בלאט 161 פון 214

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:48 am
דורך קענדאנק
שוין א שיינע פאר יאר וואס איך קים צום שטיבל צו זעהן וואס גייט פאר אין די יידעשער וועלט. ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו הערן די מיינוגען פון מענטשען פין אלע viewpoints.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:48 am
דורך goyishekup
איך וועקן זיך צו וועקן זיך מיט אַ האַרט גלעזל פון הייס שוואַרץ קאַווע יעדער מאָרגן.
I write in English better than in Yiddish, though now that I've tried writing in Yiddish my syntax is yiddishized.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:49 am
דורך zev.ausch@gmail.com
איך בין א לאנגיעריגער אנהעגער פון די פורמים איך גלייך די אום באגרענציטע טעמעס וואס ווערט דיסקוטירט פריי פון צענזור פון קהילות אין פאליטיקעל קארעקט שרייבער. אויכעט די סטייל פון טאפיקס דיסקוטירט

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:49 am
דורך moishe ben yosef
I am neutral chassidish would like to voice my opinions I live in uk and would like to update in local news and be able to leave and receive messages from other users on this site and to agree to disagree with others on here

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:49 am
דורך דודי1
איך בין א נייגעריגע מענטש און איך בחייך צו וויסן כל מיני נושאים - און איך האב מיין זעלבסטשטענדיגע דמעות נישט נשמע פון אנדערע דאס זייטעל זעהט אויס אינטערעסאנט און באלערנד און פארמאטיוו און זייער אפען - אינפארמאציע וואס איך וועל ווארשיינלעך נישט באקומען ערגעץ אנדערש

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:52 am
דורך מנהל
דערמאנונג: מעמבערשיפ אפליקאציעס וואס זענען נישט געהעריג אויסגעפילט ווערן נישט אקטיוויזירט. אויב איז אייער ניק נאך נישט אקטיוויזירט געווארן שרייבט אייך נאכאמאל איין מיט א נייעם ניק, און מאכט זיכער אויסצופילן ריכטיג די אפליקאציע, אריינגערעכנט אן אמת'ע אימעיל אדרעס און שרייבן בערך 40 ווערטער וועגן זיך און/אדער פארוואס איר ווילט זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל.

אז מ'קומט אויף א פלאץ איז א מינימאלע דרך ארץ אז מ'זאל זיך אביסל פאָרשטעלן פאר דעם עולם.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:17 pm
דורך Bear Juice
I like the concept of being able to have open conversation without being moderated for anything not following personal agendas. I love reading open opinions and conversating as adults would.
I belong to one of the biggest Hassidic Communities which has branches all over the world.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:18 pm
דורך מכסה לשפנים
איך האב הנאה אין שעץ די פרייע רעכט וואס מ'געבט דא פאר די אויסדריק, וואס מ'רופט פרידאם ספיטש, אזוי אז מ'קען הערן און דערציילן א מעשה אן די אלע אזוי גערופענע זאכן וואס "פאסט נישט", איך האף צו קענען דא פארברענגען להנאתי, און אויך צוגעבן צום מצב להנאתכם

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:20 pm
דורך Ben ko
איך וויל קענען געשמאק פארברענגען און מיך אויס ליפטערין אביסל נאך א שווערע טאג ארבעט
איך בין גאנץ פארנומען און איך בין נישט די בעסטע שרייבער ממילא וועט איר נישט אפשר הערן פון מיך אזוי אפט אבער פון צייט צו צייט קען איך צולייגן מיין צוי צענט
איך האב ליב טעכנאלאגיע און איך קען אביסל IT אבער פאר פרנסה בין איך און די קאנסטרוקציע אינדוסטריע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:21 pm
דורך קלוגער איד
א געלונגענע געזונטע רייכע געשמאקע באטעמטע דערהויבענע אויסדערוועלטע גוטע באמבאסישע הויכגעשעצטע רביש אייניקעל איז מיין זיידע (איך אויך) הפילטר א געשמאק אן א טעלער טשולנט מיט א קאלטע גלעזל קאוק מיט א אפונה גמר א און מען האקט שטיקער , האט ליב צו טוען חסד מיט א צוויטע איד אבער מיט אלע מפרשים שוין העצים דארפסטע מיך שוין זיכער קענען

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:27 pm
דורך אראפ און ארויף
א גיט יאר, איך בין געקומען דא צוליב די אינטערסאנטקייט פון קאווע שטיבל, ווי מען שמועסט זיך גיט אויס און שיינע שרייבערס, אלע שיטות אלע צדדים, א הערליכע פלאץ קונה צו זיין אסאך, האף מיר הנאה צו האבן פון דעם געשמאקן פלאץ.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:28 pm
דורך איןברירה
אך בין א מיטעל עלטער חסידשע יונגערמאן פון ברוקלין. איך וויל קלארשטעלן אז איך בין פולקאם פרום און איך האלט שטארק פון דער אזויגערופנער סיסטעם פון די היינטיגע גרויסע קהילות. איך וואלט נישט געטוישט קיין כי הוא זה פון די מהלך וואס האט אהער געשטעלט די גרעסטע וואוקס פון חרידשע אידענטום זייט ששת ימי בראשית. מיט דעם אלעם בין איך אפט נייגעריג וואס אנדערע האבן צו זאגן און עס בארייכערט מיין לעבן צו זעהן די געפילן און מיינונגון פון אלע סארט אידן.

ביטע געבט מיר איינטריט צו ערפולן מיין באגער.

בכבוד רב
אין ברירה

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:29 pm
דורך חברה מאן
איך זיך צו פארברייטערן די ידיעות מיינע און געניסן פון די אלע רייכע אוצרות דא אין קאווע שטיבל און אזוי אויך מיט צו טיילן פון מיינע ידיעות צו די אנדערע חשובע יושבים דא איוף די קאווע שטיבל פלאטפארמע ווין אימער.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:30 pm
דורך זיכער
איך בין א חסידישע יוד וואס איז אייביג זיכער וואס איך זאג על כל פנים איך בין זיכער א איך האב עס געזאגט אדער געשריבן

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 9:57 am
דורך שמע בני
hi good morning to all here i like to write and to listen to hear from other people what they have to say about this world the system and our culture it would be my pleasure to enter her to read and write thank you vey much

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:36 pm
דורך Salford
יאנעשאלמע האט געשריבן:טייערע חברים איך האב ליב צו שרייבן,
אין ליינען אנדערע שיינע ווערג.
מיינע לעבעדיגע רבי'ס זענען ר' דוד באשעבקין, ר' שמעון שפיצער,
ספרים: מאור ושמש, מאור עינים, פרי צדיק, שפתי חן, און אמרות טהרות ראחמיסטריווקא.
איך בין א חסידישע איד, איך בין אבער א חסיד אויך פון תלמיד תורה עם דרך ארץ צו אנערקענען אז די מאדערן וועלט איז דא. (אויב ווילסטו לייגען א לעיבל איז עס מאדערן ארטעדאקס)

I love to read memoirs
Modern orthodox איז ניש תורה עם דרך ארץ

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:14 pm
דורך מתבודד
איןברירה האט געשריבן:אך בין א מיטעל עלטער חסידשע יונגערמאן פון ברוקלין. איך וויל קלארשטעלן אז איך בין פולקאם פרום און איך האלט שטארק פון דער אזויגערופנער סיסטעם פון די היינטיגע גרויסע קהילות. איך וואלט נישט געטוישט קיין כי הוא זה פון די מהלך וואס האט אהער געשטעלט די גרעסטע וואוקס פון חרידשע אידענטום זייט ששת ימי בראשית. מיט דעם אלעם בין איך אפט נייגעריג וואס אנדערע האבן צו זאגן און עס בארייכערט מיין לעבן צו זעהן די געפילן און מיינונגון פון אלע סארט אידן.

ביטע געבט מיר איינטריט צו ערפולן מיין באגער.

בכבוד רב
אין ברירה
כ'פארשטיי נישט. ווייסט איר דען נישט אז לפי די סיסטעם וואס איר האלט פון טאר מען נישט ליינען דא?

הייסט איר שפילט אויך אביסל אויס די סיסטעם!? אופס...

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:31 pm
דורך רננו צדיקים
האב ליב מיטצטהאלטן אלעס אין היימישע וועלט, און האב א שטיקל גוטע פעדער, פראביר צו האבן אסאך ידועות אויך און דא איז פיל מיט גוטע סחורה נייע און אלטע, ווען מען דארף א ברעיק קען דאס גוט צוניצקומען זיך אויסצולופטערן על טהרת הקודש

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:31 pm
דורך שליסעל
איך האב ליב זעהן נייעס, און הערן וואס יעדער האט צוגעגעבן, און א שמועס מיט געשמאקער אידישע שרייבערס

איך וועל שרייבן וואס טוט זיך ארים די וועלט, איך פאר ארים אסאך לענדער

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:32 pm
דורך קוק-נאר
צו זען נייעס וואס מען דערציילט נישט ערגעץ אנדערש.
א סאטמארער חסיד, וויל "מיטהאלטן" דעם שמועס צומאל ביי אינטערעסאנטע טעמעס.
קענען אריינרעדן מיין מיינונג, נישט ווייל עס איז רעלעוואנט, נאר ווייל פארברענגען און סאציאליזירן איז זייער א וויכטיגער באשטאנדטייל פון מיין לעבן.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:32 pm
דורך viola
א גוטען איך האב מחליט געווען אריינציסיינען אין קאווע שטיבל ווייל איך וויל קענען שרייבן און ליינען אמתע נייעס איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א שיינע פאר יאר אבער איך פלעג קיינמאל נישט שרייבן לעצטנס האט מיין קהילה פילטער עס געבלאקט אבער ב'ה יעצט האב איך שוין צוריק עקסעס

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:33 pm
דורך אבוה דשמואל
א יוד, א מחבר ספר, וואס לעבט אידישקייט און האט א רצון צו באקומען אין טיילן אינטערסאנטע ידיעות וואס געבן אן אמתער בליק אויף דאס יודיש תורהדיג לעבן אמאהל אין היינט

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:34 pm
דורך אינטרעסאנט
איך האב א אינטערעסע און אינטרעסאנטע אינטרעסן עס איז אינטרעסאנט און עס איז מיר אינטרעסאנט וואס אנדרע האלטען אז עס איז אינטרעסאנט ווי אויך וואס פאר דיר איז נישט אינטרעסאנט קען פאר אנדרע יא זיין אינטרעסאנט