזן די גאנצע אוראלטע גרעכישע פיליזאפיעס
נאר דער רמב"ם מיט זיין גרויס אינטעלעקט האט נאר געקענט ארבייטן מיט אינפארמאציע וואס זענען געווען צובאקומען בימיו
אלענפאלס סאיז נישט קיין ספק אז ווען דער רמב"ם לעבט היינט וואלט ער זיך גערעכנט מיט וויסענשאפטליכע באווייזען און וואלט מיט זיין גרויס חכמה געטראפן א ועג וויאזוי תורה ומדע זאלן זיך פארגלייכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

moti107 האט געשריבן:יאיר איך גיי דיר פרעגן א קריוזער משל אבער איך קען באשטיין א מער נארמאלן תירוץ.

שאלה 1) וואס דארף איך טון אויב לאמיר זאגן ס׳דא א א פסוק אין די תורה אז אויף 13טע עוועניו קר 45ט איז פארהאן א גרויסער בוים עד היום הזה, און למעשה מיינע פליישיגע אויגן זעט נישט קיין זכר פון קיין בוים.

שאלה 2) אויב די שטייסט פאר א רויט לייט דינסטיג 12pm, און א חבר ווייזט דיר אויף בפירוש און די תורה איז יעצט איז עכט גרין, אבער למעשה פארסטו נישט דורך ווייל האסט מורא צו פארן רויט ביסטו אן אפיקורס?

פארשטיי אז ביים ערשטען משל מיטן בוים, נישט קיין חילוק וואס איך גלייב מאכט דאס נישט קיין למעשה׳דיגער דיפערענס און מיינע מעשים .

1) ס'איז א משל.
2) אלו ואלו דברי אלקים חיים.
האדם לא נברא אלא להתענג
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך וועפערייזער »

באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די וואויזשער פראב ספעיסקרעפט גייט ארויס פון אונזער סאלאר סיסטעם. אריין אין אינטערסטעלאר ספעיס. עס איז די ווייטסטע מענטשן פארבריצירטע מאשין אין ספעיס. ארויסגעשיקט געווארן אין 1977 און איז דא 11.7 ביליאן מייל פון "ערד". א ווייטקייט פון באלד פינף און צוואנציג טויזנט מאל!! פארן צום לבנה אהין און צוריק.
ס'פארט אויף א ספיד פון 38,000 מייל פער שעה.
http://www.nytimes.com/2013/09/13/scien ... d=all&_r=0
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

טאמבל סאס האט געשריבן:די וואויזשער פראב ספעיסקרעפט גייט ארויס פון אונזער סאלאר סיסטעם. אריין אין אינטערסטעלאר ספעיס. עס איז די ווייטסטע מענטשן פארבריצירטע מאשין אין ספעיס. ארויסגעשיקט געווארן אין 1977 און איז דא 11.7 ביליאן מייל פון "ערד". א ווייטקייט פון באלד פינף און צוואנציג טויזנט מאל!! פארן צום לבנה אהין און צוריק.
ס'פארט אויף א ספיד פון 38,000 מייל פער שעה.
http://www.nytimes.com/2013/09/13/scien ... d=all&_r=0


בילד

http://xkcd.com/1189/
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

וואויעדזשער האלט אין איין פארלאזן די סאלאר סיסטעם..! http://nasawatch.com/archives/2013/09/v ... -left.html
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב מיך אויך געוואונדערט, וואסי טאקע פשט? מ'האט דאך שוין געזאגט אזוי, נאך ווען ראווער האט געלאנדעט אויף מארס. וואסי יעצט מחודש געווארן? איז עס פשוט אז די שוועל אליין איז ריזיג, דערפאר איז דאס אריינגיין אינעם שוועל, ארויסגיין פונעם ערשטן העלפט, אריבערגיין צום צווייטן, ארויסגיין פונעם צווייטן, -- א עקסטערע שמחה?
אדער איז עס נאר ווייל מ'האט פארראכטן אפאר ווערטער?
איך האב פארשטאנען אז ס'איז די קליפ, נעמליך די דברים שנתחדשו בו, וואס איז צוגעקומען יעצט פריש.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

זיי האבן יעצט בלויז באשטעטיגט די שפעקולאציעס אז עס איז שוין טאקע גענצליך ארויס פון דעם סאלאר סיסטעם. עס איז לעכערליך וויבאלד עס איז נישט דא קיין איין פונקט וואו עס איז די גרעניץ צווישן די סאלאר סיסטעם און אינטערסטעלאר ספעיס.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

וועפערייזער האט געשריבן:http://uk.news.yahoo.com/building-a-time-machine-%E2%80%9Cis-possible%E2%80%9D-claims-professor-brian-cox-101027889.html#K3Z63RU

וואס דער פראפעסאר האט מחדש געווען ווייס איך נישט, דאס ווייסט דאך יעדער ps אינגל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב מיך אויך געוואונדערט, וואסי טאקע פשט? מ'האט דאך שוין געזאגט אזוי, נאך ווען ראווער האט געלאנדעט אויף מארס. וואסי יעצט מחודש געווארן? איז עס פשוט אז די שוועל אליין איז ריזיג, דערפאר איז דאס אריינגיין אינעם שוועל, ארויסגיין פונעם ערשטן העלפט, אריבערגיין צום צווייטן, ארויסגיין פונעם צווייטן, -- א עקסטערע שמחה?
אדער איז עס נאר ווייל מ'האט פארראכטן אפאר ווערטער?
איך האב פארשטאנען אז ס'איז די קליפ, נעמליך די דברים שנתחדשו בו, וואס איז צוגעקומען יעצט פריש.


מארס איז אינעם סאלער סיסטעם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לכאורה מיינט ער אז ס'געווען אין די נייעס די זעלבע תקופה ווי די מארס לאנדינג.
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך יאפטשיק »

פארשפארט