בלאט 162 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:07 pm
דורך שמן למאור
א בריסקער איז ארומגעגאנגען מיט א שווערע חקירה פאר אפאר טעג.
א זעברא איז שווארץ מיט ווייסע שטריכן דערויף, אדער אפשר גאר פארקערט, עס איז ווייס מיט שווארצע שטריכן דערויף?
אזוי איז ער ארומגעגאנגען עטליכע טעג אן א קאפ, ביז ער האט מחליט געווען פארצולייגן זיין שווערע שאלה פאר א חבר.
זיין חבר הערט אויס די צדדים, און זאגט "דאס זענען דיינע צדדים? אפדר גאר איז די זעברא גרין, נאר עס האט שווארצע און ווייסע שטריכן דערויף"...?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 7:12 pm
דורך ישר בעיניו
חאנטשינער רבי ז"ל פון אנטווערפן
לוינט זיך אויסצוהערן
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:20 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט צום רבי'ן און וויל אריין גיין, זאגט איהם דער גבאי, מען קען יעצט נישט אריין גיין, דער רבי האט שוין נישט געגעסען פאר דריי טעג, ער עסט יעצט.
קומט ער צוריק א וואך שפעטער און וויל ווייטער אריין גיין, זאגט איהם דער גבאי ניין, דער רבי איז שוין נישט געשלאפען פאר דריי טעג, ער שלאפט יעצט.
קומט ער צוריק א וואך שפעטער זאגט איהם דער גבאי, ניין נישט יעצט דער רבי האט שוין נישט אריין געקוקט אין א אידיש ספר פאר דריי וואכען ער פלאנט יעצט עפעס צו לערענען
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:17 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין די וואכענדיגע פרשה, יתרו זעהט מען אז יתרו האט געשיקט משה מודיע זיין אז... ער קומט מיט דיין ווייב (משה'ס) צפורה און דיינע קינדער און זייערע נעמען, איינער גרשום און דער אנדערער אליעזר.
פרעגט מען, פארוואס האט ער געדארפט אויסרעענען פונקטלאך ווער עס קומט?
קען מען ענטפערען אז ער האט איהם געוואלט לאזען וויסען אז אונז קומין מיר, אבער די שוויגער בלייבט אינדערהיים
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:24 am
דורך פאלאצ'ינטא
א פארפאלק האט זיך ארום געקריגט, האט די פרוי אנגערופען איהר מאמע.. מאמי, איך האלט עס נישט אויס, איך קום צוריק וואוינען צו ענק אינדערהיים.
ענטפערט איהר מאמע, פארוואס מוזען אונז ליידן? ער מוז ליידן, איך קום וואוינען ביי ענק
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:26 pm
דורך Salford
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 6:04 am
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.
עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.
אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.
איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?
ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.
איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?
ענטפערט דער סאטמארער רב...
ווייל עס איז פאר די צייט.
כתוב בדברי יואל
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:31 pm
דורך אבימלך
מראה מקום?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:51 pm
דורך פרומער חסיד
דער אדמיניסטרעיטאר פון ישיבה איז געווען א גאליציאנער.
איין טאג קומט ער אן מיט באקסעס אומגעצייטיגטע באנאנעס,
וואס איז געשען ר' געצל?
ס'ביליגער פון טישוס
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:07 am
דורך פוילישע פעפער
שטייט און גמרא אז ניין מענטשען מיט א יונגעל איז נישט גוט פאר א מנין אבער טאמער די יונגעל האלו א ספר קען ער זיך מצרף זיין פאר מנין
שטעלט זיך די שאלה וואס העלפט די ספר?
נאר ווייל די ספר האט זיכער שתי שערות...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:52 am
דורך berlbalaguleh
גאנץ גוט: אבער א ביסל חזיר'יש...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:02 am
דורך פאלאצ'ינטא
א פרוי האט געוואלט זעהן וועליכע פון איהרע איידעם'ר זענען די מערסטע געטריי צו איהר. רופט זי אלע דריי אויף א שפאצער.
דער ערשטער פאנגט אן גיין און אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.
דער איידעם טראכט נישט קיין סעקונדע ער שפרינגט אריין און ראטעוועט איהר.
א טאג שפעטער באקומט ער 10 מיליון דולר און א נייע קעדילעק קאר מיט א צעטל וואס שטייט יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... די שוויגער
נאך דעם נעמט זי דער צווייטער איידעם און די זעלבע פאסירט... אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.
דער צווייטער איידעם טראכט אויך נישט קיין סעקונדע ער שפרינגט אריין און ראטעוועט איהר.
א טאג שפעטער באקומט ער אויך 10 מיליון דולר און א נייע קעדילעק קאר מיט א צעטל וואס שטייט יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... די שוויגער
דערנאך גייט דער דריטער און אינמיטן וועג ביים אריבער גיין א קליין בריק'ל גיבט זי זיך א גליטש אויס און פאלט אריין אין וואסער.
דער איידעם מאכט זיך נישט וויסענדיג און זי שרייט קולות און ער גייט זיך ווייטער רואיג... און א וודאי איז זי...
דער נעקסטער טאג באקומט ער צוויי קעדילעק קארס מיט 20 מיליון דולר, מיט א צעטל וואס שטייט, יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבען... דער שווער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:21 am
דורך פוילישע פעפער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:52 am
גאנץ גוט: אבער א ביסל חזיר'יש...!
מהאט שוין גהערט פון ערגערס...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:52 am
דורך וואלווי
פרומער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:51 pm
דער אדמיניסטרעיטאר פון ישיבה איז געווען א גאליציאנער.
איין טאג קומט ער אן מיט באקסעס אומגעצייטיגטע באנאנעס,
וואס איז געשען ר' געצל?
ס'ביליגער פון טישוס
אויב אזוי פארוואס האבן די רבנן געדארפט מתיר זיין אבנים מקורזלות אויב מ'קען נוצן באנאנעס?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:58 am
דורך berlbalaguleh
כ'האב פארשטאנען: נאר איך לאך נאכנישט.
ועוד י"ל. אז די רבנן זענן נישט געווען קיין גאליציאנער...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:03 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:58 am
כ'האב פארשטאנען: נאר איך לאך נאכנישט.
ועוד י"ל. אז די רבנן זענן נישט געווען קיין גאליציאנער...!
א) לאך יא.
ב) קען זיין בקרתא דשופריא אין פלטרין של מלך ווי די אבנים זענען סיי ווי מוכן מבעוד יום
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:48 am
דורך פוילישע פעפער
ראובן: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
ראובן: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
ראובן: ךברוך הוא וברוך שמו....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:14 pm
דורך תשפג
פון ווי ווייסטו אז איינער וואס בארגט געלט אין באצאלט נישט איז כאילו ער האט קיינמאל נישט געבארגט?
א בפירוש׳ע משנה אין מס׳ שבת: מל ולא פרע כאילו לא מל…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:19 pm
דורך שמעקעדיג
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:48 am
ראובן: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
ראובן: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
ראובן: ךברוך הוא וברוך שמו....
איך האב געהערט: כהוא ברוכשמו
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:33 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
תשפג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:14 pm
פון ווי ווייסטו אז איינער וואס בארגט געלט אין באצאלט נישט איז כאילו ער האט קיינמאל נישט געבארגט?
א בפירוש׳ע משנה אין מס׳ שבת: מל ולא פרע כאילו לא מל…
הגה"ק מיארמע שליט"א דערציילט: אז דער טעלעפאן קאמפאני האט איהם גערופען און געווארענט אז ער מוז שוין גלייך מאכן "פריעה" און אויב נישט וועלן זיי מוזן מאכן "חיתוך" צום סוף האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן געמאכט אויף איהם "מציצה"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:33 am
דורך תשפג
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:33 pm
הגה"ק מיארמע שליט"א דערציילט: אז דער טעלעפאן קאמפאני האט איהם גערופען און געווארענט אז ער מוז שוין גלייך מאכן "פריעה" און אויב נישט וועלן זיי מוזן מאכן "חיתוך" צום סוף האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן געמאכט אויף איהם "מציצה"...
מענין לבנין, די יארמע רב פארציילט א מעשה:
געווען אמאל א איד וואס האט פארבארגט א גרויסע סומע געלט פאר א רבי׳שע אייניקעל.
(די מעשה גייט נישט ווייטער - דער האט קיינמאל נישט באצאלט…)
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:39 pm
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:19 pm
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:48 am
ראובן: וועלכע צוויי ווערטער הייבן זיך אן מיט א "ך"?
שמעון: איך ווייס נישט.
ראובן: זייער גוט, וואס איז די צווייטע?
שמעון: נו..
ראובן: ךברוך הוא וברוך שמו....
איך האב געהערט: כהוא ברוכשמו
וועלכע צוויי קיגלען הייבן זיך אן מיט א "נ"?
א נעפל קוגל, מיט א נאווערנייט קוגל.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:11 pm
דורך אגריפס המלך
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:39 pm
א נעפל קוגל, מיט א נאווערנייט קוגל.
מיכאל ז"ל'ס א ווארט
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:23 am
דורך ערנסטגערעדט
א איד גייט אין גאס און אן אראבער קומט אים אקעגן און דערלאנגט אים א שטויס. "דאס איז פון גאזא"!
צומארגנס קומט דער זעלבער אראבער און גיט אים א זעץ אין בויך, "דאס איז פון לבנון"!
דער איד, זעענדיג אז ס'נישט קיין תכלית, האט זיך איינגעהאנדלט א שאוועל, און דער נעקסטע צופרי ווי נאר דער אראבער קומט נאנט דערלאנגט ער אים א זעץ אין קאפ, "און דאס איז פון האום דיפאו"!