בלאט 161 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:00 pm
דורך חמלה גדולה

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:33 am
דורך נעקסט לעוועל
די מאן שטייט אויף און ער זאגט פאר זיין ווייב, איך פיל מיר נישט גוט היינט איך בלייב שלאפן, אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, שעפשעט ארייין שטילערהייט, ער איז אינדערהיים!

איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע! שרייעט די מאן שרייעט ארויס פון די שלאף צימער
זי ענפערט אים, רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:40 am
דורך שמן למאור
.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:57 am
דורך נעקסט לעוועל
דערמאנסט מיר פון א מעשה,
איך טרעף א שכנ'טע מיינע, מיט אן אנגעבאלטן פנים,
- וואס איז געשען, פרעג איך,
- מיין מאן האט מיר אנגעבויקערט די ביינער,
- איך האב געמיינט דיין מאן איז אין מילואים (reserve army)
- איך האב אויך אזוי געמיינט, ענפערט זי...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:08 pm
דורך זה חלקי

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:31 am
דורך קהל'ס נער
וואס איז די מעלה פון מייקראסאפט עדזש איבער אינטערנעט עקספלורער?
אז ס׳קען שנעלער דאונלאודען גאגל קראום……

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:09 pm
דורך נעקסט לעוועל
פארוואס זענען מעריעד פרויען מער דיקלעך פון סינגל מיידלעך?

סינגלס קומען אהיים ביינאכט, קוקן וואס ס'איז דא אינעם פרידזשעדער, און גייען אריין אין בעט.
מעריעד לעידיס קומען אהיים, קוקן וואס ס'איז דא אין בעט, און גייען צום פרידזש...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:51 pm
דורך קליינע צדיק
ביטערע געלעכטער....

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:47 am
דורך פאלאצ'ינטא
אמאהל איז אין שטאט נפטר געווארען דער שווינדלער פון שטאט און מען האט נישט געקענט טרעפען איין מענטש זאהל קענען זאגען אויף איהם א גוט ווארט ביי זיין לוי'. אפי' דער רב האט אויך נישט געקענט.

האט מען גערופען א רב פון א דערנעבענדיגע שטאט, און ער האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט...

איך האב איהם זייער גוט געקענט, און באמת האב איך גארנישט קיין גוט'ס צו זאגען אויף איהם, א גנב, א שווינדלער, א שלעגער ממש נישט אויסצוהאלאען... נאר איין גרויסע מעלה האט ער געהאט...

זיין ברודער איז געוועהן 10 מאהל ערגער פון איהם

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:14 am
דורך פאלאצ'ינטא
האט געזאגט אמאל א איד אז ווען עס קומט זיין צייט נפטר צו ווערן, וויל ער גיין רואיג אינמיטן שלאף... אזוי ווי זיין זיידע.


און נישט מיט פחד שרייענדיג קולות אזוי ווי די פאסאזשירן אין זיין קאר

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:31 pm
דורך Schmoozer
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:47 am אמאהל איז אין שטאט נפטר געווארען דער שווינדלער פון שטאט און מען האט נישט געקענט טרעפען איין מענטש זאהל קענען זאגען אויף איהם א גוט ווארט ביי זיין לוי'. אפי' דער רב האט אויך נישט געקענט.

האט מען גערופען א רב פון א דערנעבענדיגע שטאט, און ער האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט...

איך האב איהם זייער גוט געקענט, און באמת האב איך גארנישט קיין גוט'ס צו זאגען אויף איהם, א גנב, א שווינדלער, א שלעגער ממש נישט אויסצוהאלאען... נאר איין גרויסע מעלה האט ער געהאט...

זיין ברודער איז געוועהן 10 מאהל ערגער פון איהם
די מעשה גייט ווייטער אז ווען די ברודער איז געשטארבן האט מען אבוויעסלי נישט געקענט טרעפן קיין גוט ווארט אויף אים ביז דער רב האט געזאגט "ווען נישט אים וואלט מען נישט געקענט באגראבן זיין ברודער"

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:09 am
דורך פאלאצ'ינטא
א רב שטעלט זיך אויף ביי א לוי' (ל"ע)

ער איז געוועהן אן עהרליכער, נישט פארפעלט א מנין אין איבער 50 יאהר, ער פלעגט אויף שטיין 4 אזייגער און זיצען און לערענען 2 שעה פאר דאווענען . ווי אויך א בעל מדות שאין כדוגמתו אלעמאל געהאט א גוט ווארט פאר איעדער איינער. אויך איז ער געוועהן א בעל חסד וואס דער וועלט האט...

רופט זיך אן די אלמנה צום רב... אנאשולדיגטס מיר, טוהטס מיר א טובה און מאכט אויף דעם ארון, איך וויל זעהן ווער עס ליגט דארט, עס קען נישט זיין אז עס איז מיין מאן

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:39 am
דורך פאלאצ'ינטא
.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:41 pm
דורך נעקסט לעוועל
א ברסלבער טרעפט אן זיין ליטווישע שכן. ער שליידערט אים א תיקון הכללי, זאג דאס יעדן טאג און רב נחמן העט די ארויס שלעפן פון גהינום ביי די פיאות. זאגטער אים צוריק, איך דארף נישט די פיאות מיט גאנצע מיטשלעפעניש, שטייט דאך ׳אברהם אבינו עומד בפתחו של גהינום ורואה מי שיש לו ברית קודש ומציאו לגן עדן׳...
א שטילשווייגעניש פאר עטליכע סעקונדעס..
זאגט אים די ברסלבער, איך וויל ענדערש מזאל מיר ארויסשלעפן ביי די פיאות…:)

פארשטיי וויאזוי די ווילסט פארשטיין...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
נעקסט לעוועל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:09 pm פארוואס זענען מעריעד פרויען מער דיקלעך פון סינגל מיידלעך?

סינגלס קומען אהיים ביינאכט, קוקן וואס ס'איז דא אינעם פרידזשעדער, און גייען אריין אין בעט.
מעריעד לעידיס קומען אהיים, קוקן וואס ס'איז דא אין בעט, און גייען צום פרידזש...
נעקסט לעוול: ייש"כ פאר טרענסלעיטן אלע "בדיחות" פו די איזראעלישע צייטונגען...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
א פרוי וועלכע האט א סאך ארומגעארבעט מיט "פרעמדע" מענער. האט זיך אנגעגעבן אלס אן אלמנה. האט איהר איינער געפרעגט...ס'הייסט איך קען דאך דיין מאן. ער לעבט...! האט זי געענטפערט.."ווען איך גיי מיט אן אנדער'ן האב איך מיין מאן אין ד'רערד".

אין אן עליכע בחינה: (מעשה שהיה). א איד איז אמאל ארומגעגאנגען שנארן געלט פאר אן אלמנה מיט יתומים. האט מען איהם געפרעגט ווער איז די אלמנה? האט ער געענטפערט מיין ווייב און קינדער. זאגט מען איהם...דו ביסט א שווינדלער. האט ער געענטפערט...וואס אהרט דיר אז איך לעב...?!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:02 am
דורך ערנסטגערעדט
א יונגערמאן קומט אהיים און צו זיין שאק טרעפט ער זיין ווייב אויפן בעט צוגעבינדן און זיין גוטע חבר ברוך דערנעבן
ער פרעגט אים וואס גייט דא פאר?
ברוך ווייזט אים מיט די הענט כאילו ער דרייווט און קען נישט רעדן
וואס מיינט דאס פארשטייט ער נישט
ברוך זאגט אים איך דרייוו א באס
וואס הייסט?
אז מפרעגט סטופיד קשיות באקומט מען סטופיד תירוצים

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:24 pm
דורך שעפטאל
כ'וועל זאגן פאר מיינע חברים. ביי אונז אין ק"ש פאמיליע
אפי' די מנהל שרייבט אמאל אין מילתא דבדיחותא..

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:52 pm
דורך שמן למאור
שעפטאל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:24 pm כ'וועל זאגן פאר מיינע חברים. ביי אונז אין ק"ש פאמיליע
אפי' די מנהל שרייבט אמאל אין מילתא דבדיחותא..
נעע, ער זאגט שוואכע וויצן.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:58 pm
דורך שעפטאל
כ'לייק על דעת אז דאס איז אויך א וויץ.

דאס איז די שיינקייט פון אונזער שטיבל, אז מ'קען מאכן אזא ווערטל.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:04 am
דורך פאלאצ'ינטא
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.

עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.

אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.

איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?

ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.

איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?

ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:26 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: געוויינליך ווען איך זעה דיין נאמען, ספעציעל אין קאמבינאציע מיט מילתא דבדיחותא ווייס איך אז דער אויספלאץ גייט זיין גרויס.

נאר דאס איז גארנישט קיין ווערטל צו לאכן. ס'איז אן ערנסט ווארט. לשיטתו.

אן ענליכע בחינה איז ביי א שידוך אז פאר ס'קומט די צייט וועט עס נישט געשעהן. ומעשה שהיה. ביי א חופה פונקט פאר דער חתן האט געדארפט זאגן..."הרי את מקודשת לי"...האט זיך דאס קידושין רינגל אוועקגעקייקלט און מ'האט עס אנגעהויבן זוכן. ווען מ'האט געענדיגט זוכן איז אדורך א האלבע שעה. דער עולם האט געהאט גרויס עגמת נפש. האט זיך אנגערופן איינער פון די גדולי ישראל. אז די סיבה פון דעם פארלוירענעם רינגל איז געווען ווייל ס'איז נאכנישט געוען די צייט. און ווען ס'איז געווארן די ריכטיגע צייט האט מען עס געטראפן...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:29 am
דורך עמרם
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:04 am אן אמת'ר סאטמארער ווארט.

עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.

אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.

איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?

ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.

איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?

ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.
ער האט עס טאקע געזאגט ?
אויב יא, איז דא ערגעץ א מקור צו דעם ?