בלאט 164 פון 213
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:37 am
דורך רויטע וואנצעס
א "צאתכם לשלום" אשכול וואלט געווען נייס פאר טייל (כ'מיין נישט קיינעם פרעזענדליך)
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:49 pm
דורך שמעקעדיג
קאמענטירער איך קען נישט ליינען קלאר דיין צעטל צוליב דעם נארישן וואטערמארק
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:53 pm
דורך קאמענטירער
איטך לייג עס גערן איבער כאטש אויב איינער ווייסט די פרטים מאכ טעס נישט אויס
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:17 pm
דורך קאמענטירער
כבין זיך מודה ומתודה אז איך וואלט נישט געדארפט איבערלייגען די בילד אנעם וואטערמארק ווייל יעצט אנעם וואטערמארק פארט עס ארים און סאושעל גרופס
די מארל לעסאן איז אז די ''נארישן וואטערמארק'' איז דא פאר א סיבה
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:19 pm
דורך גראף
א חבר מיינע האט געזעהן ווי איך בין געגאנגען מאכען א אויל טשעינזש מיט מיין געליעסטע קאר. דו מאכסט א אויל טשעינזש פרעגט ער מיר מיט בייז ווינדער? ביזט משוגע? איך מאך קיינמאל נישט איך געב עס צוריק נאך דריי יאהר און פארטיג נעקסט קאר.
וואס טוט דער עולם דא יא אויל טשעינזש אדער נישט?
איך גיי ווייטער עס טון איך וויל נאר וויסן אויב ס'איז נארמאל נישט צו מאכען איעדע דריי- פינף טויזענט מייל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:11 pm
דורך שמעקעדיג
זאג דיין חבר ער איז אן אוממענטש, א חזיר, א גנב, און איז גורם א פאטענציאלע שרעקליכע חילול ה'. איך וועל אים דן זיין לכף זכות אז אפשר ווייסט ער נישט ווי וויכטיג דער אויל טשעינדזש איז פאר די קאר.
דוכט זיך אז ערגעץ וואו אין שטיבל האט מען שוין גערעדט דערפון. אויב קען איינער צוצייכענען תע"ב.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 10:58 am
דורך גראף
ווער איז ''נישט'' געפארען צו די קאנטרי?
ווער פארט נישט צו דער קעטסקילס אבער שעמט זיך צו זיין א שלימזל און פארט צו א האטעל ערגעץ אין ניו זשערסי?
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 11:27 am
דורך קאמענטירער
גראף האט געשריבן:ווער איז ''נישט'' געפארען צו די קאנטרי?
ווער פארט נישט צו דער קעטסקילס אבער שעמט זיך צו זיין א שלימזל און פארט צו א האטעל ערגעץ אין ניו זשערסי?
עכט האביך געמיינט אז מפרעגט דא שאלות און מען פורבירט צוזאמען מיט די חברים צו באקומען א צופרידנשטעלנדע תשובה אבער פון דיין שאלה קוקט אוי אז די אשכול '' זאכען וואס איך וויל וויסען איז געמאכט פאר אנדערע סארט שאלות וועל איך שוין צולייגען נאך שאלות
וויפיל האר האב איך אויף מיין קאפ?
וויפיל מאל דעארף דער זעלבער משולח קומען נאכעמאל מיטן זעלבען פזמון ''העלפט ארויס וכו'''?
פארוואס דארף זיך מיין קאפי אויסגיסען דוקא אויף מיין פריש אויסגעוואשענע וואלענע טלית קטן?
פארוואס פונקט ווען כברויך טישוס האביך עס נישט צו דער האנט?
די אלע קשיות גייט אריין אין זאכען וואס איך וויל וויסען ותו לא
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 11:57 am
דורך גראף
@קאמענטירער מען האט שוין געפרעגט אלע דיינע קשיות דא.
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 1:26 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:זאג דיין חבר ער איז אן אוממענטש, א חזיר, א גנב, און איז גורם א פאטענציאלע שרעקליכע חילול ה'. איך וועל אים דן זיין לכף זכות אז אפשר ווייסט ער נישט ווי וויכטיג דער אויל טשעינדזש איז פאר די קאר.
דוכט זיך אז ערגעץ וואו אין שטיבל האט מען שוין גערעדט דערפון. אויב קען איינער צוצייכענען תע"ב.
שמעקעדיג און גראף: לא זו אף זו קתני. נישט נאר איז ער א חזיר,גנב און אוממענטש, כדאמרן. נאר ער קען זיך אליינס אמאל אפטון אויפ'ן ערגסטן אופן. ער קען ערגעץ (אומגעראכטן) סטאק ווערן און חרוב מאכן די ענדזשין. נאכדעם וועט ער האבן צו טון מיט די ליעסינג קאמפעני...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 2:21 pm
דורך א איד
קאמענטירער האט געשריבן:גראף האט געשריבן:ווער איז ''נישט'' געפארען צו די קאנטרי?
ווער פארט נישט צו דער קעטסקילס אבער שעמט זיך צו זיין א שלימזל און פארט צו א האטעל ערגעץ אין ניו זשערסי?
עכט האביך געמיינט אז מפרעגט דא שאלות און מען פורבירט צוזאמען מיט די חברים צו באקומען א צופרידנשטעלנדע תשובה אבער פון דיין שאלה קוקט אוי אז די אשכול '' זאכען וואס איך וויל וויסען איז געמאכט פאר אנדערע סארט שאלות וועל איך שוין צולייגען נאך שאלות
וויפיל האר האב איך אויף מיין קאפ?
וויפיל מאל דעארף דער זעלבער משולח קומען נאכעמאל מיטן זעלבען פזמון ''העלפט ארויס וכו'''?
פארוואס דארף זיך מיין קאפי אויסגיסען דוקא אויף מיין פריש אויסגעוואשענע וואלענע טלית קטן?
פארוואס פונקט ווען כברויך טישוס האביך עס נישט צו דער האנט?
די אלע קשיות גייט אריין אין זאכען וואס איך וויל וויסען ותו לא
די אלע קשיות באלאנגט מער אין די אויפגערעגטע אשכול.
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 10:20 am
דורך קאמענטירער
איז דא א סיבה פארוואס א באנוצער וואס דרייט זיך דא אויפען געוועב זאל זיך צוריק האלטען פון שרייבען (זאכליכע) תגובות? ביים רעדן איז דא אזא געדאנק ווי תענית הדיבור אבער ביים שרייבען?
כ'בין שוין דא א היבשער שטיק צייט אין ק"ש, איך טריי צו האלטן מיין מויל ווי מער פארמאכט, אבער איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטן. דאס איז עפעס נישט פון דער וועלט! יעדעס ווארט אזוי אויסגערעכנט, ממש נישט נארמאל. יש"כ.
איך טראכט אפשר באלאנגט די שאלה אויך אין די אויפגרעגטע אשכול...
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 7:19 pm
דורך קאמענטירער
פארוואס האבען אלע בארבער שאפס אינדערויסען פון די שאפ אזא סארט מאדנע כלי וואס האלט זיך אין איין דרייען?
וואס האט עס מיט שניידען האר?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:01 pm
דורך איך אויך
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:46 pm
דורך Bpjew
Which is a good cheap compact printer to print alot paper reg black ink? For gilyenos etc?
Sent from my Nexus 6P using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 5:39 pm
דורך קאמענטירער
כווייס אז סאיז נישט שיין אריינצוהאקען אינמיטען אבער אזויווי די א.ד. שאלה קומט מער אין אחיעזר וועל איך אנפרעגן א ידיעה שאלה:
איז שייך סומבארינען פארן צווילען באנוץ אדער איז עס א ריין מילטערישען געצייג פונקט ווי א למשל א באק סיסטעם?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 5:59 pm
דורך קאמענטירער
אה פארגעסן פון נאך א באנוץ פאאר סאמבערינען וואס דאס איז פאר סייענטיסטען אבער דאס איז ווייטער נישט פארן צווילען עמך באנוץ
אגב לויט ווי אזוי סהייסט האט די אמריקאנע נעווי 72 סומבארינען אין אקטיווען באנוץ (אפשר כנגד הבתולת של מוחמוד)
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 7:39 pm
דורך שלום על ישראל
עס זענען פארהאן
לוקסוס סובמארינען, און די אויל קאמפאניס ניצן
ספיציעלע סובמארינן צו באזיכן די ריגס.
אויסער דעם ווערן סובמארינען באניצט פאר אומלעגאלע צוועקן, און פאר ריסערטש און עקספלאראציעס.
דאס איבריגע איז פאר מיליטערישע און שפיאנישע צוועקן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 10:51 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס איז פשט פון געבן א סאממענס פארן נישט גיין א סיט בעלט? וואס גייט זיי אן טאמער כ׳לייג מיין לעבן אין געפאר? סאיז נישט אז דורך דעים זענען אנדערע אויפן שאסיי אין א געפאר, א שטייגער ווי ספידן אדער זיין אויפן סעלל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:01 pm
דורך יעלה ויבא
If you're not wearing a seat belt then you can lose control of your car in the event of an accident
lead, follow, or get out of the way
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
יעלה ויבא האט געשריבן:If you're not wearing a seat belt then you can lose control of your car in the event of an accident
lead, follow, or get out of the way
Cut the crap
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:07 pm
דורך שלום על ישראל
נישט בפשטות. כאטש ס'קען אמאל זיין א פאקטאר, איז די אמת'ער סיבה נאר צו פראטעקטן דעם דריווער.
כאטש די רעגירונג צאלט א גרויסע חלק פון מענטשן'ס העלט קאסט, איז דע נושא א הייסע.
זעה דא.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:07 pm
דורך יעלה ויבא
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:יעלה ויבא האט געשריבן:If you're not wearing a seat belt then you can lose control of your car in the event of an accident
lead, follow, or get out of the way
Cut the crap
Done
lead, follow, or get out of the way