בלאט 163 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:34 am
דורך ערנסטגערעדט
א ראש הכולל שטייט 10 אזייגער און די כולל איז ליידיג, שטעלט ער זיך ביים טיר אפצואווארטן די יונגעלייט און זיי אריינגעבן אזוי ווי סברויך
קומט דער ערשטער יונגערמאן פרעגט ער אים פארוואס ביזטו שפעט? זאגט דער יונגערמאן דארפסט פארשטיין אין בין געווען גרייט פשוט די קאר האט זיך נישט אנגעצינדן האב איך געמוזט נעמען א פערד און וואגן...
דער נעקסטע יונגערמאן קומט אן, וואס איז דיין תירוץ? דארפסט פארשטיין מיין קאר האט געכאפט א פלעט בין איך געקומען מיט א פערד און וואגן...
אזוי גייען דורך 9 יונגעלייט אלע זענען זיי געקומען מיט פערד און וואגן ווייל די קאר האט געמאכט פראבלעמען
אפאר מינוט שפעטער קומט דער צענטער יונגערמאן, און וואס איז דיין תירוץ? אויך געקומען מיט א פערד און וואגן?
ניין זאגט ער, אלעס איז געגאנגען ווי געפלאנט די קאר האט פיין געארבעט, נו אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי שפעט??!
סאיז געווען עפעס אבנארמאלע טראפיק, 9 פערד און וועגענער...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 4:09 pm
דורך פוילישע פעפער
ראובן: סאיז געוועהן אמאל א רבי מיט א גלח וואס האבן שפאצירט אויפן גאס...
שמעון: נו, להבדיל
ראובן: וואס עפעס להבדיל, דער גלח איז אויך געוועהן יענער יונג...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:17 pm
דורך איך אויך
פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:23 pm
דורך שמן למאור
איך אויך האט געשריבן: פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

מען רעדט דא פון סאטמאר רבי.

All good?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:44 pm
דורך וואלווי
איך אויך האט געשריבן: פאסט נישט אפילו פאר א ווערטל.

ווי זעסטו דא א ווערטל...?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א (ביסל א נארישער) איד פארציילט מיר אין ביהמ"ד..."איך און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן"... האביך איהם געזאגט אז איהר זאגט "צוזאמען" דארפט איהר נישט זאגן להבדיל...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:09 pm
דורך קהל'ס נער
גיי לערן א ראובאט ברטנורא….

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:38 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט אן צו די ארבעט 10 אזייגער און באגעגענט דער מענעדז'ער... וועליכע הייבט אן צו שרייען... וואס איז דאס? דו האסט געדארפט דא זיין 9 אזייגער!

פרעגט ער פארוואס? וואס איז געשעהן 9 אזייגער?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:43 am
דורך פאלאצ'ינטא
דער שטאט'ס גביר איז נפטר געווארען ל"ע און איבער געלאזט 500 מיליון דולר. ביי די לוי' איז געשטאנען דארט א משולח פון א"י וועליכע האט זייער געוויינט. גייט צו צו איהם איינער און פרעגט איהם, פארוואס וויינסטו? דו ביזט אפי' נישט געוועהן א קרוב.

פארדעם וויין איך טאקע, ענטפערט ער

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:55 am
דורך נעקסט לעוועל
ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
מנהל

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:29 pm
דורך נעקסט לעוועל
ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
מנהל

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:38 pm
דורך משה רבקש
ער וואלט כאטש געזאלט איבערלאזן אפאר פעניס אין פושקע....

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז א גוטער דזשאוק. נאר א ביסל חזיר'יש. דער מנהל האט געבעטן אז מ'זאלל נישט שרייבן די טייפ דזשאוקס. אויב יא זאללן עס זיין אין "מאחורי הפרגוד"...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:18 am
דורך פון אונזערע
זאגט מיר איינער אבי מזאגט אז היינט איז שוין נישט דא די משפטים הויזן וואס דען זענען דיע טייטע הויזן...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:47 am
דורך פון אונזערע
לכבוד חודש אדר זאגן די זאגערס אז די יאר וועט מען די ערשטע מאל קענען יוצא זיין משלוח מנות מיט איין מאכל נא וויאזוי ? מיט מזונות ברויט...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:32 pm
דורך גאר נייגעריג
מנהל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:29 pm ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
נאט נייס, וואס איז מיט די וואס האבן נישט קיין עקסעס צו מאחורי?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:49 pm
דורך משה רבקש
גאר נייגעריג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:32 pm
מנהל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:29 pm ווארענונג!
'מאחורי' סארט וויצן באלאנגען נישט דא.
פארלעצער וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר א צייט (וכך הוה)
נאט נייס, וואס איז מיט די וואס האבן נישט קיין עקסעס צו מאחורי?
שמך נאה לך....
אבער יא.. איך פארשטיי דיין פיין.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:24 pm
דורך פון אונזערע
הרה''ק ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע האט אמאל געזאגט אז בחורים זענען די מובחר שבבריאה, פאר זיי האט מען באשאפן די וועלט, איי פארוואס למען השם האבן זיי חתונה??! נאר וואס דען כדי צו פאבריצירן נאך בחורים!!! מי יעמוד בסוד קדושים...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2024 12:23 am
דורך צומישט און צוחישט
א בחינה פון: מ'לערנט נאר כדי צו האבן וואס צו חזר'ן...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:52 am
דורך [NAMELESS]
פון אונזערע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:24 pm הרה''ק ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע האט אמאל געזאגט אז בוחרים זענען די מובחר שבבריאה פאר זיי האט מען באשאפען די וועלט איי פארוואס למען השם האבען זיי חתונה??! נאר וואס דען כדי צו פאבראצירן נאך בוחרים!!! מי יעמוד בסוד קדושים...
דיסלייק

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 am
דורך היום
געווען א וואויל בחר׳ל, ב״ה פיין שנעל חתונה געהאט ביי די 18.
פרייליך און צופרידן ביז׳ן הימל.
ס׳איז אדורך א קורצע פאר חדשים און דאס ווייבל זיינער איז ביטער קראנק געווארן און נעבעך אוועק, ל״ע.
נאך א תקופה האט ער ווידער חתונה געהאט, איז ער אבער דאס מאל ביטער אריינגעפאלן, דער צווייטער אשת מפחידי האט עהם נעבעך דאס לעבן פארביטערט.
איין טאג הערט זיין שכן אין ביהמד״ר ווי דער יונגערמאן בעט זיך אויס ביי שמע קולינו, ער שמועסט זיך אזוי אויס מיט׳ן באשעפער ״רבונו של עולם, אונז האבן זיך אזוי ערליך אנגענימען דער חרם דרבינו גרשון, מיר קענען נישט מער ווי איין ווייב, אבער דו הייליגער באשעפער, דו קענסט דאך יא נעמען מער, נו בעט איך דיר, נעם שוין נאך איינס….”

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 3:12 am
דורך פוילישע פעפער
געוועהן אמאל א מלמד וואס האט געזאגט אין כיתה
אלע קינדער זאלן לייגען די רעכטע האנט אויף די אויגן און ליינען שמע
אלע קינדער האבן געלייגט חוץ פון איינער
פרעגט אים די מלמד, וואס איז מיט דיר?
זאגט אים די יונגעל, מיין מאמע זאגט מיר אלעמאל אז איך האב צוויי לינקע הענט...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:31 am
דורך פון אונזערע
פון די הויכע פענסטערס הערט מען אז די עסקנים ארבעטן זייער שווער אויף א פרישע קול קורא וואס איז יעצט?
סאיז מער אזא לאפרושא מאיסורא סטייל... אז מזאל אבאכט געבן נישט צו עסן צויי המן טאשן איינס נאכן אנדערן {בזה אחר זה} ווייל סווערט א מגן דוד אין בויך רח''ל...