בלאט 167 פון 213
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס פון וועמען דו רעדסט, און דאס האב איך געהערט אויף איר. ועיין היטיב בדברי שהוספתי האותיות 'ר"ל' לרמז שאכן אין לה אותה השקפות כמו מנשה טעלער וישראל משה פליפ-פלאפ (משהו כזה) ויואל סופר ודומיהם, וגם לא ההשקפות של האגודאים למיניהם.
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:איך ווייס פון וועמען דו רעדסט, און דאס האב איך געהערט אויף איר. ועיין היטיב בדברי שהוספתי האותיות 'ר"ל' לרמז שאכן אין לה אותה השקפות כמו מנשה טעלער וישראל משה פליפ-פלאפ (משהו כזה) ויואל סופר ודומיהם, וגם לא ההשקפות של האגודאים למיניהם.
בן אדם: יא. אבער דו חלומ'סט נישט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי
ציפי לבני. איך בין אויכעט געווארן געשאקט ווען כ'האב נאכגעקוקט אויף גוגל.
אז מ'רעדט שוין. וועל איך דיך פרעגן א שאלה איבער אן אנדער'ן ל"ו צדיק... ווער הייסט יודל איציק בן אהרן לייב...?!
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב גראדע יא איר געמיינט...
וועגן יידל איציק האט מען שוין אמאל גערעדט דא ערגעץ. אונזער געטרייער מעיאר ע"ה
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:כ'האב גראדע יא איר געמיינט...
וועגן יידל איציק האט מען שוין אמאל גערעדט דא ערגעץ. אונזער געטרייער מעיאר ע"ה
איין זאך מוז מען איהם געבן קרעדיט. כאטש ער איז געווען א שייגעץ (א האומאו היינטיגע צייטן וואלט מען שוין געזאגט א...לגב"ט) איז ער אבער געווען א שטאלצער איד. ר'האטציך נישט געשעמט מיט זיין אידישן נאמען. ער האט פאר א יעדן פארציילט אז ער הייסט יודל איציק. ס'דא אפילו אן ארטיקל אין די ניו יארק מעגעזין וואו ער פארציילט אז ער הייסט נאך א זיידן יודל איציק וואס ר'איז געווען באוואוסט אין רוסלאנד אז ער האט נישט מורא געהאט צו פיהרן מלחמה אפילו מיט די קאזאקן. ער (דער זיידע) איז געווען אן אונטערוועלטניק וואס א יעדער האט געציטערט פאר איהם. כך סיפר...!.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 5:10 pm
דורך איש חזון
אויב ידידנו החדש [tag]מודיעין[/tag] וואוינט אין מודיעין\עילית.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 9:08 pm
דורך געוואלדיג
וועלכע טראומע איז ידידינו ר' בערל אריבער אלס קינד וואס אלס רעזולטאט פון דעם איז זיין סעלף עסטים יורד געווען למטה מעשרה טפחים עד כדי כך אז ער זעהט אין יעדעם א געלונגענער שרייבער חוץ פון אין איהם אליין וואס השי"ת האט געפירט אז זיין ניק איז פונקט בעל עגלה און לשיטתו איז עס עפעס מער דערנידערונג ווי למשל קאווע טרינקער, און עפעס מיינט ער אז אונז האלטן אז קאווע טרינקער טרינקט קאווע כסדר און בערל טרייבט א פערד, לא מיניה ולא מקצתיה...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: ייש"כ. איך וויל נאר וויסן וואו און ווען דו האסט געהאט א געלעגנהייט מיך צו אנאליזירן. אויב ביסטו טאקע יא אזא גרויסער טעראפיסט וויל איך מאכן אן אפוינטמענט ביי דיר. מ'דארף זיך שטעללן אין ליין...? ס'איז א גרויסע וועיטינג ליסט...? דו נעמסט מעדיקעיד...?
לגבי מיין סעלף-עסטיעם. ס'איז ב"ה פיין. איך האב נאר אזויפיהל גאוה וויפיל די תורה ערלויבט. א שמינית שבשמינית. ס'העיסט א זעכצטנל...
דו זעהסט ווי גוט איך קען רעכענען. איך האב ב"ה גראדואירט פון ישיבת--- ו--- מיט אויסצייכענונגען...! נאר איך האב א שטיקל כמו קאמפלעינט. א סאך מאל דאכט זיך מיר אז מיינע מאמרים און מיינונגען דא אויף קאווע שטיבל ווערן איגנארירט. אפשר רעד איך מיר איין...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:22 pm
דורך שלום על ישראל
יא, דו רעדסט זיך איין!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:21 pm
דורך שמעקעדיג
און די איינרעדעניש, קומט ווארשיינליך פון די טראמא....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:48 am
דורך berlbalaguleh
שלום על ישראל האט געשריבן:יא, דו רעדסט זיך איין!
שלום על ישראל: יישר כח. וואס צאל איך...? דו נעמסט א קרעדיט קארטל...(כ'מיין א פ.ס.קארטל. אי.בי.טי. בלע"ז.(...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:52 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:און די איינרעדעניש, קומט ווארשיינליך פון די טראמא....
שמעקעדיג: הער מיך אויס. ס'איז נישטא אזויפיהל ביזנעס פאר א יעדן...
דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל (שוין כמה פעמים איבער געזאגט) בשם קוני ראטנבערג, ע"ה...80% פון עולם אין ראדני זענען אויף פיללן.אבער די פראבלעמען קומען פון די אנדערע 20%...ודפח"ח...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 10:54 am
דורך קאמענטירער
מקען זען אסאך מאל ווען באשולדיגטע קומען אן אין געריכט פורבירען זיי צו פארשטעלן זייער געזיכט מיט סיי וואס זיי קענען, וואס מיינט עס? זיי זענען מער שולדיג מער אומשולדיג און וואס מיינט עס אויב מען זעט ליידער חסידישע אידען וואס פורבירען צו פארדעקן זייער פנים מיט ציצית אדער קאפעל, וויאזוי קוקט עס אן די גאס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:38 pm
דורך געוואלדיג
עס האט נישט מיט שולדיג אדער אומשולדיג, עס האט מיט בושות פון א בילד פון דעם מענטש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:40 pm
דורך קאמענטירער
אויב א שטיק צייט קוקט אויס ווי סהאט גענומען זייער לאנג איז עס א גוטע סימן? אדער ווען עס (פילט זיך ווי עס) לויפט אריבער זייער שנעל?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:41 pm
דורך ביליג
וואס איז פארקערטע/היפוך פון רוחניות ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
חמריות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:20 am
דורך וואלווי
ביליג האט געשריבן:וואס איז פארקערטע/היפוך פון רוחניות ?
גשמיות
בן אדם האט געשריבן:חמריות
חומר און צורה איז לכאורה א פיסיזישע אדער נישט פיזיש הגדרה
גשם און רוח איז מער געניצט אויף הנהגה מטרה אדער ווערט. געלט איז גשמיות וועגען דער ניץ דערפון תורה איז רוחניות וועגען דער ווערט דערפון.
ר' ביליג, אויב ביליג איז טייער וואס איז דער היפך פון טייער און וואס איז דער היפך פון ביליג?...
אולי דער סוף דבר אז ביליג איז באמת
טייער!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 10:03 am
דורך גראף
איך לאז עטליכע מענטשן ניצן מיין עמעזאן פריים אקאונט. ווי אזוי קען איך באשטעלן עפעס אן זיי זאלן קענען זעהן וואס איך באשטעל?
און אנדערע ווערטער אנימענעס.
אדער איז עס מעגליך צו צוטיילען און געבן אנדערע לאג אין פעססווארדס אזוי ווי סוב-אקאונטס?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 3:32 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
גראף האט געשריבן:איך לאז עטליכע מענטשן ניצן מיין עמעזאן פריים אקאונט. ווי אזוי קען איך באשטעלן עפעס אן זיי זאלן קענען זעהן וואס איך באשטעל?
און אנדערע ווערטער אנימענעס.
אדער איז עס מעגליך צו צוטיילען און געבן אנדערע לאג אין פעססווארדס אזוי ווי סוב-אקאונטס?
ודאי, דא א אפשען פון צו לייגן נאך פיהר מענטשן צום פריים.
זיי באקומען צוויי טעג שיפינג, אבער נישט עקסעס צו בחינוםדיג movies, אדער cloud storage.
כוואלט די זייער מייעץ געווען צו טוען אזוי, נישט באטאמט אז יעדער מאל זיי ריטורנען א פעקעל זאל עס היטן דיין עקאונט.
א שאד די זאלסט נישט נהנה זיין דערפון.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 4:05 pm
דורך ביליג
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:00 pm
דורך סמבטיון
אז איינער לייגט ארויף א קליפ אויף יוטוב פון מיר איז דא א וועג וויאזוי איך קען בעטן יוטוב זאל עס אראפנעמען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:35 pm
דורך שלום על ישראל
סמבטיון האט געשריבן:אז איינער לייגט ארויף א קליפ אויף יוטוב פון מיר איז דא א וועג וויאזוי איך קען בעטן יוטוב זאל עס אראפנעמען?
דיי צו די ווידעא אויף א דעסקטאפ, און קליק אויף די דריי פונטעלעך:
Invades my privace.jpg
וועל אויס "infringes my rights" און דאן "invades my privacy".
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:17 pm
דורך סמבטיון
יישר כח