בלאט 165 פון 213
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:10 pm
דורך ביליג
יש אומרים אז די געזעץ איז קעגן די ערשטע אמענדמענט אזויווי גאנס און גרויסע סאודע .
עס איז טאקע נישט קיין געזעץ אין אלע סטעטס.
די זעלבע איז מיט אנטון א העלמעט און דראגס וואס די שטאט קאנטראליט דיין געזינט.
די מקור פאר די געזעץ קומט פון די 'עירבעג געזעץ' אז יעדע קאר מוז האבן אן עירבעג.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 1:42 am
דורך שלום על ישראל
עס איז אסאך ארגער פון גאנס, ווייל גאנס קענען זיי טענה'ן אז עס איז א חלק פון לאו און ארדער, אז דו זאלסט נישט שעדיגען אנדערע; סיט בעלטס איז דיך צו פראטעקטען קעגען דיר אליינס.
גרויסע סאדע איז יא אזויווי סיט-בעלטס, אבער איז נישט (דערווייל) קיין געזעץ אויף קיין סטעיט לעוועל (אפשר איינס), און זיכער נישט פעדעראל - ווי סיט בעלטס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 2:22 am
דורך גר ותושב
דאכטצעך סיט בעלטס איז אויך נישט קיין פעדערל געזעץ ווייל אין ניו העמפשיער קען מען דרייווען אן סיט בעלטס.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 2:33 am
דורך שלום על ישראל
גערעכט, נישט פעדעראל. מיין טעות.
ניו העמפשיער האט נאר פאר קינדער.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 3:14 am
דורך יהושע חיים
דא קען מען פרעגן אויף זעלבסטמארד וואס גייט זיי אהן אז איינער וויל שפרינגען?
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 10:10 am
דורך שלום על ישראל
אמת. ס׳איז אבער פארהאן צוויי זייטן צו ביידע נושאים.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 10:13 am
דורך הגיון
וואו איז די מקור פארן אנטון פאר א 3 יעריגע מיידל שטרימפ? לכאורה זעט דאס אויס זינלאז און צודרייט אז מען טוט אן שטרימפ פאר אזא יונג קינד.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 10:15 am
דורך שלום על ישראל
איך האב געמיינט אז נאר סאטמאר טוט דאס, אהן קיין מקור.
קאר אישורענס
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:39 pm
דורך ברוך שאמר
האט איינער שוין געהערט פון protect your bubble car insurance?
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 1:50 pm
דורך שלום על ישראל
ברוך שאמר האט געשריבן:האט איינער שוין געהערט פון protect your bubble car insurance?
Protect Your Bubble איז באקאנט אין ענגלאנד און בראזיל מיט אינשורענס פאר עלעקטאראנישע כלים, ווי סמארטפאונס און טעבלעטן, און זענען א חלק פון
Assurant. דא אין אמערייקע ספעציעלירן זיי זיך מיט קאר און טרעוול אינשורענס.
מקור:
וויקיפידיע
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 6:41 pm
דורך ברוך שאמר
שלום על ישראל האט געשריבן:ברוך שאמר האט געשריבן:האט איינער שוין געהערט פון protect your bubble car insurance?
Protect Your Bubble איז באקאנט אין ענגלאנד און בראזיל מיט אינשורענס פאר עלעקטאראנישע כלים, ווי סמארטפאונס און טעבלעטן, און זענען א חלק פון
Assurant. דא אין אמערייקע ספעציעלירן זיי זיך מיט קאר און טרעוול אינשורענס.
מקור:
וויקיפידיע
אין זיי צאהלן?
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 8:40 pm
דורך שלום על ישראל
ברוך שאמר האט געשריבן:אין זיי צאהלן?
וואס איז די שאלה? אויב דיין פאליסי איז אין ארדערונג און די אינצידענט איז געדעקט. פארגעס נישט פון די מעגליכע דידאקטעבל.
נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 9:13 pm
דורך ווייל אזוי
פארוואס איז נומבער זירא פאר אפערעיטאר
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:10 am
דורך קאמענטירער
פארוואס זענען דא שפילען וואס נאר מיידלעך שפילען זיך, ווי טאנצען ראופ, שפרינגען איבער א שטריק, מיי מאטערנעים איז.. מיי האזבענט נעים איז.., הולו לאאפ, און נאך, וואס די שפילען זענען פול מיט ענערזשי אין סדא ווי מדארף נוצען די קאפ, אינגלעך וואלטען זיך געדארפט צוכאפען צו די סארט שפילעריי, פארוואס זעט מען עס נאר ביי די מוידען?
גראדע איז דא איין שפיל וואס איז נאר ביי די יונגלעך – קוגעלעך, סאיז מיר אויך נישט קלאר פארוואס נאר און דוקא דאס איז א אינגעל שפיל?
(די ססטעישאנערי איז פארשטענדליך פארוואס דאס זאל זיין מיידליש)
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:07 am
דורך קאמענטירער
אה איך האב מיר דערמאנט נאך א זאך וואס שטערט מיר אסאך און איך וויל עס פארשטיילן פארוואס איז די אויסשטעל פון די נומערן ביי א קאלקעלעיטור פערקערט ווי ביי די טעלעפאונען? ווען איך וויל עפעס אויסרעכענען א לאנגע חשבון שטויס איך מיר אן אין שוועריקייטען
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:07 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי קענסטו פארלאנגען אז יונגלעך זאלן שפילן א געים פון "מיי האזבענדס נעים"? רח"ל, דאס שמעקט פון..... שוין.
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:09 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס די קאלקיולעיטאר נומערן זענען פארקערט ווי טעלעפאנען איז לעצטנס געווען אויסגעשמועסט אינעם מאמענט מיין איך, אבער קענסט עס גוגלען און גרינג טרעפן,
ווי צב"ש דא.
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:32 am
דורך קאמענטירער
איז דא א פראבלעים זיך צו אריינזעצן אין א קאר וואס האט נישט קיין TLC לייסענס? מיט וואס בין איך מער פארזיכער ווי א קאר וואס האט יא א TLC פלעיט?
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 11:28 am
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:איז דא א פראבלעים זיך צו אריינזעצן אין א קאר וואס האט נישט קיין TLC לייסענס? מיט וואס בין איך מער פארזיכער ווי א קאר וואס האט יא א TLC פלעיט?
קודם איז ער נישט רעגולירט דורך די וואס דארפן זיך זארגן פאר דיין וואוילזיין, דאן פראביר צו פארשטיין די סיבה פארוואס ער האט טאקע נישט קיין TLC...
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 1:08 pm
דורך קאמענטירער
שלום על ישראל האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:איז דא א פראבלעים זיך צו אריינזעצן אין א קאר וואס האט נישט קיין TLC לייסענס? מיט וואס בין איך מער פארזיכער ווי א קאר וואס האט יא א TLC פלעיט?
קודם איז ער נישט רעגולירט דורך די וואס דארפן זיך זארגן פאר דיין וואוילזיין, דאן פראביר צו פארשטיין די סיבה פארוואס ער האט טאקע נישט קיין TLC...
וואס הייסט פארוואס ער האט נישט? מנהסתם איז עס א פראסעס, און סאיז נישט זיין פרנסה, יעצט פארט ער די וועג איז ער אינטערסירט צו מאכען אפאר דאלער אין די זייט דארף צו ווייזען אויף עפעס? איך פרעג וויל סליגט מיר אין קאפ אז שומרים האט געווארנט אז מזאל קיינמאל נישט זיך אריינזעצן אין א קאר אן די פלעיטס
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 1:44 pm
דורך א איד
שלום על ישראל האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:איז דא א פראבלעים זיך צו אריינזעצן אין א קאר וואס האט נישט קיין TLC לייסענס? מיט וואס בין איך מער פארזיכער ווי א קאר וואס האט יא א TLC פלעיט?
קודם איז ער נישט רעגולירט דורך די וואס דארפן זיך זארגן פאר דיין וואוילזיין, דאן פראביר צו פארשטיין די סיבה פארוואס ער האט טאקע נישט קיין TLC...
ווייל עס קאסט אסאך געלט צו מאכן, פלאס די אינשורענס קאסט א פארטשען.
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 7:30 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטנס זעה איך נאכאנאנד רעדן פון עפעס א זאך Pokemon
וואס איז דאס?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 7:31 pm
דורך סאשי פיש
א געים