בלאט 161 פון 213

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:52 pm
דורך קל וחומר
לול

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
דער ניק וואס האט (לכאורה) די מערסטע ליב לייקס, וואס איז זיין געוועזענע ניק.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:12 pm
דורך נולד מאוחר
אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:21 pm
דורך הוגה
[justify]אין א סעיף דיפאזעט באקס איז דיין געלט נישט אינשורד און פון צייט צו צייט הערט מען אז מען האט באראבעוועט א באנק וואולט. אבער עס קומט נישט צו נאנט צו די צאל מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער געלט אין גמח'ן. דער אמת איז אז קיין איינס איז נישט סעיף. אשר על כן בין איך מייעץ צו צוטיילן די געלט ביי א צאל אנדערע גמח'ן, א טויזנט ביי יעדער. נאך אפאר טויזנט אין די סעיף דיפאזיט באקס. נאך אפאר טויזנט אין דער היים. די מערסטע סעיף איז צו בארגן די געלט צו באקאנטע וועמען דו טראסט, אויב מעגליך מיט ערבים. אויך דא, בארג נישט מער ווי 5-10 טויזנט דאלער פער מענטש.


.[/justify]

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:24 pm
דורך שבת אחים
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:57 pm
דורך אהרן
לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 4:12 pm
דורך גר ותושב
אויב דארפסטו נישט די געלט פאר א שטיק צייט דעמאלט פארבארגט עס פאר א באקאנטע וואס איר טראסט.

*א מצוה באקומט איר זיכער

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:22 pm
דורך נולד מאוחר
אהרן האט געשריבן:לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.

אלץ שטייער העלפט נישט די עצה

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:24 pm
דורך נולד מאוחר
הוגה האט געשריבן:[justify]אין א סעיף דיפאזעט באקס איז דיין געלט נישט אינשורד און פון צייט צו צייט הערט מען אז מען האט באראבעוועט א באנק וואולט. אבער עס קומט נישט צו נאנט צו די צאל מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער געלט אין גמח'ן. דער אמת איז אז קיין איינס איז נישט סעיף. אשר על כן בין איך מייעץ צו צוטיילן די געלט ביי א צאל אנדערע גמח'ן, א טויזנט ביי יעדער. נאך אפאר טויזנט אין די סעיף דיפאזיט באקס. נאך אפאר טויזנט אין דער היים. די מערסטע סעיף איז צו בארגן די געלט צו באקאנטע וועמען דו טראסט, אויב מעגליך מיט ערבים. אויך דא, בארג נישט מער ווי 5-10 טויזנט דאלער פער מענטש.


.[/justify]

איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:26 pm
דורך נולד מאוחר
שבת אחים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די רשעים וויסען אז מהאט א סעיף דיפאסיט באקס? כמיין ציפרעגן סאיז אויף מיין סאשעל אזוי ווי א באנק אקקונט?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:35 pm
דורך שבת אחים
יא.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm
דורך הוגה
נולד מאוחר האט געשריבן:איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?


די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm
דורך נולד מאוחר
שבת אחים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?


קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די קליינע סעיףס האבן א קלענערע טשיענס פון גניבה ווי סעיף דיפאסיט גניבהס?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:48 pm
דורך נולד מאוחר
הוגה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?


די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.

די בעסעטע פאר וועם? פאר די רוגירונג?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 6:11 pm
דורך הוגה
ניין, די בעסטע פון א סעיפטי שטאנדפונקט.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 6:03 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל אידן זענען געהארגעט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה; און אויך, וויפיל מענער, וויפיל פרויען און וויפיל קינדער.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:37 pm
דורך פרייוויליג
בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון [tag]שבת אחים[/tag]? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 6:47 pm
דורך איך אויך
האסט דאך יא ארויס די זאך. אם אין דעת הבדלה מנין?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:08 pm
דורך שמיטשיק
וואס איז פשט פון די "ראנג" פראצענט % אונטער געוויסע ניקים?

וואס דארף עס באדייטן? פארוואס האבן געוויסע ניקים יא און געוויסע נישט? איז א העכערע נומער א מעלה אדער פארקערט?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:17 am
דורך געוואלדיג

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:17 pm
דורך בת קול
פרייוויליג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון [tag]שבת אחים[/tag]? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.


און איז ער א וויזניצער אדער א וועדזשעטעריאן?
פאררופט ער זיך א מאנספערזאן אדער איז ער גאר א טראנסגענדערניק?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:23 pm
דורך קאווע טרינקער
וואסי פשט אז די זון שיינט און באקט אויף כוח, אבער ווערט פאר 15 סעקונדעס שוואכער, און תיכף דערנאך קומט ער צוריק מיט זיין שטארקייט?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער צדיק הדור האט זיך איינגעדרימעלט פאר א פאר סעקונדעס