בלאט 167 פון 214

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:05 am
דורך גראמאטישער
קאווע שטיבל איז א געשמאקע אומצענזורירטע פלאטפארמע אן אלטע ליינער וואס וויל שרייבן האב איך אפגעמאכט אז דער צייט איז געקומען צו עפענען אן אייגענע ניק.

מיט האפענונג אז דער עולם וועט הנאה האבן.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:05 am
דורך יאנקל פאדראטשיק
איך האלט מיך פאר א שטיקעל אויפגעקלערטער אינגערמאן אין די נידריגער פערציגער יארן, איך בין אויך אויף אייוועלט און איך קען נישט דולדען זייער צענזור, איך וויל קענען מיטהאלטן נייעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש אויך, ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו הערן די מיינוגען פין אלע סארטן מענטשען, און בעיקר די פרידאם אפ ספיטש, איך בין נישט א גוטע שרייבער איז וועט איר נישט אפשר הערן פון מיר אזוי אפט אבער פון צייט צו צייט וועל איך לאזן הערן מיין מיינונג אויך.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:36 am
דורך berlbalaguleh
יאנקל פאדראטשיק: שלום עליכם. מסתמא ביסטו אן אייניקל פון דעם אריגינאלן (ר') יאנקל פאדראטשיק פון די אלטע, ירושלימ'ער דאס אידישע ליכט. דער זיידע ע"ה ר' יאנקל פלעגט שרייבן זייער הומאריסטיש. איך האב אייביג ליעב געהאט צו ליינען זיינע ארטיקלעך. א סאך הצלחה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:38 am
דורך שערי יושר
אה שלום עליכם ר' בערל, נישט געהערט פון אייך זייט נעכטן, האמיר זיך שוין אנגעפאנגען זארגען צי אלעס איז בסדר.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 1:07 am
דורך berlbalaguleh
לייג דיך צוריק שלאפן. מיט אלע גילגולים...!

און ביטע גיי אראפ פון מיין קעיס. הן לטב ולמוטב...שקויעך...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am
דורך אלטער בחור
איך זוך א שידוך אזויווי מקען זעהן פון מיין נאמאן אויב האסטו פאר מיר א געדאנק דומאלטס ביטנ איך. עט אייך ברחמים טראגטעסאן איך אפ איך. ין שוין אנגעקימען צו 140 תווים אזוי איך זאל זיך קענען איינשרייבן צום מערכת

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am
דורך תרמב
סטריזוב האט געשריבן:אברך חסיד ויזניץ בן 24 מאוד מעוניין בפוליטקה של חסידות ונייעס שקורה במקומות ובחסידות אחירות
אני מקשיב תמיד לקוויי נייעס של חסידות אחרות ומאוד מאוד מעוניין בהיסטוריה של חסידות ובפרט בפוליטקה שיש ושהיה בחסידות שונות
מה הקשר בין ויזניץ לסטריזוב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am
דורך יצחק'ל
צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:39 am
דורך לבית הלוי
בס"ד
קונדיג דורך דעם וועבזייטל געפעלן מיר אסאך פון די נושאים וואס ווערן דא דיסקאסירט. האפנדיג מיט די צייט וועל איך אליין מיטטיילן געוואוסע זאכן וואס אינרעסירן מיר און קען זיין אינטרעסאנט פארן אודיענץ.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:41 am
דורך פרוכט זאפט
א גוטן ערב יום טוב איך שרייב מיך איין אינעם הייליגן קאווע שטיבל צו קענען רעדן און שמועסן מיט טייערע אידישע ברידער אחים לדעה איבער כל מיני ענינים ברוחניות ובגשמיות. דער אויבערשטער זאל געבן פאר יעדן פון אייך ברכות לרוב.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:08 pm
דורך אבטח ולא אפחד
יצחק'ל האט געשריבן:צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט
אינטערסאנט צו פעסטשטעלן, איז אייוועלט מער וומס"ג און ק"ש מער ב"פ?

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 7:59 pm
דורך פאעזיער
שוין, עמיר זיך פארטעלן דא הינען פאר די אלט געזעסענע תושבים דא אין קאווע שטוב'ל. איך בין א געבוירענע טראכטער און דענקער, וואס די קאפ שטעלט זיך מיר נישט אפ, און האב פון נאטר אויס א שטיקל חוש אין שרייבן און אין פאעזיע. די צוזאמענשטעל פון די אויבענדרמענטע צוויי נאטורן שטיפט מיר שטארק זיך ארויסצוגעבן און מיטטיילן מיינע קלארע און ריכטיגע געדאנקן אויף א שיינעם און לייכטער אופן (נעוואדע האלט 'איך' אזוי...)

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 7:59 pm
דורך אפאר גרייצער
ארבעט שווער פאר אפאר גרייצער נאך א טאג ארבעט ברויך מען זיך אויסליפטערן אביסל אין נייעס און נאך.
מ’האף מיר צוצוגעבן דא אביסל פון אלעם.
מ’האב מיר ב"ה א גוטע פענע אין אידיש און מ’קען מיר קאווערן אסאך ענינים פול נייעס ביד פראקטישע עצות און הילף פאר אנדערע.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 8:00 pm
דורך ישעי שמואל
שלום רב אין הגיטן טאג פאר ענק אלע טיירע חברים פין דעם היימישע פלאץ ואס נעמט צאם אלע גוטע זאכן וואס איז נאר דא
איך ויל זיין מחובר צי דעם פלאץ וועגן די נושא פין חסידות אין די וערטלעך אין נאך פיל אנדערע זאכן וואס איז דא אין דעם פלאץ איך בין התושב ארץ ישראל אין די שטאט אשדוד

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:00 am
דורך קאנטשיס
איך בין א כלל חסידי אינגערמאן אין די מיטעלע דרייסיג יארן.

איך קוק ארויס צי קענען ליינען, שרייבען און שמועסן מיט א רואיגקייט, אפענקייט, און פרייהייט איבער זאכען וואס איך בין מחשיב ווי מוזיק, ספיריטשועליטי, היילונג, נאטור און קולטור.

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:01 am
דורך א פרישע אינגערמאן
איך האב ליב מיצוהאלטן כל מיני נייעס און אלע סארטן ענינים, איך האב ליב צו זאגן מיין מיינונג און אלע הינזיכטן, און פארברענגן אינאיינעם, אבער איך בין מכבד יענעם'ס דעה אויך!

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:02 am
דורך המאיר לארץ
איך בין א ערליכע יוד וואס קאכט זיך אין חסידשע ספרים וואס זיכט די אמת וחפשתי ומצאתי דא און און קאווע שטיבעל איז פון די איינציגסטע פלעצער ווי מען קען נאך רעדן די אמת אן ווערן אראפגריסען עד לעפר האב איך מיר תיכף איינגעשריבען

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:03 am
דורך jacobgreen
איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:04 am
דורך zugnur
געהערט האב איך פון אייער פארום אזוי בדרך אגב אז עס איז דא אידישע נייעס מיט א ברייטערע בליק ברויך מען עס דאך אויסטשעקן אבער למעשה זעה איך אז מען מיז זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען
אבער דערווייל די אשכולות זעהן אויס אינטערסאנט

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:11 am
דורך צומישט און צוחישט
jacobgreen האט געשריבן:איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל
משומר לאזט דיך קוקן ק"ש?

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:09 am
דורך Jawaja
there is actually nothing to describe... you must see it to understand it...
im just me... as i am...

i love hashem
i like politik
i hate things that are in contrast to our holy torah
im trying to be always happy...

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:42 pm
דורך מה נשתנה חכם
איך בין א חסיד. א חסיד פון דעם אויבערשטען און פון אלע ערליכע אידן. איך וויל הערן און רעדן נאר דעם אמת. נישט קיין בעלאוני. שרייבט טייערע אידן אן מורא האבן וואס אנדערע מענטשן וועלן זאגן טראכטן אדער טוהן.

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:43 pm
דורך new news
א גוטן
נאך א לאנגע צייט זיך דרייען אויפן געוועב בין איך אנקעגן געקומען א פלאץ וואס הייסט איי וועלט
נאך א שטיק צייט זיך דרייען דארט בין איך אנקעגן געקומען עפעס וואס הייסט קאווע שטיבל
נאכן עס זעהן האב איך אפגעמאכט צו ווערן אן אקטיווע מעמבער