בלאט 17 פון 214

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:41 pm
דורך Chaim Tovim
Sorry for my english just don't have as of now a yiddish keyboard.
I do like many of the the discussions Im reading for a long time already here in shtiebel, its an amazing place with
a heimish open atmosphere and I feel a zchiye to become a part of it.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:42 pm
דורך שמן זית
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב יעצט דא איז, ווייל אז נישט קען איך מיר נישט איינשרייבן...

פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איך זוך א פלאץ זיך אביסל צו לופטערן אין מיין פרייע צייט.

יארגאנג? חסידות? טאלאנטן? המממ.... גילו!!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:43 pm
דורך יהודי פשוט
זעהענדיג די געשמאקע שמועסן דא אין קאווע שטיבעל האב איך באשלאסן אז איך וויל ווערן א חבר זייענדיג בטבע א גוטע שמועסער, וואס האט ליב אלעס צו וויסן הערן און פארשטיין, איך וואוין אין בארא פארק און איך האב ב"ה א געשליפען צינגל וואו מען רופט עס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:49 am
דורך יואב
שמן זית האט געשריבן:די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב יעצט דא איז, ווייל אז נישט קען איך מיר נישט איינשרייבן...

פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איך זוך א פלאץ זיך אביסל צו לופטערן אין מיין פרייע צייט.

יארגאנג? חסידות? טאלאנטן? המממ.... גילו!!!

שלום עליכם שמן זית.

קיין סיבה צו שרייבן דא פארמאגט איר נישט, אבער שוין האט איר באוויזן אין א פינף שורה'דיגער תגובה אריינצורוקן דעם פארריסענעם טערמין "גילוי". אפשר טיילט איר מיט פון וואנען אזא גר ווי אייך האט אפגענומען דעם קאוד.

 וואס "האקט" טוט באדייטן ווייסט איר שוין? און וואס איז דאס "מאחורי", און וויאזוי קומט מען אן אהין איז אייך בכלל נישט שווער?

אנטשולדיגט פאר אזא אויפנאמע, איך שפיר אבער אז מיר קענען זיך שוין מעגליך פאר א לענגערער צייט דא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:46 am
דורך שמן זית
עליכם השלום יואב.

אלף, איך קען דיר נישט און כ'ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז יא.

שנית, לו יהא אונז קעמער זיך, זעה איך נישט ס'זאל מיר קומען אזא אויפנאמע. זיי דיר מסביר אויב מעגליך.

והשלישית, אויב דו ביזט אינטערסירט, איך דריי מיר שוין דא א שטיק צייט, יעצט האב איך פשוט באשלאסן זיך איינצושריייבן.
און פארדעם ווייס איך פון די טערמין "גילו".
די צוויי זאכן וואס דו האסט דערמאנט, ווייס איך נישט, און אויב דארף איך עס וויסן, וועל איך דיר דאנקבאר זיין פארן מיר לאזן וויסן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:29 pm
דורך קורקלענד
שלום עליכם!! ב"ה אז מען קען פארברענגען צוזאם. איין זאך פארשטיי איך נישט, איז דא א שטיבל אדער א ווינקל? און ווי איז די קאווע? און וואס פאר א קאווע איז דא צו באקומען?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:30 pm
דורך יונה
איך האב אן הנאה צו האבן א דיאלאג בדרך כבוד און באזירט אויף פאקטן, און ווען עס איז באזירט אויף בויך סברות, צו זיין מודה על האמת, מיט חברים וואס האבן אויכעט דעם הנאה

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:31 pm
דורך רוסישער
כ'בין איינער וואס האט אלעמאל זיך אינטעריסירט אין פארשידענע תחומים ,אף העברייאיש "סקרן" איז פארוואס דוקא קאווע-שטיבל? ווייזט אויס אז דא פירט זיך די געשפרעך על מי מנוחות (לפי ערך) לגבי אנדערע ערטער אפשר איז דאס טאקע ווייל אמעריקאנער אידן זיינעו מער "פתוח" צו הערן א צווייטער צד? עכ"פ האב איך שוין 40 ווערטער...

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:22 am
דורך ישמעאל הכהן
Здравствуйте и добро пожаловать на борт

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:42 am
דורך petergrifin
דאסװאדאניע

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:59 pm
דורך moshiach
Ich bin ah chasidishe geboirene in di heimishe comunity ich bin ah groiseh chusoid fin aleh rebbes nisht kein chilik vee erlich tze vosere poiren zei zenen far mich zenen zei aleh chushev ich bin mentsch vos hut lib zich tzi bakenen mit andereh meinugen in vee azoi andere mentshen trachten in fardem hub ich zich eingeshriben in vebsatel kedai andreh zolen heren vos ich hub tzi zogen in az ich zol heren vos andere zogen. Moshiach

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:00 pm
דורך אינטער_חכם
איך בין א פשוט'ר יוד וואס האט הנאה פון קאווע און ציקער. איך האפ אנטייל צו נעמען אין דיסקוסיעס אויף נייעס געשעענישן, וויסנשאפט, טעכנאלאגיע, און קולטוראלע נייעס. איך בין נישט זיכער וועגן מיין ספּעציפישע טאלאנטן, אבער איך האפ צו ביישטייערן אין א ווערדיגען אופן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:01 pm
דורך וואלקן קראצער
כבין נישט קיין נייע ליינער בהאב פשוט מחליט געווען אנצוהייבן שרייבן און קאנריביוטן אביסעלע, איך האב אסאך אין בויך לאמיר עס געבן א שאט! איך גלייך זייער קריטיק באמת איך זאג און איך גלייך עס צו הערן פארשטייט זיך נאר ווען סעאיז אמת און רעלעוואנט

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:02 pm
דורך כוכב
ZIER LANG GEVART FAR DIR MOSHIACH IS BESSER ZULST REDEN MIT A NURMALE SHPRACH YIDISH UDER ENGLISH IN NISHT DI NEI GESHAFENE YINGLISH SHPRACH.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:38 pm
דורך מוסף
זיך ארויסצוגעבן די געפילן און כשרונות און געניסן פון יענעמ'ס געפילן און כשרונות, איך האב ליב א גוטן שרייבער מיט שכל הישר יומער, אנאליזירן מענטשן , א שטיקל אויבער חכם אבער מיט שכל

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:48 pm
דורך איך אויך
פיין האמיר שוין א אויבער חכם און א אינטער_חכם ,ווארטן מיר נאר אויף א מיטל חכם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:39 pm
דורך גראדעמעכעלע
וועלכע שפראך איז דאס אינגליש? פין חדר? כ'האב פרובריט צי ניצן טרענסלעט ס'האט נישט געארבעט

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:48 pm
דורך לעכטיג
איך האב ליב צו העלפן אנדערע מיט מיינע ידיעות און איך האב חשק צו העלפן מענטשן וואס זענען דווקא נישט אין די אדמה נאר מער צו אפהאלטן פון אנקומען דארט. קאווע שטיבל איז ברוך ה' זייער אקטיוו און איך האף צו קענען צולייגן צו דעם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:37 pm
דורך ישמעאל הכהן
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וועלכע שפראך איז דאס אינגליש? פין חדר? כ'האב פרובריט צי ניצן טרענסלעט ס'האט נישט געארבעט

אידיש מיט לאטינישע אותיות, אזויווי משיח hut geshriben , רופט מען אינגליש. א געמיש פון אידיש מיט ענגליש

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:26 am
דורך אינטער_חכם
איך אויך האט געשריבן:פיין האמיר שוין א אויבער חכם און א אינטער_חכם ,ווארטן מיר נאר אויף א מיטל חכם.


וואס איז אזוי אינטערעסאנט וועגן די מיטל? דער מיטל איז גרוי, בלענד בלע"ז.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:01 am
דורך א איד
מנחם האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:פארוואס צוויי?

וועל אין אמת'ן אריין בין איך פיל קילער ווי איך זעה אויס, דאס אז איך גיי מיט איינס אונטערן העמד אויך ווייסן נאר מיינע גאר נאנטע.


כהאב הנאה אז קאווע שטיבל איז אין די זעלבע שאטפל ווי דיינע גאר נאנטע.
פאר נייגעריגקייט דיין גאר נאנטע ווייסט אז דו האסט עס פאר אונז אויך פארציילט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:36 pm
דורך דור האחרון
וייל איך בין שוין א אפטער באזיכער און קאווע שטיבעל שוין באלד צווי יאר און איך האב מוראדיג הנאה צו קימען און פארברענגען דא און איך וואלט אויך געוואלט זיין א חלק פונעם שמיעס און איבערגעבען דעתי הקטן אויף וויכטיגע טעמעס וואס זענען נוגע אויפען טאג טעגליכען לעבען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:58 pm
דורך moshav zekeinim
I don't have Hebrew letters in my smart phone because that i writing in English, I am a former member of the kave shtibl. I like to share open discussionsin any field.I am a general Hacidic man,I am neutral and didn't belong to a particular hacidic community