בלאט 165 פון 214

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:27 am
דורך איודפיןבפ
איך האב ליב צי ליינען אנדערע מענטשענס דיעות אויף אידישקייט אין וועלטליכע זאכן. סאטמאר געשטימט. איך האב ליב צי ליינען איי ארים פליען די וועלט. איך האב ליב צי האבן אפענע אויגן אין אלעס צי פרובירן צי פארשטיין.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:27 am
דורך יואל גיי ווייס
איינער וואס האט ליב קאמפיוטערס און ליינען ווי אויך קען איך זיך אביסל אויב און פראגראמינג און סעלפאוןס און וואס נאך זאל איך שרייבן? איך דארף שרייבן כאטשיג 160 אותיות און איך האב נישט וואס וואס זאל איך טאון?!?!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:28 am
דורך אמעשה
I am 26 from Monsey Ny davining weekdays in viznitz and shabbas in Forshay i love to read more and
i decided to open a account on kava shtiebal so here i am now more about everything and anything

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:28 am
דורך יוֹנָה מָצְאָה
פינף־הונדערט בעדפאָרד עוועניו, סינסינאַטי, אָהייאָ.

יוֹם שנכפּל בוֹ פּסח־שני וסינקאָ־דע־מייאָ, יוֹם שישי לסדר כִּי אִם לִשְׁאֵרוֹ הַקָּרֹב אֵלָיו, י"ד אייר תּשפּ"ג לפּ"ק:

שלוֹם וברכה,

מיר זענען די מָצְאָה שוועסטער, בְּנוֹת יוֹנָה. "וועקער" לייענער קענען אונזער טאַטן שוין מתּמוֹל שלשוֹם. ווי באַקאַנט איז אונזער טאַטע שטאָלץ צו רופן דעם "וועקער" זיין היים. ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז דער איינציגער היימיש־אידישער לייכט־טורעם אַריינצושטראַלן ערשטקלאַסיגן לייען־מאַטעריאַל אין א נעפּל פון כמאַרעס; ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז די לעצט־פאַרבליבענע פרוכפּערדיגע ערד צו פלאַנצן איכוֹת אין א מדבר שממה. ס'איז אַלזאָ נישט קיין חידוש אַז אונזער טאַטע האָט כּעת קיין שום פּלענער נישט צו גיין סאָלאָ אָדער זיך אַריבערקלייבן סיי וואו נאָר אַנדערש. ער וועט דאָס פאָרמעלע ווערק זיינס ווייטער פּובליקירן אויסשליסליך אין "וועקער."

יוֹנָה מָצְאָה, ווי פאַרשטענליך, מוז פאָרט קענען אויסשפּרייטן זיינע פליגלען אויך אויף "קאַווע־שטיבל." נישט כּדי אַרויפצושטעלן דאָ די דערציילונגען גופא — ווי געזאָגט, ער שרייבט די פאָרמעלע סחוֹרה אויסשליסליך צום "וועקער" — נאָר אין דער היינטיגער דיגיטאַלער וועלט דאַרף ער אַמאָל קענען ענטפערן אויף שאַלוֹת פון זיינע לייענער, אַדרעסירן קאָמענטאַרן, און שרייבן ביאורים אויף זאַכליכע הערוֹת. ווי אויך וויל ער אַמאָל אַרויסשיטן א גלאָסאַר, א פעליעטאָן, צי גלאַט אַזוי אַן אומפאָרמעל שטיקל וואָס פּאַסט נישט דעם הויכן ניוואָ און פּראָפעסיאָנעלע סטאַנדאַרטן פון "וועקער."

ס'איז נישט קיין סוֹד אַז אין דער פאַרגאַנגענהייט פלעגן מיר זיך באַניצן מיט טירט־פּאַרטי ניקס פאַר די אַלע דערמאַנטע צוועקן — מיר וועלן זיך אָפּהאַלטן פון אַרויסרופן זיי ביי די נעמען. ס'איז אונז אָבער קלאָר אַז פרעמדע ליעזאָנען פאַרמאָגן נישט דאָס זעלבע האַרץ, מחשבה, און איבערגעגעבנקייט וואָס מ'טרעפט בלויז ביי נאָנטער משפּחה. ממילא, אין ליכט פון מכשוֹלוֹת און מיספאַרשטענדענישן שאי אפשר לפרטם מפּני שהצנעה יפה להם, פּראָקלאַמירן מיר די פאָלגנדיגע החלטה: די רעכטן צו רעפּרעזענטירן יוֹנָה מָצְאָה'ן אויף דער "קאַווע־שטיבל" פּלאַטפאָרמע געהערן מהיוֹם ואילך אויסשליסליך צו יוֹנָה מָצְאָה ומשפּחתּוֹ.

דער דאָזיגער ניק וועט פון היינט און ווייטער רעפּרעזענטירן יוֹנָה'ן אין ערשטער פּערזאָן. ס'טייטשט, ווי יוֹנָה זעלבסט שרייבט און רעפּרעזענטירט זיך אַליין. דאָס שרייבן פון משפּחה'ס פּערספּעקטיוו הייבט זיך אָן און ענדיגט זיך מיט אָט דער איינער שלוֹם־עליכם תּגובה.

בברכת א גוטן מוֹעד,

משפּחת יוֹנָה מָצְאָה און די פאַרוואַלטונג.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:29 am
דורך הראש
א שטארקער חסיד פון די רבן של כל בני הגולה רביה'ק זי'ע וואס וויל אביסעל ארויסשפאצירען פון זיין באקוועמען ווינקל צו זעהן און פארשטיין, צו הערן און דערהערן. ווי וויט עס איז נאר מעגליך פאר איינער זוך צו פארברייטערען און זיך נאך אלץ אנהאלטען צום שורש דאס פינטעלע.....

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 4:18 pm
דורך יואב
/

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:33 pm
דורך דרייקאפ
'רעכטס' 'לינקס' 'צענטער' -אט די 'דריי'ען,
טוען דעם מח פאר'דריי'ען,
דעם וועלט איבער'דריי'ען,
זיך געקומען דא מיט'דריי'ען,
די מוחות צוריק'דריי'ען,
די קעפ אראפ'דריי'ען,
די געפילן ארויפ'דריי'ען,

אקעי... 'דריי' שוין נישט קיין קאפ מיט דיינע פאר'דריי'ענישן...

מעג איך זיך שוין דא דריי'ען??

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:33 pm
דורך יענקל בעל עגלה
איך בין א ויז'ניצע יונגערמאן און איך וויל זיין מעודכן מיט אלע נייעס און מיט אלעס וואס טוהט זיך איבער די גארע וועלט און בפרט ביי די חסידיש'ע וועלט א גרויסן יישר כח

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:34 pm
דורך itisfeelinggreat
I want to find good kosher reading material in Yiddish. I have always been searching for a kosher way to access quality reading materials. I also love hearing opinions from people around the globe, not just those in my immediate surroundings. I have heard excellent things about this site. I am a huge fan of acquiring knowledge through reading and understanding different cultures

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:35 pm
דורך שווארצע אדיסי
יא יא איך בין עס אין די שווארצע אדיסי, מיט די פרעים פון מיין פלעיט צובויגן אז איך זאל נישט קענען כאפן קיין פלעש פאר ספידען.

איך האב נישט קיין טינטעד פענסטער. און איך קוק מיר אזוי ארום,,, אריין אין שטיבל אריין!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:35 pm
דורך קענט היל
איך האב ליב צי ליינען און הערן מיט א ברייטערע בליק , איך בין חתונה געהאט מיט 5 קינדער, איך טו אין ריל עסטעיט אין נוי דשערסי , פיקס ענד פליפס אביסל לענד ריזאנינג ,

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:46 pm
דורך שווארצע אדיסי
שווארצע אדיסי האט געשריבן:יא יא איך בין עס אין די שווארצע אדיסי, מיט די פרעים פון מיין פלעיט צובויגן אז איך זאל נישט קענען כאפן קיין פלעש פאר ספידען.

איך האב נישט קיין טינטעד פענסטער. און איך קוק מיר אזוי ארום,,, אריין אין שטיבל אריין!
העלל-או צו אלע ביעיוטיפול פיעפעל!

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:31 pm
דורך השםאחד
אין לי מה לכתוב אני יהודי פשוט שרוצה לעשות רצון בוראי באמת ובלב תמים איך זיך אינטערטעינמענט בדרך כשר לשעת הנצרך אוי וויי נאכאלץ נישטא קיים הינדערט זעכציג תווים‽

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:32 pm
דורך Samual
I am 25 years old and live in Monsey, I do Real estate and like to follow Heimisha chasidha news , i love to go to Israel and like the life style , Hope bh to grow in in buissness and a freind told me i will like this blog to follow

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:33 pm
דורך מאור כשדים
מיר האבן באשלאסען צו ווערן א מעמבער צוליב מיין אינטערעסע אין די גאר רייכע אינהאלטסרייכע באשרייבונגען. ספעציעל פון די פארצייטישע שרייבערס ווי די ניק המכונה "לעיקוואוד" וכדומה
איך בין א יומגערמאן, און די מיטעלע יארגאנג, וואינט און בארא פארק און א פאפאנער

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:34 pm
דורך בעלינגהעם
שלום עליכם, איך טוה מיך פארשטעלן פאר אייך, חשובע אידן, לצורך הפרנסה האב איך מיך געברויכט אריינטאנצען אינעם געוועב, עס בוזשעוועט און דרויעט מיך איינצישלינגען אין אירע זוידיגע אפגרינדען, געב איך מיך א כאפ אן מיט די לעצטע כוחות אינעם דא אינעם קאווע אינדזעל, איך זאל חלילה נישט פארפאלן גיין. יישר כח

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:34 pm
דורך Berl
צו זען נייעס וואס מען דערציילט נישט ערגעץ אנדערש.
וויל "מיטהאלטן" דעם שמועס צומאל ביי אינטערעסאנטע טעמעס.
קענען אריינרעדן מיין מיינונג, נישט ווייל עס איז רעלעוואנט, נאר ווייל פארברענגען

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:35 pm
דורך אליין
איך האב מורדיג הנאה פון אלע אשכולת און איך דארף מיך אמאל אויס געבן מיט אידישע אינטערטענמט אין איך האלט אז דא איז די גיטע פלאץ פאר דעם אין איך האפ איר וועט הנאה האבן פון וואס איך שרייב ווייל איך האב שוין נישט קיין נערוון צי שרייבן ווייטער

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:36 pm
דורך 78247824
A plain evarige x chasidei who wants to share thinkings. and to enjoy discotions with other menb and some time to larn about diffrand meanings but after all it pays to be here

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:37 pm
דורך פאריעריגע שניי
יארן לאנג וואס איך פלעג באזוכן די אלעמען באקאנטען קאווע שטיבל זייטל צו באקומען אינפארמאציע איבער דברים העומדים כל הפרק, איך האב אויסגעקליבן די זייטל ווייל דא טרעפט מען אלעס רוחניות אין גשמיות אנא צענזורירן די נושא. לעצטנס איז דא א פרישע תקנה דא מ'זאל זיין רעגיסטרירט, איך שטיץ עס אין וויל ווייטער הנאה האבן, איינמאל מ'וועט ווערן א אפיציעלע מעמבער וועט מען פרובירן אויך צולייגן מיינע פאר צענט צו די וויכטיגע נושאים עמיערצעהשעם.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:37 pm
דורך קלמישל
אקעי, איך האלט מיך שוין צוריק זייער אסאך יארן פון זיך איינשרייבן, אבער יעצט רייצט עס אן מיט נאר זעהן די ערשטע קאמענט. איך בין אינטערעסירט. מיין אינטערעסן זענען די זעלבע שטותים וואס אלע חברי השטיבל אינטערעסירט.
איך האב נישט קיין סאך מער וואס צוצולייגן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:35 pm
דורך shadchan
hello everyone! i love shmoozin and listening to others.
b"h i also have allot of extra time to do it here.
however the only issue i got here at work is that they do not have yidish letters on tge keaboard so...

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:36 pm
דורך נועם אלימלך
איך גלייך צו ליינען פארשידענע ענינים און אז איך מוז מיר רעגיסטרירן וועל איך דאס טוהן. באמת איז מיר א פלא פארוואס דא דארף מען יא רעגיסטרירן בשעת אז צום אייוועלט וועבסייט קען מען אלעס ליינען אן דעם. נו, כ'האב נישט וואס מיט צו טיילן אדער שרייבן ווייל איך בין בעיקר א ליינער נישט קיין שרייבער און איך האף אז דאס וועט נישט צוריקהאלטען מיין אנגענומען ווערן. נו, האב איך שוין די פערציג ווערטער? איך האף זעהר אז יא. יישר כחכם.